רבי זאב וואלף פון זיטאמיר

אור המאיר, מגיד מישרים אין זיטאמיר, תלמיד פון מעזריטשער מגיד (–ה'תקנ"ז)

רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן אויפן נאמען פון זיין ספר: דער אור המאיר; אוועק ה' סיון[1] ה'תקנ"ז[2]), איז געווען פון דריטער דור פון חסידות, פון די גרויסע תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. ער איז קודם געווען א וויין סוחר, דערנאך האט ער געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט דעם תורת החסידות אין זשיטאמיר.

דער "אור המאיר"
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
שער בלאט פון ספר "אור המאיר", פאריצק תקע"ה
שער בלאט פון ספר "אור המאיר", פאריצק תקע"ה
כינוי רבי וועלוועלע פון זיטאמיר
פטירה ה' סיון ה'תקנ"ז
איוועניץ, זשיטאמיר גובערניע
מקום קבורה איוועניץ
מדינה רוסישע אימפעריע (היינטיגע אוקראינע)
וואוין אָרט זשיטאמיר, וואהלין, פויליש-ליטווישע פאראייניגונג (עב'); איוועניץ
טעטיגקייט אָרט וואהלין
השתייכות חסידות
רבי'ס רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי פנחס פון קאריץ
בני דורו רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי שניאור זלמן פון ליאדי
ספרים אור המאיר
ווייב עטיא אסתר, טויבא
מאמע יהודית
קינדער רבי ישראל דוב בער, רבי מנחם מענדיל, רבי צבי הירש, רבי יוסף,
רבי דוד, רבי יחיאל מיכל, רבי פנחס פון קאלק

ביאגראפיע

ווייניג איז באקאנט איבער זיין אפשטאם און זיינע יונגע יארן. זיין מאמע האט געהייסן יהודית, און ער האט געשטאמט פון רבי שאול וואהל. רבי זאב וואלף האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר. אין די שפעטערע יארן, נאך וואס זי איז אוועק, האט ער חתונה געהאט צו טויבא, א טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות דער רב אין מעזריטש[א], וואס זי איז געווען די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ דער מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם", און ער האט געהאט מיט איר דריי זון.

רבי זאב וואלף איז געווען א פראמינענטער תלמיד פון דער מעזריטשער מגיד[ב], און ער ווערט אויסגערעכנט צווישן די צען תלמידים אויף וועמען עס ווערט פארציילט אז זיי האבן זיך באטייליגט אין חרם קעגן די מתנגדים[4]. ער איז געווען פאררעכנט אלס גאר איינגעהאלטן אין זיין סטיל, אין קאנטראסט צו אזעלכע תלמידים רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי משולם זושא פון האניפאלי און רבי אהרן הגדול פון קארלין.

רבי וועלוול האט מקבל געווען אויך פון רבי פינחס פון קאריץ[5], און ער האט אראפגעשריבן פון זיינע דברי תורה[6]. ער איז געווען נאנט מיט נאך צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ וואס ער האט זייער געשעצט דעם שפאלער זיידן, האט ער געשטיצט רבי נחמן פון ברסלב אין זייער מחלוקת[7].

רבי זאב וואלף האט נישט געפירט קיין חסידישע הויף[8]. ער האט געוואוינט אין זיטאמיר וואו ער האט געפירט א קרעטשמע. חסידים האבן פארציילט פילע פאסירונגען איבער זיין פארשפרייטן דעם תורת החסידות און זאגן מוסר פאר אידן אין זיין קרעטשמע. שפעטער האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך האט ער אויך געעפנט א חסידישער בית מדרש[9].

אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איוועניץ נעבן זיטאמיר[10]. ער איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן. לויט ווי זיין אייניקל רבי דוד ארטינבערג, דער "תהלה לדוד", האט פארציילט, איז ער נפטר געווארן ערב שבועות אין אוונט, און צוריקקומענדיג פון די לויה איז שוין געווען יום טוב; ווידער אין סקווירא איז אנגענומען אז זיין יארצייט איז אין שושן פורים. ווען ער איז אוועק זענען נאך געווען אין שטוב דריי פיצלעך יתומים, זיינע קינדער פון זיין צווייטן זיווג.

