רוי:טוביה צפיר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

Tuvia Tzafir.jpg

טוביה צַפיר (געבוירן דעם 31סטן דעצעמבער 1945) איז אַן מדינת ישראל'דיגער אַקטיאָר, קאָמיקער, נאָכמאַכער, שטימע אַקטיאָר, טעלעוויזיע האָסט און פאַרוויילער.

ביאגראפיע

צפיר איז געבוירן געוואָרן אין תל אביב מיטן נאָמען טוביה קאָזלאָווסקי. געבוירן צו משה און זהבה, ער האָט דערוואַקסט אין אַ טראַדיציאָנעלער הויז פון יידישע עמיגראַנטן פון פוילן וואס האָבן געוואוינט אין דער פלאָרענטין געגנט אין דרום תל אביב. אין די פריסטע 1960ער יאָרן האָט צפיר באַקומען זיין גרויסן אַרויסבליץ ווען ער האָט געדינט אין דער נח"ל מיליטער-טרופּע. פון זינטן איז צפיר געוואָרן איינער פון די גרעסטע ישראלדיקע טעלעוויזיע, פילם און טעאַטער פּערזענליכקייטן. אַדורך זיין קאַריערע האָט צפיר באַטייליקט אין אַ סך פארוויילונג, הומאָרישע און סאַטירישע טעלעוויזיע און בינע שוישפּילן.

אין די 1970ער האָט צפיר באַטייליקט אין דעם מצליחדיקן סאַטירע פּראָגראַם "ניקוי ראש", אין וועלכע ער האָט אנגעהויבן אויסצופירן פאַרשידענע אימיטאַציעס פון מדינת ישראלדיקע פּאָליטיקער ווי יצחק ראַבין און מנחם בעגין. אין די 1980ער האָט צפיר באַווייזט זיך אַ סך מאָל אַלס אַ גאַסט אין דער ישראלישער פארוויילונג פּראָגראַם "סיבה למסיבה", אין וועלכע ער האָט אימיטירט ישראלדיקע פּאָליטיקער און באַטייליקט אין אַ סך קאָמעדיע סקעטשן. אין די זעלבע עפּאָכע האָט ער אויך באַטייליקט אַלס אַ גאַסט אין פילע עפּיזאָדן פון די ישראלישע סיטקאָם "קרובים קרובים". אין די 1990ער האָט ער געשפּילט אַ סך שטימעס אין די סאַטירישע ישראלישע ליאַלקע פּראָגראַם "החרצופים". אין 2004 איז ער געווען אַ גאַסט אין "השיר שלנו", און אין 2005 אַלס אַ גאַסט אין "טלנובלה בע"מ".

אויך האָט צפיר באַטייליקט אין אַ סך פארוויילונג שוישפּילן, די רוב וועלכע זענען געשריבן געוואָרן דורך דעם סאַטיריסט אפרים סידון.

אַדורך די 1970ער און די 1980ער האָט צפיר באַטייליקט אין אַ סך ישראלישע פילמס, וואס שליסן איין "סלומוניקו" (1972), "צ'רלי וחצי" (1974), "חגיגה בסנוקר" (1975), "גבעת חלפון אינה עונה" (1976), "יופי של צרות!" (1976), "הלהקה" (1979), "נישואין נוסח תל אביב" (1979) און "האינסטלטור" (1986).

אַין די 1990ער האָט ער געשפּילט די שטימע פונעם דזשין אין די העברעאיש רעדנדיקע ווערסיעס פון דיזני'ס אַנימירטער פילם "אַלאַדין", זיינע המשך-פילמס און דער טעלעוויזיע סעריע. אין 1999 האָט ער געשפּילט דער הויפט כאראקטער פון "פּים פּאַם פּאָ".

זינט די 2000ער באַטייליקט צפיר בפרט אין ישראלישע שוישפּילן און מעשיות ווידעאָס פאַר קינדער אויף DVD און ווידעאָ.

אין 2008 האָט צפיר באַטייליקט אין די ישראלישע דראַמע סעריע "דני האליוואד" צוזאמען מיט גילה אַלמאַגאָר.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!