כ"ז אב
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
40°43′N 73°58′W / 40.71°N 73.96°W
כ"ז אב איז דער זיבן־און־צוואנציגסטער טאג פונעם עלפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבן־און־צוואנציגסטער טאג פונעם פינפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה גכה בחה זשה |
מאנטאג | שופטים |
הכז בשז גכז |
מיטוואך | ראה |
השא זחא החא |
דאנערשטאג | ראה |
בחג זשג השג זחג |
שבת | ראה |
חגים וזמנים
- אנגעהויבן פון דעם טאג טאר מען נישט איינפלאנצן ביימער אין א יאר וואס איז בעפאר שמיטה, לויט רבי יהודה[1]
- לויט איין מקור, איז א סכנה אין דעם טאג צו מקיז זיין בלוט אדער ארויסלאזן א קינד אליינס אויף דער גאס[2]
געשעענישן
- ה'תי"ז – געשטארבן באגדאן כמעלניצקי, דער פירער פון די קאזאקן אויפשטאנד און די גזירות ת"ח ות"ט
- ה'ת"ש – אידישע שחיטה פארבאטן דורך די דייטשן אין האלאנד
- ה'תש"ה – צווייטע וועלט-מלחמה: די פאראייניגטע שטאטן ווארפט די ערשטע אטאם באמבע אויף היראשימא, יאפאן
- ה'תש"כ – סענעגאל דערקלערט זיך זעלבסטשטענדיג
- ה'תשכ"ח – די ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי
געבוירן
- ה'תקצ"ד – רבי יוסף חיים פון באגדאד, א פוסק, מקובל, דרשן און מנהיג. באקאנט אויפן נאמען פון זיין ספר "בן איש חי" (נפטר ה'תרס"ט)
- ה'תש"ד – רבי שמשון פינקוס, א דרשן און משפיע, רב פון אופקים (נפטר ה'תשס"א)
- ה'תרצ"ח – רבי לייבוש לייזער, אדמו"ר פון פשעווארסק
יארצייטן
- ה'ת"ח – רבי יהושע חריף רב פון קראקע און מחבר פון "מגיני שלמה", דער זיידע פונעם פני יהושע
- ה'תרמ"ג – רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן פון סאדיגורא (געבוירן ה'תר"ג)
- ה'תרמ"ג – רבי יעקב צבי וואלדמאן, דער רב פון בארשא
- ה'תרמ"ג – רבי יחיאל וואגשאל, רב אין פריסטיק
- ה'תר"ן – רבי נחמן נתן קאראנעל, אן עסקן, שד"ר, מחבר ספרים און חוקר פון ירושלים
- ה'תרנ"ה – רבי אליעזר דן רלב"ג, ראש ישיבת עץ חיים אין ירושלים
- ה'תש"ב – רבי יהודה פאטיע, מחבר פון מנחת יהודה
- ה'תש"ב – דוד סלימאן ששון, א בארימטער פילאנטראפ און זאמלער פון כתבי ידות
- ה'תש"ו – רבי דוד בהר"ן, א בארימטער פערזענליכקייט אין ירושלים
- ה'תש"ו – רבי אברהם אבא גראסבארד, דער ערשטער משגיח פון די פאנאוועזשער ישיבה אין ארץ ישראל
- ה'תשכ"ט – רבי מנחם שלמה בורנשטיין, דער אדמו"ר פון סאכאטשוב-ראדאמסק
- ה'תשנ"ז – רבי שמואל צבי הורוויץ פון ספינקא
- ה'תש"ע – רבי משה מרדכי הלוי שולזינגער, דער מחבר פון די ספרים "משמר הלוי"
- ה'תשע"ה – רבי משולם פייש לאווי, טאהשער רבי פון קרית טאהש