רוי:פרעסע

ווערסיע פון 17:49, 7 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (אנגעהויבן)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פרעסע מיטן נאָמען "פּרעסע" ווערן געווענליך פאַרשטאַנען פּעריאדישע שריפטליכע אויסגאַבן, וועלכע ערשיינען פון צייט צו צייט, און זיי געבן ידיעות, געווענליך וועגן פּאליטישע געשעענישן, אַנדערע פּאַסירונגען, נייעסן וועגן פאַרשידענע געזעלשאַפטלעכע ערשיינונגען, אַרטיקלען.

מען נעמט אָן אַז די ערשטע אידישע פּעריאדישע אויסגאַבע, די ערשטע אידישע צייטונג אין דער אידישער שפּראך, איז ערשינען אין אַמסטערדאַם אין יאָר 1686, און איז ערשינען 2 מאָל אַ וואָך (דינסטאג און פרייטאג) און האָט געהיסן "דינסטאגישי קורנטין" און "פרייטאגישי קורנטין"; דער אַרויסגעבער איז געווען א גר, א געוויסער משה בן אברהם. נאַכער איז געווען אַ לאנגע הפסקה, און ערשט אין לערך 1750 איז אין א דייטש שטעטל נויוויד דערשינען א אידישע צייטשריפט. אין 1771 האָט אין דירנפורט אָנגעהויבן ערשיינען אַ דייטש-אידישע צייטונג 2 מאָל אַ וואָך.

