רוי:נתניה
|
נתניה איז א שטאט אין די צענטער דיסטריקט אין ישראל, די שטח איז גרויס 28,455 דונאם. געגרינדעט דורך די גרופע בני בנימין אין 1929, ס'האט באקומען די נאמען שטאט אין 1948, און געווען די ערשטע שטאט, אנערקענט צו ווערן דורך די נייע רעגירונג. לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק (הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) ריכטיק פאר דער ענדע פון 2016, איז דא אין נתניה 210,834 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.2 פראצענט. רוב איינוואוינערס זענען אידן. נתניה איז באוואוסט אלס א פילפארביגע שטאט אין הינזיכט פון באפעלקערונג. אנפאנג פון די 1990ער יארן האבן זיך באזעצט אין דער שטאט אומגעפער 60,000 נייע אימיגארנטן פונעם געוועזענעם סאוועטן פארבאנד וועלכע זענען אנגעקומען אין א"י אין דער מאסנהאפטער אימיגראציע כוואליע וועלכע האט פאסירט פון אנפאנג פון די 1990ער יארן און האט זיך געענדיגט אנהייב פון די 2000ער יארן און האט געברענגט מיט זיך איבער מיליאן אימיגראנטן פון דעם ראטן-פארבאנד. אויסער די רוסישע עולים האבן זיך אריבערגעצויגן אין נתניה אויכעט עטליכע טויזנטער אימיגראנטן פון עטיאפיע. דורך די 2000ער יארן און היינט אויכעט, ווען דער אנטיסעמיטיזם אין פראנקרייך האט זיך פארשטערקט און די האס-פארברעכנס האבן זיך העפטיג פארמערט, פילע אידן האבן באשלאסן צו פארלאזן פראנקרייך און ארויפקומען קיין א"י, און צווישן זיי פילצאליגע האבן אויסגעוויילט נתניה אלס זייער נייער היים. כמעט אלע אימיגראנטן פון פראנקרייך זענען ספרד'ישע אידן אפשטאמיג פון צפון אפריקע (הויפטזעכלעך פון אלזשיר, מאראקא און טוניסיע).
נתניה ווערט אויך גערופן "די דיאמאנטן שטאט" (העברעאיש: עיר היהלומים) צוליב דער אמאליגער וואקסנדער אינדוסטריע פון דיאמאנטן וואס גייט נאך היינט אן.
אין נתניה וואוינט אויכעט א גרויסע צאל פון היימישע חסידישע אידן, הויפטזעכלעך אינעם חסידישן פערטל קריית צאנז וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם פריערדיגן צאנז-קלויזענבורגער רבי, הרה"ק רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצ"ל און איז באפעלקערט מיט הונדערטער חרדישע משפחות וועלכע געהערן כמעט אלע צום צאנזער חסידות. אין נתניה פלעגן וואוינען אויכעט דער דזשיקאווער רבי, רבי נפתלי חיים אדלער זצ"ל און רבי יחיאל מיכל מיכאלאוויטש פון זלאטשאוו-נתניה-מאנסי, און ביידע זענען באערדיגט אין דעם ארטיגן בית החיים פון נתניה.
די בירגערמייסטערין (מעיארטע) איז מרים איכר פייערבערג.
טראנספארטאציע
כביש החוף, פארט אריבער נאנט צום שטאט, און האט עטליכע אפווענדונגען, וועלכע פירן אריין אין שטאט, אין לויפט פון צפון קיין דרום. לאקאלע שאסיי 57, לויפט מזרח מערב, און פארט פון צענטער שטאט, ביז קיין כביש שש, נאנט צו דער גרינער ליניע.
אגד אויטאבוסן געזעלשאפט, און נתיב געזעלשאפט, דינען די פובליק טראנספארט אין שטאט, און אינדרויסן פון שטאט. מדינת ישראל באנען האט א סטאנציע אין דער שטאט. אויך אין דרום פון שטאט, געפונט זיך בית יהושע באן סטאנציע, וועלכע די איינוואוינער פון דרום נתניה באניצן זיך בעיקר.
באקאנטע איינוואוינער
צווילינג שטעט
נתניה האט די פאלגנדע צווילינג שטעט:[1]:
- מוסטער:פאן/צרפת|קישור=צרפת|גבול|ניסpx|צרפת]] [[טעקע: (זייט 1968)
- מוסטער:פאן/גרמניה|קישור=גרמניה|גבול|גיסןpx|גרמניה]] [[טעקע: (זייט 1978)
- מוסטער:פאן/גרמניה|קישור=גרמניה|גבול|דארטמונדpx|גרמניה]] [[טעקע: (זייט 1981)
- מוסטער:פאן/אוסטרליה|קישור=אוסטרליה|גבול|גאלד קאסט, קווינסלאנדpx|אוסטרליה]] [[טעקע: (זייט 1987)
- מוסטער:פאן/צרפת|קישור=צרפת|גבול|סארסעלpx|צרפת]] [[טעקע: (זייט 1988)
- מוסטער:פאן/הונגריה|קישור=הונגריה|גבול|שיאפאקpx|הונגריה]] [[טעקע: (זייט 1990)
- מוסטער:פאן/פולין|קישור=פולין|גבול|סאנץpx|פולין]] [[טעקע: (זייט 1994)
- מוסטער:פאן/הממלכה המאוחדת|קישור=הממלכה המאוחדת|גבול|בארנמוט, ענגלאנדpx|הממלכה המאוחדת]] [[טעקע: (זייט 1995)
- מוסטער:פאן/נורווגיה|קישור=נורווגיה|גבול|סטאוואנגערpx|נורווגיה]] [[טעקע: (זייט 1997)
- מוסטער:פאן/איטליה|קישור=איטליה|גבול|קאמאpx|איטליה]] [[טעקע: (זייט 2004)
- מוסטער:פאן/רומניה|קישור=רומניה|גבול|יאסpx|רומניה]] [[טעקע: (זייט 2005)
- מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|סאני איילס ביטש, פלארידעpx|ארצות הברית]] [[טעקע: (זייט 2006)
- מוסטער:פאן/רוסיה|קישור=רוסיה|גבול|גאלאנדזשיקpx|רוסיה]] [[טעקע: (זייט 2013)
- מוסטער:פאן/רוסיה|קישור=רוסיה|גבול|פעטערבורגpx|רוסיה]] [[טעקע: (זייט 2017)[2]
רעפערענצן
- ↑ צווילינג שטעט, ביים וועבזייטל פון נתניה מוניציפאליטעט
- ↑ וועבזייטל פון נתניה מוניציפאליטעט
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!