יוכבד

פון המכלול
טאכטער פון לוי, מאמע פון משה, אהרן און מרים
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יוכבד בת לוי
געבורט אוראלט מצרים
פטירה כנען
מקום קבורה קבר האמהות
32°48′07″N 35°31′21″E / 32.802°N 35.522611°E / 32.802; 35.522611 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טאטע לוי
בן זוג עמרם
קינדער מרים, אהרן, משה
עיסוק הייבאם
בתנ"ך שמות א - ב; במדבר כו, נט
קבר האמהות אין טבריה, וואו יוכבד איז באערדיגט לויט די מסורה

יוֹכֶבֶד איז די טאכטער פון לֵוִי; ווייב פון איר פלימעניק עמרם; און מאמע פון מרים, אהרן און משה. אין ספר שמות, קאַפּיטל ב', וואו עס ווערט געשילדערט די געבורט פון משה, און דאס ווערן באהאלטן אין א קאסטן דורך זיין מוטער, ווערט נישט דערמאנט איר נאמען, ווי אויך נישט דער פאטער אדער שוועסטער פון משה. נאר שפעטער אין פרשת וארא[1] און פינחס[2] ווערט דערמאנט זייערע נעמען ביים אויסרעכענען די ייחוס פון די דורות. יוכבד ווערט אויך אידענטיפיצירט מיט שפרה.

ביאגראפיע

יונגע יארן

אין חומש, פרשת פינחס, ווערט יוכבד באשריבן אלס די טאכטער פון לוי, געבוירן צו אים אין מצרים[3], און אזוי איז זי געווען עמרם'ס מומע פון פאטערס-זייט[1]. אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון איר מאמע, אבער אין פארשידענע מקורות ווערן אנגעגעבן עטליכע נעמען: אוֹתָהּ[4]; עדינה - טאכטער פון יובב דער זון פון יקטן[5]; אדער מילכה, אן אפשטאמלינג פון תרח[6].

כאטש וואס עס שטייט אז זי איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון לאה וואס שטעלן צוזאם די 70 יורדי מצרים[7], וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" – גראד ביים אריינקומען קיין מצרים[8][9][א].

אין מדרש הגדול שטייט אז זי האט געהייסן יוכבד, "ווייל איר געזיכט איז געווען ענליך צום זיו הכבוד"[10]. א לעצטיגע טעאריע איבער'ן נאמען איז אז עס איז מעגליך צעטיילט אין צוויי: די ערשטע טייל, 'יו' געפינט מען אין אסאך שפעטערדיגע נעמען אין תנ"ך אלס פארקירצונג פונעם שם ה'. 'כבד' איז א געווען א פארשפרייטע סעמיטישע נאמען יענע צייט, מיינענדיג 'מכובד'[11].

זי האט חתונה געהאט מיט איר פלימעניק[ב], דער "גדול הדור" עמרם דער זון פון איר ברודער קהת, און געבוירן מיט אים מרים, און אהרן. ווען פרעה האט ארויסגעגעבן די גזירה אריינצואווארפן די ניי-געבוירענע אינגלעך אין טייך, האט עמרם גע'גט זיין פרוי, זייענדיג אין די דריטע חודש פון די שוואנגערשאפט פון משה, זאגנדיג אז "אונזער מי איז פאר גארנישט". ווען אלע האבן אים נאכגעטון און גע'גט זייערע ווייבער, האט זיין טאכטער מרים אים איבערצייגט צוריקצונעמען זיין פרוי. אין גמרא שטייט אז אויף זייער ווידער-הייראט האט ער געמאכט פאר יוכבד אַן אפריון, פונקט ווי אַן ערשטע חתונה, און אהרן און מרים האבן געטאנצט פאר איר, און די מלאכי השרת האבן געזאגט ״אֵם הַבָּנִים שְׂמֵחָה״[8][15]. פון די אנדערע זייט שטייט אין זוהר הק' אז די ווידער-הייראט, ווי די צעטיילונג, איז געווען "בצנעא", אז קיינער זאל נישט באמערקן[16].

משה'ס געבורט

משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך עמרם און יוכבד'ס ווידער-הייראט. לויט איין שיטה איז זי טראגעדיג געווארן נאך איידער זייער צעטיילונג, און אנגעהאלטן דאס טראגעדיגקייט גאנצע ניין חדשים[8]; די תרגום יונתן זאגט אז די געבורט איז געווען סוף פון די זעקסטע חודש[17]; און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג[10.1].

וויבאלד יוכבד איז געבוירן "בין החומות", און די אידן זענען געווען אין מצרים 210 יאר ביזן ווערן אויסגעלייזט דורך דער 80-יעריגער משה רבינו[18], איז דעריבער יוכבד געווען 130 יאר ביי זיין געבורט[8], דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן[19]. טראץ דעם ווערט זי אנגערופן די "טאכטער" פון לוי[20] ווייל איר יוגנט האט זיך צוריקגעקערט צו איר, איר הויט איז געווארן גלאט און די קנייטשן פון עלטער זענען איר פארשווינדן[21][8]. א רמז צו יוכבד'ס עלטער ביי משה'ס געבורט געפינט זיך אין דער וואג (130 שקל) פון די זילבערנע שיסלען וואס די נשיאים האבן געאפפערט פאר די חנוכת המזבח[22].