פון דעמאָלט אָן זענען געמאַכט געוואָרן פאַרשידענע פרואון אַרויסצוגעבן צייטונגען אין אידיש (מייסטנס אין א פאַרדייטשמערישט אידיש). אין 1823 האָט אָנגעהויבן אין ווארשע ערשיינען אַ וואָכנציייטונג ;דער באאָ- באַכטער אַן דער וייכסעל" (אויף פוי- ליש און אויף דייטש-יידיש), וועלכע האָט אויפגעהערט אין סעפּטעמבער 1824, צו די ערשטע יידישע וואָכנבלעטער וואָס זענען דערשינען נאָרמאַל האָט געהערט (אין אדעס) דער, קול מבשר" אונטער דער רעדאַקציע פון אַלעקסאַנדער צעדער- בוים (רעדאַקטאָר פון, המליץ"; אין ,,קול מבשר?" האָבן זיך באַטייליקט לי- נעצקי, מענדעלע מוכר ספרים און אָנ- דערע, און דאָס וואָכנבלאט האָט גע- האָלפן שאַפן די יידישע צייטנונג-שפּראך און האָט אַזויי ארום געהאַט א גרויסע באַדייטונג פאַר דער אַנטוויקלונג פון ! דער יידישער פּרעסע. פון דעמאָלט אָן האָבן אָנגעהויבן דערשיינען ידישף / וואָכנציייטונגען און אַנדערע פּעריאדישע אויסגאַכן אויך אין אַנדערע ערטער (פּוילן, גאַליציע, ענגלאנד, פארייניקטע שטאַטן פון צפון-אַמעריקע). די ערשטע יידישע טאָג-צייטונג האָט אָנגעהויבן דערשיינען אין אַמעריקע, אין ניו-יאָרק, ,די טעגליכע גאַזעטן? (אין יאָר 1881); אין רוסלאַנד און פּויילן איז די ערשטע יידישע טאָג - צייטונג געווען, דער פריינד? און פּעטערבורג (אין יאָר 95 פון דעמאָלט אָן איז די יידישע טעגלעכע פּרעסטע כסדר געשטיגן און פאַר דעם אויסברוך פון דער ערשטער וועלט"מלחמה 1014) איז די ידישע טאָג-פּרעסע אין פּוילן און אין אַמעריקע געשטאנען שוין אויף אַ זייער הויכער מדרגה (,חיינט", ,,מאָמענט", ,,פריינט" ,,מאָרגן-זשורנאַל?, ,,פאָרוואוערטס", ,יידי- שעס טאגענבלאט"), און אויך אין אַנדע- רע לענדער, ווא די יידישע באַפעלקע- רונג איז ניט געווען אַזוי גרויס וי אין פּוילן און אַמעריקע, זענען אַנטשטאַנען יידישע טאָגצייטונגען. די יידישע פּרע- סע איז פאַנאַנדערגעוואַקסן נאָך גרעסער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, 1918, באַזונדערס אין פּויילן, וואו עס זענען אַנטשטאַנען טאָנצייטונגען און וואָכן- שריפטן ניט נאָר אין דער רעזידענץ" שטאָט ווארשע, נאָר אויך אין פאַרשי- דענע גרעסערע פּראָווינץ-שטעט. דאָס זעלבע האָט זיך אויך אַנטוויקלט די יידי" שע פּרעסע אין רוסלאַנד (די קאָמוניסטי- שע ציטונגען, דער עמעסס,, ,דער שטעוין? און אַנדערע), ליטע, לאַטוויט, רומעניע, פראנקרייך (,,פּאַריזער היינט" ! און אַנדערע), ענגלאנד (,,די צייט? און ,,פּאָסט?), דע (,קענעדער אדלער" מאָנטרעאל און { איידישע צייטונג" טאָראָנטאָ), און אויך ! עסטרייך (,,פּאָסט?), קאַָנאַ- ! אין די דרום- און צענטראל אַמעריקאנער לענדער, וי אַרגענטינע (די גרויסע יידי- שע טאָגצייטונגען, יידישע צייטונג" און ! ,די פּרעסע"), און פּרואוון פון טאָגציי- טונגען און וואָכנשריפטן אין מעקסיקאָ, אורוגוואַי, בראזיליע, קובאַ. די יידישע פּרעסע אין אַמעריקע האָט, ניט קוקנדיק אויף די איינגעפירטע אימיגראציע-באַ- גרענעצונגען אין 1929, אויך שטאַרק גע- וואַקסן אין ד י10–18 יאָר נאָך דער ער- שטער וועלט-מלחמה בעת ועלכער עס איז צוגעקומען די צייטונג, דער טאָג די יידישע פּרעסע אין אַמעריקע אי בנוגע דער צאָל לעזער, אַ סך איבערגע" שטיגן די יידישע פּרעסע אפילו פון פּוילן. ערשט אין די לעצטע יאָרן איז צו באַמערקן אין אַמעריקע אַ געוויסע אָפּשוואַכונג און פאַרקלענערונג פון דער צאָל יידישע טאָג-צייטונגען-לייענער אין אַמעריקע, אַזוי אַז טייל פּראָווינצער יידישער טאָג-צייטונגען האָבן זיך פאַר" מאַכט. מיט דעם איסברוך פון דער וועלט-מלחמה אין סעפּטעמבער 1989 איז פאָרגעקומען די גרעסטע קאַטאַסטרא- פע אין וועזן פון דער יידישער פּרעסע אין איייראָפּע, און מיטן אויסנאַם פון סאָוואועט רוסלאנד, אין ענגלאנד, איזן די גאַנצע יידישע פּרעסע אויפן אייראָפּעאישן קאָנ" טינענט פאַרניכטעט געוואָרן דורך די היטלעריסטישע מאַכט אָרגאַנען ערשט נאָך דער מלחמה האָבן אָנגעהוייבן ווידער דערשינען יידישע צייטונגען אין פּולן פראנקרייך און אַנדערע אייראָפּעאישע לענדער. שטאַרק איז איצט די אויבנדער" מאָנטע יידישע פּרעסע אין אַמעריקע און טייל דרום-אַמעריקאנער לענדער וי אויך אין קאַנאַדע, וואו עס דערשיינען צויי יידישע טאָג-צייטונגען, קענעדער אד" לער" אין מאָנטרעאל און, ידישער זשורנאַל" אין טאָראָנטאָ, וי אוייך וואואָכנשריפטן (,,דאָס וואָרט? אין ויני- פּעג און אַנדערע). מען נעמט אָן, אַז די צאָל לעזער פון יידישע צייטונגען איצט איז לערך אַ מיליאָן (איין צייטונג וואוערט געלעזן דורך עטלעכע לע- זער), אין דער צייט וואָס פאַר דער איצ- טיקער וועלט-מלחמה האָט די צאָל לע- זער פון צייטונגען אין דער ידישער שפּראך דערגרייכט ביז 8 מיליאָן. - דאָס צווייטע אָרט נאָך דער פּרעסע אין דער יידישער שפּראך פאַרנעמט אין יידישן לעבן די פּרעסע אין דער העברע- אישער שפּראַך, וועמענס ערשטע שפּורן מיר טרעפן שוין אין 18טן יאָרחונדערט (דער מאָנאַטלעכער ;פּרי עץ חים" תורה-זשורנאל אין אַמסטערדאַם 1798, נאַכער ,,קהלת מוסר" אַרויסגעגעבן דורך משה מענדעלסאָן אין 1780, גאָר שפּעטער דער ,,המאסף'). נאַכער זענען דערשינען פאַרשידענע מאָנאַטלעכע און וואָכן-זשור- נאַלן (צו די באַרימטסטע געהערן דער ,,המגיד", ,,הכרמל", ,החבצלת? אין ארץ-ישראל, +,השחר", ,השלח" און אַנדערע). די ערשטע העברעאישע טאָג- צייטונגען זענען געוואוען: ,;המליץ" ,,היום" און, הצפירה'", ;הצוסה"",

