רוי:רבי דובער פון ליובאוויטש
רבי דובער (שניאורי) [1] פון ליובאוויטש (ט' כסלו ה'תקל"ד - ט' כסלו ה'תקפ"ח), באקאנט אלס דער מיטלער רבי.
אפשטאם
רבי דובער איז געבוירן ט' כסלו ה'תקל"ד, אין דער אומגעבונג פון ליאזנא, (א קליין שטעטל אין ווייסרוסלאנד נעבן וויטעבסק וואס האט דעמאלס געהערט צו פוילן), צו זיין פאטער הרב שניאור זלמן דער בעל התניא. און צו זיין מוטער מרת שטערנא א טאכטער הרב יהודה לייב סג"ל פון די אנגעזענע אידן אין וויטעבסק.
רבנות
אין יאר ה'תקנ"א האט רבי דובער איבערגענומען דאס אנפירן מיט די יונגע חסידים. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקע"ג האט מען אויפגענומען רבי דובער אלס ממלא מקום פון פאטער. אין דעם זעלבן יאר י"ח אלול האט דער מיטלער רבי זיך באזעצט אין ליובאוויטש. אין דעם יאר ה'תקע"ד האט דער מיטעלער רבי אויפגעשטעלט א ספעציעלן קאמיטעט צוריק אויפצושטעלן די אידישע שטעטלעך אין ווייסרוסלאנד וואס זענען פארניכטערט געווארן אין קריגס צייט.
דער מיטעלער רבי האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגע ליבשאפט צו ארץ ישראל און אירע איינוואוינער. אין יאר ה'תקע"ג אומגעפער האט ער געגרינדעט א ישוב פאר די חב"ד חסידים אין חברון, און ער איז געווען פון די ערשטע וואס האבן איינגעפירט די פושקעס פון רמבעה"נ פאר אידן וואס וואוינען אין ארץ ישראל.
הסתלקות
רבי דובער איז נפטר געווארן אין ניעזין, ט' כסלו ה'תקפ"ח.
פאמיליע
די רביצין פון רבי דובער האט געהייסן מרת שיינא. זייערע קינדער:[2]
- הרב מנחם נחום שניאורסאהן (ה'תקמ"ט - ), פון ניעזין.
- הרב ברוך שמואל שניאורסאהן. א' אלול ה'תקפ"ב האט ער געהייראט מרת ביילא רייזא א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים אברהם שניאורסאהן, א זון פון בעל התניא.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב יקותיאל זלמן (וואלעס), א זון פון הרב יוסף שלום בונם, אן איידעם פון הרב לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
- מרת חיה מושקא ( - ח' טבת ה'תרכ"א), די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב מנחם מענדל שניאורסאהן (כ"ט אלול ה'תקמ"ט - י"ג ניסן ה'תרכ"ו), ממלא מקום פון זיין שווער.
- מרת דבורה לאה ( - א' סיון ה'תרל"ו), די ווייב פון הרב רבי יעקב ישראל טווערסקי (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), פון טשערקאס.
- מרת ברכה, די ווייב פון הרב יונה פון זשיטאמיר.
- מרת מנוחה רחל (י"ט כסלו ה'תקנ"ט - כ"ד שבט ה'תרמ"ח), די ווייב פון הרב יעקב (כולי) סלונים ( - ב' טבת ה'תרי"ז), פון חברון.
- מרת שרה, די ווייב פון הרב אהרן אלעקסאנדראוו, פון שקלאוו.
זיינע ספרים
- אמרי בינה - ביאור אויף מצוות ק"ש און תפילין.
- שער היחוד.
- שער האמונה
- תורת חיים.
- עטרת ראש - דרשות אויף ימים נוראים.
- עיון תפילה - תפילה.
- שערי אורה - חנוכה און פורים.
- שערי תשובה - תשובה.
- דרך חיים - תשובה.
- קונטרס ההתפעלות.
- פרוש המלות - תפילה.
- באורי-הזהר.
- מאמרי אדמו"ר האמצעי - אומגעפער צוואנציג בענדער.
זעט אויך
רעפערענצען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!