דער אבן עזרא איז אבער נישט צופרידן צו לערנען אז זי איז געווען אזוי אלט ביים געבן געבורט, מיט'ן טענה אז די תורה וואלט דאס געדארפט ארויסהייבן אלס נס, ווי ביי שרה'ס געבורט פון יצחק[23]. דער רמב"ן קריטיקירט די ווערטער פון אבן עזרא קעגן חז"ל, אנצייגנדיג אז זייענדיג א טאכטער פון לוי, וואס האט געלעבט 137 יאר[24], און געווען 43 יאר ביים אריינקומען קיין מצרים, וועט אין יעדנפאל זיין למעלה מדרך הטבע: אדער לוי וועט דארפן זיין גאר אלט ביים געבוירן יוכבד, אדער יוכבד ביים געבוירן משה. נאר, דער תורה הייבט נאר ארויס א נס ווען עס איז געקומען אלס פארווירקליכונג פון א הבטחה, דא איז עס נאר געווען כדי צו אויסשטעלן דער געטליכער פלאן פאר די גאולה און הנהגה פון אידן[25].

צוליב איר צדקות זענען די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה געווען לייכט אָן ווייטאג, וואס האט אנגעוויזן אז זי איז אויסגעשלאסן געווארן פון דער גזירה קעגן די קינדער פון חוה[8][26]. דער ספר הישר שרייבט אז יוכבד האט גערופן איר דאזיגע זון "יקותיאל" (די נאמען משה האט בתיה אים געשאנקען[27])[28].

די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט. אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט משה אין א קאסטן באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. זי האט אים אויך געמאכט אינעם קאסטן א קליינע חופה'לע, אויסדרוקנדיג זארג אז זי וועט שוין נישט זען זיין חופה[29]. בִתיה, די טאכטער פון פרעה, האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד. בתיה האט אדאפטירט דאס קינד און אויפגעצויגן אין פרעה'ס הויז[30].

אלס הייבאם

אין ספר שמות, קאַפּיטל א' ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט באפוילן די אידישע הייבאמס, שפרה און פועה, צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער יראת שמים, "וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים". חז"ל אידענטיפיצירן זיי אלס יוכבד און איר פינף-יעריגע טאכטער מרים (אדער איר שנור אלישבע בת עמינדב), וועלכע האט איר געהאלפן[31][8][ג]. יוכבד איז גערופן געווארן שפרה, וויבאלד אלס הייבאם האט זי שיין געמאכט – שֶׁמְּשַׁפֶּרֶת – דאס בלוטיג קינד נאכן געבורט, און וויבאלד די אידן זענען געווען פרוכטבאר – שֶׁפָּרוּ – אין אירע טעג, אדער וויבאלד זי האט שיין געמאכט אירע מעשים פאר גאט[33]. זי איז אויך אידענטיפיצירט מיט היהודיה[34], וויבאלד זי האט געברענגט אידן אויף דער וועלט[35]. די "הייזער" וואס זענען געגעבן געווארן צו די צוויי עברי'שע הייבאמס[36] מיינט, אז זי האט זוכה געווען אז פון איר זאלן ארויסקומען משפחות פון כהונה, לויה און מלכות[37].

ענדע לעבן

אין זכות פון עמרם און יוכבד זענען די אידן אויסגעלייזט געווארן[38], און אלס שכר פאר איר יראת ה' ("כי יראו המילדות את האלקים"), איז פון איר ארויס משה, וועלכער האט געגעבן די תורה[39]. די מעשה פון יוכבד האט רבי (רבי יהודה הנשיא) גענוצט צו ערוועקן זיין ציבור ווען זיי זענען געווארן פארשלאפן. עס איז אמאל געווען א פרוי אין מצרים, האט ער זיי דערציילט, וואס האט געבוירן 600,000 קינדער אויף אמאל; ווערנדיג געפרעגט ווער די פרוי איז, האט ער געזאגט אז זי איז יוכבד, וועמענס זון משה איז ווערט 600,000 אידן[40].

לויט'ן סדר עולם האט זי איבערגעלעבט אלע אירע קינדער און איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר[41][42]. לויט א שפעטערע מסורה איז זי באערדיגט געווארן אין קבר האמהות אין טבריה, אינאיינעם מיט מרים, צפורה און נאך פרויען[43].

דער זוהר שרייבט אז יוכבד זיצט אין א היכל, צוזאמען מיט צענדליגע טויזנטע. אין דעם היכל רופט מען גארנישט אויס, נאר דריי מאל יעדן טאג לויבט זי און איז משבח דעם רבש"ע, זי און אלע פרויען מיט איר. זי זינגט יעדן טאג די שירת הים, און זי הייבט אליין אן פון ותקח מרים הנביאה. און אלע צדיקים אין גן עדן הערן צו איר זיסע שטימע. און פילע הייליגע מלאכים זענען מודה ומשבח מיט איר צום הייליגן נאמען[44].