הזמן" אין רוסלאַנד און אין רוסיש-

פּוילן, און ,,הצבי" אין ארץיישראל, די צאָל פון העברעאישע פּרעסע-אויסגאַבן איז זייער געשטיגן באַזונדערס נאָך דעם וי עס האָט זיך אָנגעהוייבן די גרויסע אי- מיגראציע קיין ארץ-ישראל, וואו העברע- איש איז די דאָמינירנדיקע שפּראַך, אַזוי אַז די העברעאישע טאָג-פּרעסע אין ארץ- ישראל פאַרגרעסערט זיך כסדר, און איצט דערשינען אין ארץיישראל די הצ ברעאישע פרימאָרגן-צייטונגען ,,הארץ", דבר", ,,הבוקר", ,,הצופה", ,,המשמף", ,,המשקיף? (עס איז אויך צו דערמאָנען דעם שוין ניט עקזיסטירנדן ,,דואר היום") אַחוץ די פיל וואָכנשריפטן און מאָנאַט- שריפטן און אַנדערע פּעריאָדישע אויס- גאָבן. | אחוץ יידישע צייטונגען אין יידיש און העברעאיש זענען אויך דערשינען יידי- שע פּעריאָדישע שריפטן אין דער דריט- גרעסטער יידישער שפּראַך שפּאַניאליש; און אַ זייער גרויסע און רייכע יידישע פּרעסע איז דערשינען אין אַנדערע שפּראכן (אין פּויליש די טאָג-צייטונגען

נאַש פּשעגלאָנד? אין ווארשע, ,כווי"

ליא? אין לעמבערג, ;נאָווי דזיענניק" אין קראָקע, אַחוץ צייטשריפט אין דייטש, ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש און אַנדערע שפּראכן פיל ידישע ואוואָכג- שריפטן און אַנדערע פּעריאדישע אויס- גאַבן). אויסער דעם האָבן יידישע זשור- נאַליסטן אויך געאַרבייט אין דער אלגע- מיינער פּרעסע אין אַנדערע שפּראַכן, ווי אין רוסלאַנד, אין דייטשלאַנד פאַר דער היטלער-הערשאַפט !די ניייע פרייע פּרעסע? אין וין, בערלינער טאַגע- שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַלגע- בלאַט", ,פאָסישע צייטונג", פראנק- פורטער צייטונג? און אַנדערע), אין אַמעריקע (די, ניו-יאָרק טיימז" און אַנ- דערע), וי אויך אין אַנדערע לענדער, און אויך באַרימטע נייעס-אַגענטורן (וי די דייטשע ,,וואָלף" און אַנדערע) זענען געווען געגרינדעט דורך אידן, די ביבליאָגראפיע איבער דער געשיכ- טע פון דער יידישער פּרעסע איז אַ ריי- כע. ויכטיק איז די אויסגאַבע פון ייוואָ?,, זאַמלבוך לכבוד דעם 250 יובל פון דער יידישער פּרעסע", ניו-יאָרק 7, אונטער דער רעדאקציע פון דך. יעקב שאַצקי ביי דער מיטאַרבעט פון אַ ריי פאָרשער,. אַן אויספירלעכע רשימה פון ביכער און אָפּהאַנדלונגען וועגן דער געשיכטע פון דער פּרעסע אין דער יידי- שער שפּראך און אויך אַ לענגערע אִמפ- האַנדלונגען איז פאַראַן אין דריטן באַנד .יידן? פון דער אַלגעמיינער יידישער ענציקלאָפּעדיע געשריבן דורך דר. שאַצקי, אַ דשימה פון העברעאישע צייטשריפטן ביז לערך 1910 איז פאַראַן אין ,, אוצר ישראל", זוכוואָרט ,,עתונים". אין דער" מאָנטן דריטן באנד, אידן" איז פאַראַן פון מ. קאָסאָווער אַ גרויסע אָפּהאַנדלונג איבער דער געשיכטע פון דער העברעאי- שער פּרעסע ביי אידן און צום סוף אויך אַ ביבליאָגראפישע רשימה. אין זעלבן באַנד איז אויך פאַראַן פון וו. שולמאַן אַן אָפּהאַנדלונג איבער דער ידישער פּרעסע אין אַנדערע שפּראכן (אינ- שליסנדיק אויך שפּאַניאָליש) און אַ רשי" מה פון די וואויכטיקסטע אויסגאַבן,


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!