רוי:יהודה בארקאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יהודה בארקאן

יהודה באַרקאַן (העברעאיש: יהודה בארקן; געבוירן נתניה 29סטן מערץ 194523סטן אקטאבער 2020) איז געווען אן מדינת ישראל'דיגער אקטיאר, פראדוצירער, רעזשיסאר און סצענאר שרייבער. ער איז באקאנט געווארן אין די 1970ער און די 1980ער פאר די קונץ-מאכעריי פראגראמען וואס ער האט געשריבן און רעזשיסירט, און אויך פאר זיינע ראלעס אין בורעקאס פילמס ווי "אבא גנוב", "צ'רלי וחצי" און "חגיגה בסנוקר". ער האט געוואונען דעם מפעל חיים פריז פון די ישראלדיקע פילם אקאדעמיע.

בארקאן האט געשפילט אין באקאנטע פילמס צוזאמען מיט אנדערע בארימטע אקטיארן ווי זאב רווח, ניצה שאול און טוביה צפיר.

ביאגראפיע

בארקאן איז געבוירן געווארן אין נתניה אין יאר 1945 מיטן נאמען יהודה יחזקאל בערקאוויטש.

אין 1975 האט בארקאן חתונה געהאט צום צווייטן מאל; פון דעם זיווג האט ער דריי קינדער.

אין די אנהייב 2000ער יארן איז בארקאן געווארן א בעל תשובה, און האט חתונה געהאט מיט זיין דריטן זיווג. זיי האבן זיך געצויגן צום רעליגיעזן מושב (זידלונג) בית גמליאל.[1]

בארקאן איז נפטר געווארן דעם 23סטן אקטאבער 2020 צוליב קאָוויד-19.

רעפערענצן

  1. "חדשות - שליפות nrg - שליפות עם יהודה ברקן". Nrg.co.il. Retrieved 2010-12-25.
דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!