רבי זאב וואלף פון זיטאמיר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ אם ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

דער "אור המאיר"
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
שער בלאט פון ספר "אור המאיר", מהדורת פאריצק (היינט פאווליקע (אנ'), וואהלין) תקע"ה
שער בלאט פון ספר "אור המאיר", מהדורת פאריצק (היינט פאווליקע (אנ'), וואהלין) תקע"ה
מדינה רוסישע אימפעריע (היינטיגע אוקראינע)
טעטיגקייט אָרט וואהלין
פטירה ה' סיון ה'תקנ"ז
איוועניץ, זשיטאמיר גובערניע
וואוין ארט זשיטאמיר, וואהלין, פויליש-ליטווישע פאראייניגונג (עב'); איוועניץ
כינוי רבי וועלוועלע פון זיטאמיר
ספרים אור המאיר
השתייכות חסידות
רבי'ס רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי פנחס פון קאריץ
בני דורו רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי שניאור זלמן פון ליאדי
ווייב עטיא אסתר, טויבא
קינדער רבי ישראל דוב בער, רבי מנחם מענדיל, רבי צבי הירש, רבי יוסף,
רבי דוד, רבי יחיאל מיכל, רבי פנחס פון קאלק

רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן אויפן נאמען פון זיין ספר: דער אור המאיר; אוועק ה' סיון[1] ה'תקנ"ז[2]), איז געווען פון דריטער דור פון חסידות, פון די גרויסע תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. ער איז קודם געווען א וויין סוחר, דערנאך האט ער געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט דעם תורת החסידות אין זיטאמיר.

ביאגראפיע

ווייניג איז באקאנט איבער זיין אפשטאם און זיינע יונגע יארן. זיין מאמע האט געהייסן יהודית, און ער האט געשטאמט פון רבי שאול וואהל. רבי זאב וואלף האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר. אין די שפעטערע יארן, נאך וואס זי איז אוועק, האט ער חתונה געהאט צו טויבא, א טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות דער רב אין מעזריטש[א], וואס זי איז געווען די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ דער מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם", און ער האט געהאט מיט איר דריי זון.

רבי זאב וואלף איז געווען א פראמינענטער תלמיד פון דער מעזריטשער מגיד[ב], און ער ווערט אויסגערעכנט צווישן די צען תלמידים אויף וועמען עס ווערט פארציילט אז זיי האבן זיך באטייליגט אין חרם קעגן די מתנגדים[3]. ער איז געווען פאררעכנט אלס גאר איינגעהאלטן אין זיין סטיל, אין קאנטראסט צו אזעלכע תלמידים רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי משולם זושא פון האניפאלי און רבי אהרן הגדול פון קארלין.

רבי וועלוול האט מקבל געווען אויך פון רבי פינחס פון קאריץ[4], און ער האט אראפגעשריבן פון זיינע דברי תורה[5]. ער איז געווען נאנט מיט נאך צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ וואס ער האט זייער געשעצט דעם שפאלער זיידן, האט ער געשטיצט רבי נחמן פון ברסלב אין זייער מחלוקת[6].

רבי זאב וואלף האט נישט געפירט קיין חסידישע הויף[7]. ער האט געוואוינט אין זיטאמיר וואו ער האט געפירט א קרעטשמע. חסידים האבן פארציילט פילע פאסירונגען איבער זיין פארשפרייטן דעם תורת החסידות און זאגן מוסר פאר אידן אין זיין קרעטשמע. שפעטער האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך האט ער אויך געעפנט א חסידישער בית מדרש[8].

אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איוועניץ נעבן זיטאמיר[9]. ער איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן. ווען ער איז אוועק זענען נאך געווען אין שטוב דריי פיצלעך יתומים, זיינע קינדער פון זיין צווייטן זיווג.

ספר אור המאיר

דורכאויס די יארן האט זיין תלמיד, רבי אליעזר פון זיטאמיר, אפגעשריבן זיינע דברי תורה, און די כתבים זענען פארשפרייט געווארן צווישן אנדערע תלמידים[10]. אין יאר תקנ"ח, נאך די פטירה פון רבי זאב וואלף, האט רבי אליעזר געדרוקט פון די כתבים דעם ספר "אור המאיר", וואס איז פון דאן געווארן פאררעכנט אלס א וויכטיגער ספר אין חסידות. דער ספר האט באקומען די הסכמות פון רבי יהודה לייב אב"ד שידלאוו, רבי יוסף אב"ד קאסנטין, רבי מרדכי פון קאריץ א זון פון רבי פנחס קאריצער, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי צבי פון אוסטראה, רבי מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאביל, רבי ישראל פון פיקאוו (א זון פון רבי לוי יצחק בארדיטשובער).

אין זיינע דרשות וועלכע זענען געדרוקט אין ספר האט ער אויפגעפאדערט זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט דאס נאכלויפן מותרות. ער האט זייער אוועקגעמאכט די וועלט און אירע פארמעגס, הנאות און פארשידנס, און ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון צו קריטיקירן אויך די פירערשאפט פון אדמורי"ם אין זיין דור[11]. ער דרוקט אויס קעגנערשאפט צו סיגופים און שליסט אויס אלערליי דרויסנדע פעולות אין עבודת ה', ווי תנועות ביים דאווענען אדער צופיל פארלענגערן דאס דאווענען. אין דעם ספר ווערט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט אלע צענטראלע שאלות מיט וועלכע דער עולם החסידות איז דאן געווען פארנומען[12].

