כ"ד חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ד חשון איז דער פיר־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פיר־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז השא החא השג |
מאנטאג | תולדות |
זשה זחא זשג זחג |
מיטוואך | חיי שרה |
בשה בחה בשז בחג |
פרייטאג | חיי שרה |
גכה גכז |
שבת | חיי שרה |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תרע"ט – די אטאמאנישע אימפעריע שרייבט אונטער א וואפן שטילשטאנד מיט די אליאירטע קרעפטן, דערמיט ענדיגט זיך די ערשטע וועלט-מלחמה אין מיטל מזרח
- ה'תרצ"ה – געשטארבן באראן עדמאנד זשעימס דע ראטשילד, באקאנט אלס דער "נדיב הידוע" (געבוירן ה'תר"ה)
- ה'תש"א – די "פאטריע" מעפילים שיף ווערט געזינקן דורך די הגנה
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ערשטע אקציע אין סלאנימער געטא, ווי ארום 10,000 אידן ווערן דערשאסן
- ה'תשי"ז – ברעכט אויס די סיני מלחמה
- ה'תשי"ז – כפר קאסם מארד, ווען משמר הגבול זעלנער שיסן מדינת ישראל אראבער וועלכע קערן זיך צוריק צו זייער דארף, נישט וויסנדיג אז א קורפיו איז אין קראפט
- ה'תשמ"ג – געשטארבן לעאניד ברעזשנעוו, פירער פון סאוויעטן פארבאנד
געבוירן
- ה'ש"ל – רבי אברהם אזולאי, ראב"ד פון חברון, מחבר פון "חסד לאברהם" (נפטר ה'ת"ד)
- ה'תפ"ג – רבי רפאל הכהן פון האמבורג, מחבר פון "תורת יקותיאל" און "ושב הכהן" (נפטר ה'תקס"ד)
- ה'תרל"ט – יעקב נחום אפשטיין, א פילאלאג און תלמוד'ישער חוקר
- ה'תרצ"ב – רבי אליהו שטערנבוך, ראב"ד פון מחזיקי הדת אין אנטווערפן (נפטר ה'תשע"ז)
יארצייטן
- ה'ת"ד – רבי אברהם אזולאי, ראב"ד פון חברון, מחבר פון "חסד לאברהם", לויט טייל[3]
- ה'תרי"ד – רבי יוסף לאנדא, רב אין יאס און אומגעגנט, מחבר פון שו"ת "ברכת יוסף" (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרל"א – רבי צבי גוטמאכער, מחבר פון "נחלת צבי"
- ה'תרס"ג – רבי דוד טווערסקי פון מאקארוב, אן איידעם פון טריסקער מגיד
- ה'תרס"ח – רבי הלל משה מעשל געלבשטיין, בארימטער קאצקער חסיד און תלמיד חכם פון ישוב הישן, מחבר פון "משכנות לאביר יעקב" (געבוירן ה'תקצ"ד)
- ה'תרפ"ב – רבי יעקב טאלידאנא, רב, פוסק און פייטן אין מעקנעס (געבוירן ה'תרכ"ח)
- ה'תרפ"ט – רבי שלמה אבן דנאן, הויפט רב פון פעס אין מאראקא, מחבר פון "אשר לשלמה" און "ביקש שלמה" (געבוירן ה'תר"ח)
- ה'תרצ"ה – רבי אשר ישעיה הורוויץ, רב אין רימאנאוו (געבוירן ה'תר"כ)[4]
- ה'תש"ו – הרב יצחק רובינשטיין, רב פון ווילנע מטעם מזרחי, דעפוטאט אין פוילישן סיים און סענאט (געבוירן ה'תר"מ)
- ה'תש"י – רבי גדליה משה גאלדמאן פון זוועהיל (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'תשמ"ח – רבי רפאל דוד אויערבאך, ראש ישיבה פון ישיבת המקובלים שער השמים
- ה'תשנ"ה – הרב שלמה גורן, אשכנזישער רב הראשי פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרע"ח)
- ה'תשס"ז – רבי מנחם מענדל חכם, רב אין שאץ, גאלאץ און אור עקיבא (געבוירן ה'תרפ"ט)
- ה'תש"ע – רבי דוד קוויאט, מרביץ תורה אין מירער ישיבה אין ברוקלין, יושב ראש פון אגודת הרבנים, מחבר פון "סוכת דוד" אויף ש"ס (געבוירן ה'תרע"ט)