אלף הראשון
יאר-טויזנט אין אידישן לוח
דער אלף הראשון איז די ערשטע טויזנט יאר פון די וועלט באשאף, פון "שנת תוהו" (דער ערשטער יאר וואס האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג) ביז יאר תתקצ"ט. די זענען בערך אין פּאראלעל צו די יארן 3761 ביז 2760 בצ"ר אינעם שפּעטערן גרעגאריאנישן קאלענדער.
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע. זיי רעכענען אדם הראשון הראשון איז באשאפן געווארן ראש שנה שנת 0, און שנת א' האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען איין יאר אלט. די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), נעמט אן אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה שנת ב' לבריאת העולם, און שנת א' האט אנטהאלטן בלויז די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית. לויט דער רעכענונג דארף מען צולייגן צוויי יאר צו די חשבונות[1].
געשעענישן
- -, כ"ה אלול (לויט רבי אליעזר[2]) – בריאת העולם, ערשטער טאג פון וועלט באשאף[3]
- -, כ"ו אלול – צווייטער טאג פון וועלט באשאף, באשאפן די רקיע
- -, כ"ז אלול – דריטער טאג פון וועלט באשאף, באשאפן די געוויקסן
- -, כ"ח אלול – פערטער טאג פון וועלט באשאף, באשאפן די זון, לבנה און שטערנס[4]
- -, כ"ט אלול – פינפטער טאג פון וועלט באשאף, באשאפן די פישן און פויגלען
- א', א' תשרי – זעקסטער טאג פון וועלט באשאף, באשאפן די ערד-באשעפענישן, אדם הראשון און חוה. פארגעקומען דער חטא עץ הדעת.
- א', ב' תשרי – ערשטער שבת
- רס"ו[5] – אנוש און זיין דור הייבן אן דינען באשעפענישן, א פירונג וואס איז שפעטער געווארן פארוואנדלט אין עבודה זרה[6]
- שס"ה – קינן ווערט דער ערשטער צו קעניגן איבער מענטשן[7]
געבוירן
- א', א' תשרי – קין און הבל[8]
- חנוך בן קין, עירד, מחויאל, מתושאל, למך בן מתושאל און זיינע קינדער יבל, יובל און תובל קין זענען אלע געבוירן געווארן אין די יארן ק'–קצ"ט[9]
- ק"ל – שת, דער זון פון אדם הראשון
- רל"ה – אנוש, דער זון פון שת און אייניקל פון אדם הראשון
- שכ"ה – קינן דער זון פון אנוש, און פערטער דור פון אדם הראשון
- שצ"ה – מהללאל דער זון פון קינן
- ת"ס – ירד, דער זון פון מהללאל און זעקסטער דור פון אדם הראשון
- תרכ"ב – חנוך, דער זון פון ירד און זיבעטער דור פון אדם הראשון
- תרפ"ז, י' חשון[10] – מתושלח, דער זון פון חנוך
- תתע"ד – למך, דער זון פון מתושלח און פאטער פון נח, ניינטער דור פון אדם הראשון
- תתקע"ד – נעמה, די פרוי פון נח און א טאכטער פון חנוך, לויט איין מקור[11]
נפטר געווארן
צו ליינען מער
- אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 7–13, אויף אוצר החכמה
רעפערענצן
- ↑ זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 4. פארהאן נאך צדדים אין דעם, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ לויט רבי יהושע איז עס געווען כ"ה אדר (תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות); אדער כ' אדער כ"ז אדר (יסוד עולם, מאמר רביעי פרק י"ד); אדער א' ניסן (פירוש הרד"ל אויף פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א אות י"ח).
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה א'.
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק ח'.
- ↑ פענח רזא פרשת בראשית, געברענגט אין סדר הדורות שנת רס"ו. דער רמב"ן, בראשית ב, יג איז מסופק, אז אנוש האט מעגליך נישט געדינט עבודה זרה ווילאנג אדם הראשון האט נאך געלעבט.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק א'.
- ↑ ספר הישר, פרק ד'.
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'. לויט אן אנדערע דעה איז הבל געבוירן שפעטער (תוספות, סנהדרין לח, ב, ד"ה וירדו), אין ט"ו תשרי (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד').
- ↑ רש"י, בראשית ד, כג.
- ↑ רבי שלמה בן שם טוב גבאי, עבד שלמה, אויף בראשית ז, ד.
- ↑ סדר הדורות, שנת תתקע"ד.
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד'; פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א. לויט אנדערע איז עס געווען א יאר שפעטער (חזקוני, בראשית ד, ג), אדער פערציג יאר שפעטער (מדרש תנחומא, פרשת בראשית, אות ט').
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א. לויט אנדערע איז עס געווען פריער אין יאר (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד').
- ↑ מדרש תנחומא, בראשית י"א; רש"י, בראשית ד, כג. לויט אן אנדערע שיטה איז ער געשטארבן ביים מבול, יאר א'תרנ"ו (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה י"ב; רמב"ן, בראשית ד, יז).