דורכאויס דעם ספר ווערן דערמאנט אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[13], דער מוכיח פון פולנאה[14], רבי נחמן פון קאסוב[15], רבי יחיאל מיכל פון האראדנא[16], און אזוי אויך די ספרים פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה[13].

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי עטיא אסתר האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי טויבא האט ער געהאט:

  • רבי דוד
  • רבי יחיאל מיכל[ד]
  • רבי פנחס פון קאלק[ה], איידעם פון רבי צבי אריה פון אליק
    • זיין זון רבי זאב אב"ד קאלק
      • זיין זון רבי ישראל יוסף פון בארדיטשוב
      • זיין זון רבי מרדכי אב"ד ליפאוויטש, איידעם פון רבי אלטר יוסף פון ליפאוויטש (אן אייניקל פון רבי גדליה פון ליניץ, בעל "תשואות חן"), איידעם פון רבי אריה לייב פון בענדער
    • זיין איידעם רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא
    • זיין איידעם רבי יחיאל מיכל פון סקאליט
    • זיין איידעם רבי אהרן פון לעכאוויטש

תלמידים

צו ליינען מער

  • מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. די פרוי פון רבי צבי הירש איז געווען א שוועסטער פון רבי אהרן פון לעבערטאוו, א זיידע פון רבי אפרים זלמן מרגליות. א צווייטע שוועסטער האט חתונה געהאט מיט רבי מרדכי זאב אורנשטיין אין זיין ערשטע זיווג, און א דריטע שוועסטער איז געווען די מאמע פון רבי יעקב לארבערבוים.
  2. אין זיין ספר (פרשת צו) שילדערט ער וויאזוי עס האט זיך אפגעשפילט די תורה זאגן ביים מגיד.
  3. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיינע רבי'ס: רבי ישראל דער בעש"ט, און רבי דוב בער פון מעזריטש[17].
  4. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי, רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[17].
  5. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי פנחס קאריצער[17].

רעפערענצן

  1. לויט זיין אייניקל רבי דוד אורטנבערג, דער "תהלה לדוד". לויט טייל איז ער אוועק ט"ו אדר.
  2. לויט טייל איז ער אוועק ה'תקנ"ח, אדער ה'תק"ס (אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569); אבער אין יאר ה'תקנ"ח שטייט שוין אויף אים זצ"ל אין די הסכמות צו זיין ספר. זעט: גליון דברי תורה ליזענסק, במדבר תשע"ט זייט 7; אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה.

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מיכאל לוי ראדקינזאהן, שבחי הרב, לעמבערג תרכ"ה.
  4. אמרי פנחס השלם, עמוד ר' אות מ"ה; דארט, עמוד רל"ב אות ט'
  5. דער כתב יד איז פארקויפט געווארן אין יאר ה'תרנ"ד צו רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין.
  6. ספר ליקוטים יקרים, אין כתבי קודש רמ"מ.

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם יעלין, דרך צדיקים, פיעטערקאוו תרע"ב, עמ' 47–48.
  8. דערמאנט דורך רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אין זיין הסכמה צום ספר.
  9. כתבי ר"י שו"ב, אות תתע"ח.
  10. ווי רבי מרדכי פון קאריץ שרייבט אין זיין הסכמה: ”רבים שתו דבריו בצמא, ויפוצו מעינותיו חוצה בעודו בחיים חיותו”.
  11. זעט דער ארטיקל איבער אים אין אנציקלופדיה העברית, באנד ט"ז, זייט 69.
  12. סילאבוס פאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר", ד"ר יורם יאקאבסאהן.
  13. 13.0 13.1 אין פרשת צו.
  14. אין פרשת מקץ; פרשת כי תצא.
  15. אין פרשת בחוקותי.
  16. אויף שבועות.
  17. 17.0 17.1 17.2 אריינפיר צו "אור המאיר", הוצאת אבן ישראל, תשנ"ה.
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאךרבי אברהם פון קאליסקרבי אברהם חיים פון זלאטשאוורבי אהרן הגדול פון קארליןרבי אלימלך פון ליזענסקרבי ברוך מעזשיבוזשעררבי ברוך פון קאסוברבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץרבי זאב וואלף פון זיטאמיררבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראהרבי חיים פון אמדורארבי חיים טירער פון טשערנאוויץרבי יהודה לייב פון פולנאהרבי יחיאל מיכל פון זלאטשוברבי יעקב יוסף פון אוסטראהרבי יעקב שמשון שעפעטיווקעררבי יצחק אייזיק פון קאריץרבי לוי יצחק פון בארדיטשוברבי מנחם מענדל פון וויטעבסקרבי מנחם נחום פון טשערנאבילרבי משה פון פשעווארסקרבי משה חיים אפרים פון סדילקאוורבי משולם זושא פון האניפאלירבי משולם פייוויש העלעררבי עוזיאל מייזלישרבי פנחס הורוויץרבי צבי הערש פון נאדווארנארבי שלמה גאטליברבי שלמה לוצקעררבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורגרבי שמעון שלמה פון סאוואראןרבי שניאור זלמן פון לאדי