רוי:מסכת אבות

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:פרקי אבות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מסכת אבות, פרק א, משנה ו ומשנה ז אין דעם קויפמאן כתב יד, איינער פון די חשובסטע כתבי־ידות פון דער משנה, בערך פון די ד'תת"ק יארן.

מסכת אבות איז די ניינטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט אין ענייני מוסר, מידות טובות און דרך ארץ.

אין משניות האט מסכת אבות פינף פרקים. צוזאמען מיט דער ברייתא פון קנין תורה, ווערט די מסכתא גערופן פרקי אבות, און איז געדרוקט אין סידורים מיט דעם נאמען, צו זאגן די זומער שבתים מנחה צייט.

אויף מסכת אבות איז נישט דא קיין גמרא, נישט אין בבלי און נישט אין ירושלמי; אויך איז נישט דא אין דער מסכתא קיין תוספתא. אבער ס'איז דא אין מסכתות קטנות א מסכתא אבות דרבי נתן, וואס פארברייטערט דעם אינהאלט פון דער מסכתא.

נעמען פון די פרקים אין דער מסכתא

  1. משה קיבל תורה מסיני.
  2. רבי אומר
  3. עקביא בן מהללאל אומר
  4. בן זומא
  5. בעשרה מאמרות נברא העולם
  6. קנין תורה: שנו חכמים בלשון משנה

אינהאלט פון דער מסכתא

אנדערש ווי אנדערע מסכתות, איז מסכת אבות נישט קיין הלכות, די מסכתא איז נאר עוסק אין מוסר, דרך ארץ און מידות טובות, און אויף דעם האט רבא געזאגט[1] "האי מאן דבעי למהוי חסידא, לקיים מילי דאבות", דאס מיינט - ווער עס וויל זיין א חסיד זאל איינהאלטן וואס שטייט אין פרקי אבות. דער דאזיגער מאמר פון דער גמרא געבט אונז א כאראקטעריסטישע מיינונג וועגן דעם אינהאלט פון "פרקי אבות". דאס איז א זאמלונג פון רעליגיעזע און עטישע ווערטער וועגן אידישקייט און מוסר און דרך-ארץ און סתם גוטע מידות פון מענטש, וואס זענען ארויסגעזאגט געווארן דורך די אנגעזעענסטע אידישע פירער פון די צייטן פון "אנשי כנסת הגדולה" אן (וואס האבן געלעבט אין אנהייב פון דער צייט פון צווייטן בית המקדש), ביז די לעצטע תנאים פון דער משנה. דעריבער הייסט די מסכתא אבות, ווייל די דאזיגע גרויסע אידישע פירער ווערן באטראכט אלס די אבות, די פאטערס פון אידנטום.

באלד אין די ערשטע פרקים ווערן געגעבן די "ווערטער" פון די אנשי כנסת הגדולה, דערנאך פון שמעון הצדיק און דערנאך פון די "זוגות"; דאס זענען די צוויי אידישע פירער אין יעדן דור, וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון סנהדרין. דערנאך הויבן אן צו גיין די ווערטער פון די סתם תנאים פון די צייטן פון דער משנה.

דער אלגעמיינער געדאנק פון די אלע עטישע און רעליגיעזע ווערטער פון פרקי אבות איז, אז דער מענטש זאל גוטס טאן צו מענטשן, לערנען תורה און דינען גאט, און נישט זארגן צופיל וועגן די זאכן פון דער וועלט. די "פרקי אבות" זאגן, אז מען זאל זיין "אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות". וועגן העלפן יעדן מענטש ווערט געזאגט אין פרקי אבות, "יהי ביתך פתוח לרוחה ויהי עניים בני ביתך". די פרקי אבות ראטן דעם מענטש נישט צופיל נאכיאגן זיך נאך געשעפטן, ווייל ,"מרבה נכסים מרבה דאגה", און דער מענטש דארף זיך נישט גרויס האלטן, "שתקות אנוש רימה" ("ווייל דער סוף פון מענטש איז ווערים"). "איזה עשיר? השמח בחלקו, איזה חכם? הלומד מכל אדם".

אין פרקי אבות דערגייט דער מוסר פון אידנטום, די עטיש-רעליגיעזע אנשויאונגען, ביז צו דער העכסטער מדרגה אין די ווערטער "אל תהיו כעבדים המשמשין את רבן על מנת לקבל פרס" ("איר זאלט נישט זיין ווי די קנעכט, וואס דינען זייער האר כדי צו באקומען באלוינונג").

פירושים און איבערזעצונגען

צו די פרקי אבות זענען שפעטער געשריבן געווארן פירושים דורך די גרעסטע אידישע דענקער אין פארשידענע צייטן, ווי דער רמב"ם, רבינו יונה גירונדי, אברבנאל, רבי יוסף יעבץ און אנדערע. א זאמלונג אויסצוגן פון די דאזיגע פירושים האט צונויפגעשטעלט רבי שמואל אוזידא פון צפת אין זיין "מדרש שמואל", געדרוקט אין ווענעציע 1579.

די פרקי אבות זענען איבערגעזעצט געווארן און געדרוקט אויף אידיש פיל מאל אין די סידורים; דאס ערשטע מאל איז עס געדרוקט געווארן אויף אידיש אין קראקא יאר שמ"ו). עס זענען פאראן איבערזעצונגען פון פרקי אבות אויף לאטיין (פון פוילוס פאגיוס יאר 1541), אויף שפאניש, דייטש, ענגליש, פויליש, רוסיש און אנדערע שפראכן.

אין די שבתים

דער מנהג צו זאגן פרק אין די שבתים ווערט שוין געברענגט אין סידור פון רב עמרם גאון, וועלכער זאגט, אז אין בבל אין די צייטן פון די גאונים איז געווען דער מנהג שבת נאך מנחה צו לערנען פרקי אבות און די ברייתא פון קנין תורה. דער טור[2] זאגט, אז אין שפאניע איז געווען דער מנהג צו זאגן פרק שבת אינדערפרי. דער "כל בו"[3] דערציילט, אז אין דייטשלאנד איז געווען א מנהג צו זאגן פרק שבת נישט נאר זומער נאר אויך ווינטער.

פארשידנס

דער ברטנורא זאגט אז וועגן דעם הייבט זיך עס אן מיט משה קיבל תורה מסיני, וויבאלד די גויים האבן אויך פארדידענע מוסר וואס זיי פארשטייען, וויל די משנה זאגן אז מסכת אבות איז א קבלה מהר סיני פונקט ווי אלע אנדערע מסכתות.

קוואלן

דרוינסדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!