עשרה נסיונות
עשרה נסיונות זענען די צען נסיונות מיט וועלכע אברהם אבינו איז געפרואווט געווארן פון באשעפער, לויט ווי דערמאנט אין חז"ל. אברהם, וועלכער איז זיי אלע בייגעשטאנען בשלימות, ווערט דערויף דערמאנט צום גוטן, און עס ווערט אסאך באנוצט אין די פיוטים און סליחות צו ערוועקן אין הימל רחמנות און זכות אבות אויף אידן.
מקור
חוץ פון די נסיון פון די עקידה, וואו עס שטייט ארויס ”וְהָאֱלֹקִים נִסָּה אֶת אַבְרָהָם”[1], איז נישט קלאר באצייכנט נאך א פאסירונג אלס נסיון אין די תורה. דער צאל פון צען נסיונות ווערט דערמאנט אין חז"ל אויף עטליכע פלעצער, פון וועלכע עס איז מערסט באקאנט די משנה אין פרקי אבות[2]: ”עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם, להודיע כמה חבתו של אברהם אבינו עליו השלום”.
די נסיונות
אין די משנה ווערן נישט אויסגערעכנט די נסיונות, און די מיינונגען זענען צעטיילט דערוועגן אין אנדערע מקורות פון חז"ל און אין די מפרשים:
די מעשה/נסיון | לויט פרקי דרבי אליעזר[3] | לויט אבות דרבי נתן[4][א] | לויט מדרש תהלים[5] | לויט מדרש אגדה (באבער)[6] | לויט דער רמב"ם[7][ב] | לויט רבנו תם[8] | לויט רבינו יונה[9] | לויט רבי עובדיה מברטנורא[10] | לויט רבינו בחיי[11][ג] |
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
נמרוד האט אים פרובירט אומצוברענגען ביים געבורט | 1 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
דאס אריינווארפן אין קאלך-אויוון אין אור כשדים | 2 | 1 | 1 | 1 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 1 | 1 | נישט גערעכנט |
גלות פון היימלאנד | 3 | 2 | 2 | 2 | 1 | 1 | 2 | 2 | 1 |
דער הונגער אין ארץ כנען | 4 | 3 | נישט גערעכנט | 3 | 2 | 2 | 3 | 3 | 2 |
די פארכאפונג פון שרה דורך פרעה | 5 | 4 | 3 | 4 | 3 | 3 | 4 | 4 | 3 |
מלחמת המלכים | 6 | 5 | 4 | נישט גערעכנט | 4 | נישט גערעכנט | 5 | 5 | נישט גערעכנט |
ברית בין הבתרים | 7 | 6 | 5 | 5 | נישט גערעכנט | 4 | נישט גערעכנט | 6 | 4 |
דאס אז שרה איז געווען אן עקרה | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 6 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
זיין הייראט מיט הגר | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 6 | נישט גערעכנט | 5 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 5 |
הנה שפחתך בידך | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 5 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
ברית המילה | 8 | 7 | 7 | 7 | 6 | 6 | 6 | 7 | 6 |
די פארכאפונג פון שרה דורך אבימלך מלך גרר | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 8 | 8 | 7 | 7 | 7 | 8 | 7 |
פארטרייבונג פון הגר | 9 | 8 | 9 | 9 | 8 | 8 | 8 | 9 | 8 |
פארטרייבונג פון ישמעאל | 9 | 9 | 9 | ||||||
עקידת יצחק | 10 | 10 | 10 | 10 | 10 | 9 | 9 | 10 | 10 |
שרה'ס קבורה פאר אן איבערגעטריבענעם פרייז[ד] | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט | 10 | 10 | נישט גערעכנט | נישט גערעכנט |
דער ציל פון די נסיונות
די מיינונגען זענען צעטיילט איבער דעם ציל פון די נסיונות, און פון נסיונות בכלל: טייל מקורות באטאנען אז די נסיונות זענען נישט געווען געצילט אויסצופרובירן אברהם זעלבסט און זיך איבערצייגן אין זיין אמונה, נאר צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט די אמונה שלימה פון אברהם אבינו און זיין אהבת ה', דערמיט צו בארעכטיגן אין די אויגן פון מענטשן די גוטע זאכן וואס השי"ת האט אים געגעבן און צוגעזאגט[14], אדער אויך צו ענטפערן פאר די מלאכים וועלכע האבן טענות[15], און פארשטילן דעם מידת הדין וואס איז מקטרג[16]. טייל מפרשים טייטשן לויט דעם דאס ווארט "נסה" ווי "נשא", אויפגעהויבן[17], אדער פון לשון נס וואס טייטשט א פאן[18], אדער פון לשון אויפהייבן א קול, צו גרויסן זיין נאמען אויף דער וועלט אז מען זאל זאגן "ווער איז נאך ווי אברהם וועלכער האט מקריב געווען זיין איינציג קינד אויפן מזבח"[19], אדער א לשון פון א צייכן און סימן, צו מודיע זיין פאר דער וועלט דער ענין פון שכר ועונש[20].