אין ליטורגיע

יוכבד'ס קלאג אויף משה'ס פטירה איז דער נושא אין עטליכע פיוטים אויף שמחת תורה[45]. אין דער מחזור רומי (ז' 79 א, מנטובה, תע"ח) איז פאראן א פיוט אין אראמיש פאר שמחת תורה, זיך אנהייבנדיג "אזלת יוכבד מפיסת למצרים". אין מחזור קורפו איז עס איבערגעזעצט אין לשון-קודש[46]. אויך איז פארהאן א פיוט "צעקה יוכבד" (העב')[47].

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אין צוואת השבטים שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.
  2. חתונה האבן מיט א מומע איז א לאו אין די תורה[12]. דאס איז אין איינקלאנג מיט אנדערע פעלער איידער מתן-תורה אין וועלכע די געבורט אדער אפשטאם פון וויכטיגע פיגורן קומען פון שפּעטער-פארבאטענע אישות: יעקב און די צוויי שוועסטער רחל און לאה[13]; יהודה און תמר, זיין שנור[14].
  3. דער בני יששכר[32] ערקלערט אז פרעה איז געווען דער וואס האט געטוישט זייערע נעמען צו מצרי'שע נעמען, האלטנדיג אז דאס וועט זיי אריבערשלעפן צו זיין זייט.
  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 שמות ו, כ
  2. במדבר כו, נט
  3. במדבר כו, נט; פארגלייך שמות ב, א
  4. דעת זקנים, במדבר כו, נט, לויט'ן פסוק וְשֵׁם אֵשֶׁת עַמְרָם יוֹכֶבֶד בַּת לֵוִי אֲשֶׁר יָלְדָה "אֹתָהּ" לְלֵוִי בְּמִצְרָיִם.
  5. ספר הישר, וישב כ
  6. ספר היובלים, לד, כח; צוואת השבטים (צוואת לוי).
  7. בראשית מו, כז
  8. ארויפשפרינגען קיין: 8.0 8.1 8.2 8.3 8.4 8.5 8.6 סוטה יב, א
  9. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'; בבא בתרא קכג, ב, געברענגט אין רש"י, בראשית מו, טו
  10. מדרש הגדול, שמות ב, א
    1. דארט, פסוק ב'
  11. אנציקלופדיה מקראית, כרך ג', ערך יוכבד
  12. ויקרא יח, יב
  13. ויקרא יח, יח
  14. ויקרא טו, טו
  15. בבא בתרא קכ, א
  16. ספר הזוהר, חלק ב, דף י"ט, עמוד א'
  17. תרגום יונתן, שמות ב, ב
  18. פארגלייכט שמות ז, ז
  19. שמות ז, ז
  20. שמות ב, א
  21. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'; בבא בתרא קכ, א
  22. שמות רבה, פרשה א', פסקה כ"ג; במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ט
  23. אבן עזרא, בראשית מו, כז
  24. שמות ו, טז
  25. רמב"ן, בראשית מו, טו
  26. שמות רבה, פרשה א', פסקה כ'; פארגלייך בראשית ג, טז
  27. שמות ב, י
  28. ספר הישר, שמות כד
  29. סוטה יב, ב
  30. בראשית ב, א–י
  31. שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ג
  32. חודש ניסן, מאמר ד'
  33. סוטה יא, ב זעט דארט נאך
  34. דברי הימים א' ד, יח
  35. ויקרא רבה, פרשה א', פסקה ג'
  36. שמות א, כא
  37. שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ז, געברענגט אין רש"י דארט
  38. ילקוט שמעוני, במדבר ג, רמז תר"צ
  39. שמות רבה, פרשה א', פסקה ט"ז
  40. שיר השירים רבה, פרשה ד', פסקה ב'
  41. סדר עולם פרק ט'
  42. דער של"ה שרייבט ענליך אין אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ דף רפב, און דער אבן עזרא, בראשית מו, כז ברענגט אויך אזוי פון א פיוט פאר שמחת תורה: "יוכבד אמי אחרי התנחמי והיא בת ר"נ שנה". זעט שפעטער.
  43. ווערט ערשט דערמאנט אין די ספר המסע פון רבי יעקב בן נתנאל הכהן, א תלמיד פונעם רמב"ן.
  44. ספר הזוהר, חלק ג, דף קס"ז, עמוד ב'
  45. בנימין בר-תקוה, "זעקת יוכבד: דמות האם בפיוטי פטירת משה", מחקרי ירושלים בספרות עברית כא‎, תשס"ז, עמ' 265-302‏, JSTOR 23361176
  46. מחזור מנהג קורפו לסוכות ולשמחת תורה, דף 26, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; מחזור מנהג קורפו לשלש רגלים, (155ב-156א), מאנוסקריפט אויף נבמ"י; אברהם מאיר הברמן, עתרת רננים (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  47. אָודיאָו דער פיוט צעקה יוכבד, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל


פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל