ראצפערט (חסידות)

פון המכלול
ווערסיע פון 17:05, 2 פעברואר 2023 דורך מוטל (שמועס | ביישטייערונגען) (מוטל האט באוועגט בלאט רוי:ראצפערט (הויף) צו ראצפערט (הויף): איבער געשריבן פון דאסניי)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער ראצפערט'ער הויף איז געגרינדעט געווארן דורך רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, זון פון דעם דברי חיים פון צאנז. אין שטאט ראצפערט - אונגארן.

גרינדונג פונעם חסידות

דער גרינדער פונעם ראצפערטער חסידות איז געווען רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, וואס איז געבוירן געווארן חול המועד פסח תרכ"ב. ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון זיין שוואגער רבי מרדכי דוב טווערסקי פון הארנסטייפל, און ער האט געוואוינט ביי אים נאך דער חתונה. נאך א שטיק צייט האט די רוסישע רעגירונג פארטריבן אים ווייל ער איז נישט געווען קיין בירגער, און ער איז צוריק אין גאליציע. אין תר"ס האט ער אימיגרירט אין אונגארן און ער האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע, ערשט אין טעגלאש און שפעטער אין ראצפערט. רבי שלום אליעזר איז דערמארדעט געווארן אין אוישוויץ, ט"ז סיון תש"ד.

אין ראצפערט איז אויך געווען א הויף געפירט פון רבי נפתלי הירצקא הלוי זילבערמאן, א תלמיד פונעם צאנזער רב, אבער ס'איז נישט געווען קיין שייכות צווישן די צוויי הויפן.

אין אמעריקע

רבי שלום אליעזר'ס צווייטער זון איז געווען רבי משולם זושא, אן איידעם ביי רבי נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור[1]. רבי משולם זושא'ס דריטע טאכטער, רייצא, האט חתונה געהאט מיט רבי יואל בער, אן אייניקל פון רבי חיים טירער, דעם "באר מים חיים"[2]. רבי יואל בער איז געראטעוועט געווארן פון דער האלאקאוסט און האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, עטליכע יאר שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין סאו פאולא, בראזיל, וואו ער האט אויפגעשטעלט א חסידישע קהילה אויפן נאמען פון זיין שווער רבי משולם זושא. רבי יואל איז געווען א גרויסער בעל חסד און אנגעפירט מיט דעם הכנסת אורחים אין שטאט.

רבי יואל איז נפטר געווארן כ"ט אדר תשנ"ב. נאך די פטירה האט זיין עלטערער איידעם, דער קרעטשעניפ'ער רבי, באקרוינט זיין איינציגן זון רבי זושא פאר ראצפערטער רבי, און זיין איידעם רבי יצחק דוד הורוויץ פאר גאב"ד פון דער קהילה, די מיטגלידער פון דער קהילה זענען נישט קיין ראצפערטער חסידים.

זיינע איידעמעס זענען:

רבי יצחק דוד הורוויץ, גאב"ד פון דער קהילה, האט געעפנט מוסדות אין בני ברק, בית שמש, אלעד, און וויליאמסבורג. זיין איידעם הרב מאיר האגער (א זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, א זון פון רבי משה האגער ראש ישיבת סערעט-וויזשניץ) איז רב פון דער קהילה אין בית שמש, און זיין איידעם הרב חיים מערץ דינט אלס רב פון דער קהילה אין וויליאמסבורג.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. א זון פון רבי ישראל יעקב פון וואלאווע, וואס איז געווען א איידעם ביי זיין פעטער דער "ייטב לב"
  2. זיין יחוס קענט איר זען דא.
  3. זון פון רבי אברהם צבי בעק.
דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.