דאקעגן, שרייבן טייל מקורות אז דער ציל פון די נסיונות איז געווען אויסצופרובירן אברהם צי ער וועט אויסוועלן מקיים צו זיין דעם באפעל פון השי"ת, און אים צוגעבן שכר דערנאך[21]. דאס ווערט ערקלערט דורך טייל, אז די מטרה פון א נסיון איז דער רצון ה' אז די צדיקים זאלן אויספירן זייער גוטע מחשבה און ארויסברענגען זייער צדקות מן הכוח אל הפועל, כדי השי"ת זאל זיי געבן שכר פאר א גוטע מעשה און נישט בלויז דער שכר וואס קומט פאר א גוטע הארץ[22], און אויך איז דער בעל מידה טובה בכוח נישט אויף די זעלבע מדריגה ווי דער וואס האט עס אויסגעפירט בפועל און האט עס דערמיט געמאכט פאר זיינס א שטארקע אייגנשאפט[23].
טייל ערקלערן אז די נסיונות זענען בעיקר געווען צי אברהם אבינו וועט האבן קושיות אויף דער אמונה, ווי אין פסוק[24]: ”לנסותך לדעת את אשר בלבבך”[25].
אין פיוטים
די עשרה נסיונות ווערן אסאך דערמאנט אין די פיוטים וועלכע ווערן געזאגט ביי די תפילות. איין פון די באקאנטע פיוטים איז דער סילוק "אשר מי יעשה כמעשיך וכגבורותיך" וואס איז פארפאסט געווארן דורך רבי שמעון בן רבי יצחק פון מאגענצא, און ווערט געזאגט ביי די אשכנז'ישע קהילות אין צווייטן טאג ראש השנה ביי שחרית. אין דעם פיוט זענען אויסגערעכנט די נסיונות ווי דער חשבון אין פרקי דרבי אליעזר.
אין אגדה און מחשבה
אין די ספרי מחשבה ווערט געגעבן א חשוב ארט פאר די עשרה נסיונות, מיט דעם וואס זיי סימבאליזירן די כוחות פון יעדער איד צו שטיין אין די נסיונות וועלכע קומען אויף אים. טייל שרייבן אז דורך דעם וואס אברהם אבינו איז בייגעשטאנען זיינע נסיונות, האבן זיינע קינדער זוכה געווען און גע'ירש'נט פון אים דעם כוח זיך צו שטארקן קעגן דעם יצר הרע[26].
חז"ל זאגן אז קעגן די עשרה נסיונות האבן אידן זוכה געווען צו צען נסים ביי די מכות אין מצרים און צען נסים ביים קריעת ים סוף[27]. דער שפת אמת ערקלערט אז די צען נסיונות האבן אוועקגעשטעלט די הנהגה פון אידישן פאלק, נישט אנדערש ווי דער וועלט איז באשאפן געווארן מיט עשרה מאמרות[28].
דרויסנדיגע לינקס
- הרב חנניה מלכה, פרשת לך לך עשרה ניסיונות נתנסה אברהם אבינו, אויף תורה ברמה.
- עשרה נסיונות של אברהם, אויף FANDOM.
- אליעזר היון, עשרה נסיונות, אויף חברותא.
- חננאל מאק, ניסיונותיו של אברהם אבינו – מקרא, משנה, אגדה, פיוט ופירוש לפיוט.
נאטיצן
- ↑ דער רמב"ן, אין דרשת תורת ה' תמימה, רעכנט אויס די פינף ערשטע נסיונות ווי די שיטה, (און ער רעכנט דאס צונעמען שרה צו פרעה און צו אבימלך פאר איינס), און ער ענדיגט נישט צו די איבריגע נסיונות.
- ↑ דער רמב"ם ערקלערט זיין שיטה, אז עס ווערן נאר גערעכנט די נסיונות וועלכע זענען דערמאנט אין די תורה. דער רשב"ץ מערקט אן אין זיין ספר מגן אבות אויף די משנה, אז די שיטה שטימט מיט די רייד פון מדרש תנחומא וירא כב, אז די נסיונות האבן זיך אנגעהויבן מיט "לך לך מארצך" און געענדיגט מיט "לך לך אל ארץ המוריה".
- ↑ אויך די שיטה שטימט מיט די רייד פון מדרש תנחומא וירא כב, אז די נסיונות האבן זיך אנגעהויבן מיט "לך לך מארצך" און געענדיגט מיט "לך לך אל ארץ המוריה".
- ↑ אויך דער רמב"ן על התורה שרייבט אז דאס איז געווען פון די נסיונות פון אברהם. פילע ראשונים וועלכע רעכענען דאס נישט באטאנען, נאכפאלגנדיג די רייד פון חז"ל[12], אז עקידת יצחק איז געווען דער לעצטער נסיון. דער רשב"ץ ברענגט אבער אז אין חז"ל טרעפט מען אויך מקורות אז קויפן די מערת המכפלה ווערט אויך גערעכנט פאר א נסיון[13].