ספר אור המאיר

דורכאויס די יארן האט זיין תלמיד, רבי אליעזר פון זיטאמיר, אפגעשריבן זיינע דברי תורה, און די כתבים זענען פארשפרייט געווארן צווישן אנדערע תלמידים[11]. אין יאר תקנ"ח, נאך די פטירה פון רבי זאב וואלף, האט רבי אליעזר געדרוקט פון די כתבים דעם ספר "אור המאיר". דער ספר האט באקומען די הסכמות פון רבי יהודה לייב אב"ד שידלאוו, רבי יוסף אב"ד קאסנטין, רבי מרדכי פון קאריץ א זון פון רבי פנחס קאריצער, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי צבי פון אוסטראה, רבי מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאביל, רבי ישראל פון פיקאוו (א זון פון רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב).

אור המאיר איז באלד געווארן פאררעכנט אלס א וויכטיגער ספר אין חסידות. גלייך ביים ערשיינען אין יאר ה'תקנ"ח איז עס געדרוקט געווארן אין צוויי אויפלאגעס, און דערנאך אין קאריץ ארום ה'תקס"ו, א דריטע מהדורה איז ארויסגעקומען ארום תקע"ג, און א פערטע אין פאריצק (Poryck), וואהלין אין תקע"ה. דורכאויס די יארן איז עס געווארן איבערגעדרוקט נאך פילע מאל.

אין זיינע דרשות וועלכע זענען געדרוקט אין ספר פאדערט ער זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט דאס נאכלויפן לוקסוס. ער האט זייער אוועקגעמאכט די וועלט און אירע פארמעגס, הנאות און פארשידנס, און ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון צו קריטיקירן אויך די פירערשאפט פון אדמורי"ם אין זיין דור[12]. ער דרוקט אויס קעגנערשאפט צו סיגופים און שליסט אויס אלערליי דרויסנדיגע פעולות אין עבודת ה', ווי תנועות ביים דאווענען אדער צופיל פארלענגערן דאס דאווענען. אין דעם ספר ווערט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט אלע צענטראלע שאלות מיט וועלכע דער עולם החסידות איז דאן געווען פארנומען[13].

דורכאויס דעם ספר ווערן דערמאנט אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[14], דער מוכיח פון פולנאה[15], רבי נחמן פון קאסוב[16], רבי יחיאל מיכל פון האראדנא[17], און אזוי אויך די ספרים פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה[14].

פילע צדיקים האבן געשעצט און זיך באנוצט מיט דעם ספר. זיינע רייד ווערן שוין ציטירט אין די ספרים פון חסידישע צדיקים וועלכע האבן געלעבט א דור נאך אים, ווי רבי אברהם חיים פון זלאטשוב[18], רבי דוד שלמה אייבשיץ[19], רבי חיים פון טשערנאוויץ[20], רבי קלונימוס קלמן אפשטיין[21] און נאך. באזונדער איז דער ספר געווען באליבט אויף רבי זאב וואלף פון זבאריזש, רבי אשר פון סטאלין[22], רבי נפתלי פון ראפשיץ[23], און רבי העניך פון אלכסנדר[24].

פון די אנדערע זייט, האט רבי יצחק אייזיק סאפרין פון קאמארנא רעקאמענדירט נישט צו פילעווען צופיל אינעם ספר, נאכזאגנדיג וואס זיין שווער רבי אברהם מרדכי פון פינטשוב האט דערציילט וואס ער האט בייגעוואוינט, אז רבי זאב וואלף האט געזאגט פאר'ן שרייבער אז ער האט מיט קיין איין זאך נישט ריכטיג צוגעטראפן[25].

