רוי:מארטין היידעגער
מאַרטין היידעגער ( דייטשיש : Martin Heidegger; 26סטן סעפטעמבער 1889 - 26סטן מאי 1976) איז געווען א דייטשער פילאסאף וואס האט עוסק געווען אין אנטאלאגיע, עסטעטיק, פילאסאפיע פון טעכנאלאגיע און פענאָמענאלאגיע, און האט באאיינפלוסט דעם שטראָם פון עקזיסטענציאליזם.
זײַן הויפּט-ווערק איז געווען דער עסיי " זײן און צייט" (1927), וואָס ער האָט געווידמעט צו עדמונד הוסערל, זײן לערער פון פילאסאפיע. היידעגער איז געווארן א מיטגליד אין דער נאצי פארטיי און זיי האבן אים באשטימט רעקטאָר פונעם אוניווערסיטעט פון פרייבורג . אין דעם ראם, האט מען פאַרבאָטן הוסערל (וואָס איז געווען פֿון א ייִדישן אָפשטאַם) צו נוצן די אוניווערסיטעט ביבליאָטעק, און די ייִדישע לעקטארס אין דעם אוניווערסיטעט זענען האט מען אפגעזאגט פון זייערע שטעלעס.
לעבן
היידעגער איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל מאַסקירך אין באַדען, דייטשלאנד. פון 1909 ביז 1911 האט ער שטודירט טעאלאגיע אין אוניווערסיטעט פון פרייבורג, און שפעטער האט ער שטודירט דארט פילאסאפיע. אין 1914 האָט ער געענדיקט זײַן דאָקטאָר-דיסערטאציע וועגן "פסיכאלאגיזם". אין 1916, ער געשריבן זיין דיסערטאציע וועגן דזשאן דענס סקאטוס, וואָס האָט אים געגעבן די רעכט צו דינען אין אַן אוניווערסיטעט שטעלע.