רעפערענצן
- ↑ בראשית כב, א
- ↑ משנה, אבות ה, ג
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרקים כו-לא. אזוי טייטשט אויך רש"י אין זיין פירוש אויף די משנה, אבות, פרק ה', משנה ג'.
- ↑ אבות דרבי נתן, נוסחא א, פרק ל"ג. אזוי טייטשט אויך רבי יצחק אברבנאל אין זיין פירוש אויף די משנה, אבות, ה, ג.
- ↑ מדרש תהלים, מזמור יח
- ↑ מדרש אגדה (באבער), פרשת לך פי"ב
- ↑ פירוש המשניות, אבות, פרק ה', משנה ג'
- ↑ ספר הישר, חלק החידושים סי' קמג
- ↑ פירוש רבינו יונה, אבות פרק ה' משנה ג'
- ↑ פירוש רבי עובדיה מברטנורא, אבות פרק ה' משנה ג'. אזוי שטייט אויך אין אבות דרבי נתן נוסחא ב, פרק ל"ו, לויט מגן אבות פון מהרי"ט צהלון; און אזוי איז אין בית הבחירה למאירי אויף אבות.
- ↑ רבינו בחיי, פירוש אויף אבות, פרק ה' משנה ד'
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ו, פסקה י"א; במדבר רבה, פרשה י"ז, פסקה ב'
- ↑ בבא בתרא טז, א; סנהדרין קיא, א
- ↑ זעט רש"י, בראשית, כב, יב; רמב"ם, מורה נבוכים, ג, כד; רד"ק, כב, א (דער רד"ק לייגט צו אז דאס איז געווען נישט בלויז מודיע צו זיין פאר אלע מענטשן אין זיין דור, נאר אויך פאר די קומענדיגע דורות וועלכע גלייבן וואס שטייט אין די תורה). טייל פון זיי באזירן עס אויף די רייד פון חז"ל (בראשית רבה, פרשה נ"ה, פסקה ב'. זעט אויך ספר הזוהר, חלק א, דף ק"מ, עמוד א') ווי עס ווערט גע'דרש'נט דער פסוק "ה' צַדִּיק יִבְחָן" (תהלים יא, ה). זעט רבנו בחיי, בראשית, כב, א; אברבנאל, בראשית, יב, י; נצי"ב, העמק דבר, כב, א; רבי קלונימוס קלמן הלוי פון קראקא, מאור ושמש, פרשת בא, ד"ה וְיֵרָאֶה לומר.
- ↑ און דערפאר האט דער מלאך געזאגט "עתה ידעתי" און נישט פריער, ר"ח פלטיאל און תוספות השלם אויף בראשית כב.
- ↑ רוקח און חזקוני אויף בראשית כב
- ↑ ראב"ע, בראשית, כב, א, בשם יש אומרים
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ה, פסקה א'; רבי יצחק אברבנאל אויף בראשית כב
- ↑ מושב זקנים, ריב"א און תוספות השלם אויף בראשית כב.
- ↑ הכתב והקבלה, בראשית כב
- ↑ אבן עזרא, בראשית, כב, א. ער ווייזט דאס אויף מיט דעם וואס ביי א חלק פון די נסיונות (ווי עקידת יצחק) איז נישט אנוועזנד געווען קיין אנדערע מענטש.
- ↑ רמב"ן, פירוש הר"ן און ספורנו אויף בראשית כב; זעט אויך ספר העיקרים ד, יג. דער ספורנו לייגט צו, אז מיט דעם גלייכט זיך דער מענטש מער צו השי"ת וועלכער איז א גוטער בפועל, און דער ציל פון בריאת האדם איז געווען אז דער מענטש זאל זיך גלייכן צו השי"ת אויף וויפיל מעגליך.
- ↑ אמרי שפר לרבי יהודה בן מהר"ם חלאווה, אויף בראשית כב, וועלכער ערקלערט אזוי אויך די כוונה פון ראב"ע; אור ה', מאמר ב כלל א פרק א. אזוי שרייבט אויך דער ר"ן אויף "עתה ידעתי" (בראשית כב, יב): ”עתה נתחזקה תכונתך ביראתי ואהבתי”.
- ↑ דברים ח, ב
- ↑ זעט: רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק, פרי הארץ, פרשת וירא.
- ↑ צום ביישפיל, זעט: רבי חיים פון וואלאזשין, רוח חיים, אבות פרק ה' משנה ג'; רבי יהודה אריה לייב אלטער, שפת אמת, פרשת וירא, תרמ"ב, ד"ה במדרש; תרמ"ה, ד"ה בפרשת; תולדות, תרל"ב, ד"ה גם עשרה.
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק ל"ג משנה ב'. דער רבינו בחיי (אין זיין פירוש אויף אבות פרק ה' משנה ד') לייגט צו אויך די עשרת הדברות.
- ↑ שפת אמת, פרשת וירא תרל"ט