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי עטיא אסתר האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי טויבא האט ער געהאט:

  • רבי דוד
  • רבי יחיאל מיכל[ד]
  • רבי פנחס פון קאלק[ה], איידעם פון רבי צבי אריה פון אליק
    • זיין זון רבי זאב אב"ד קאלק
      • זיין זון רבי ישראל יוסף פון בארדיטשוב
      • זיין זון רבי מרדכי אב"ד ליפאוויטש, איידעם פון רבי אלטר יוסף פון ליפאוויטש (אן אייניקל פון רבי גדליה פון ליניץ, בעל "תשואות חן"), איידעם פון רבי אריה לייב פון בענדער
    • זיין איידעם רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא
    • זיין איידעם רבי יחיאל מיכל פון סקאליט
    • זיין איידעם רבי אהרן פון לעכאוויטש

תלמידים

צו ליינען מער

  • מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה
  • גליון דברי תורה ליזענסק, במדבר תשע"ט, זייט 7

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. די פרוי פון רבי צבי הירש איז געווען א שוועסטער פון רבי אהרן פון לעבערטאוו, א זיידע פון רבי אפרים זלמן מרגליות. א צווייטע שוועסטער האט חתונה געהאט מיט רבי מרדכי זאב אורנשטיין אין זיין ערשטע זיווג, און א דריטע שוועסטער איז געווען די מאמע פון רבי יעקב לארבערבוים.
  2. אין זיין ספר (פרשת צו) שילדערט ער וויאזוי עס האט זיך אפגעשפילט די תורה זאגן ביים מגיד. ביי חסידים האט מען פארציילט אז ער פלעגט זיך פארטיפן לאנגע שעות אין די תורה וואס ער האט געהערט, און אז דער מגיד האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט זיין תורה בשלימות[3].
  3. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיינע רבי'ס: רבי ישראל דער בעש"ט, און רבי דוב בער פון מעזריטש[26].
  4. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי, רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[26].
  5. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי פנחס קאריצער[26].

רעפערענצן

  1. לויט זיין אייניקל רבי דוד ארטינבערג, דער "תהלה לדוד". לויט טייל איז ער אוועק ט"ו אדר
  2. לויט טייל איז ער אוועק ה'תקנ"ח, אדער ה'תק"ס (אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569); אבער אין יאר ה'תקנ"ח שטייט שוין אויף אים זצ"ל אין די הסכמות צו זיין ספר. זעט: גליון דברי תורה ליזענסק, במדבר תשע"ט זייט 7; אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה
  3. רבי אברהם יעקב פרידמאן, אמת ליעקב, אויף י"ט כסלו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  4. מיכאל לוי ראדקינזאהן, שבחי הרב, לעמבערג תרכ"ה
  5. אמרי פנחס השלם, עמוד ר' אות מ"ה; דארט, עמוד רל"ב אות ט'
  6. דער כתב יד איז פארקויפט געווארן אין יאר ה'תרנ"ד צו רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין
  7. ספר ליקוטים יקרים, אין כתבי קודש רמ"מ
  8. אברהם יעלין, דרך צדיקים, פיעטערקאוו תרע"ב, עמ' 47–48 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  9. דערמאנט דורך רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אין זיין הסכמה צום ספר
  10. כתבי ר"י שו"ב, אות תתע"ח
  11. ווי רבי מרדכי פון קאריץ שרייבט אין זיין הסכמה: ”רבים שתו דבריו בצמא, ויפוצו מעינותיו חוצה בעודו בחיים חיותו”
  12. זעט דער ארטיקל איבער אים אין אנציקלופדיה העברית, באנד ט"ז, זייט 69.
  13. סילאבוס פאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר", ד"ר יורם יאקאבסאהן
  14. 14.0 14.1 אין פרשת צו
  15. אין פרשת מקץ; פרשת כי תצא
  16. אין פרשת בחוקותי
  17. אויף שבועות
  18. רבי אברהם חיים פון זלאטשוב, אורח לחיים, לבוב תקצ"ח, דף י"ד עמוד ב'
  19. ערבי נחל, פרשת בראשית
  20. באר מים חיים, פרשת לך לך
  21. מאור ושמש, פרשת עקב
  22. אהרן הויזמאן, ברכת אהרן - פרח מטה אהרן, ירושלים תש"ל, עמוד מ"ח (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  23. מרדכי הכהן בלום, אוצר ישראל השלם, בית שמש תשס"ו, עמוד ס"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  24. אברהם יעלין, דרך צדיקים, פיעטערקאוו תרע"ב, עמ' 42 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  25. רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין מקאמארנא, נתיב מצותיך, נתיב התורה, שביל א', לב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  26. 26.0 26.1 26.2 אריינפיר צו "אור המאיר", הוצאת אבן ישראל, תשנ"ה
  27. קהל חסידים החדש, אות קנ"ח
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי