רוי:קאוויד-19 פאנדעמיק
די קאוויד-19 (COVID-19) פּאַנדעמיק, אויך באקאנט ווי די קאָראַנאַווירוס פּאַנדעמיק איז אַ אָנגייענדע גלאבאלע פאנדעמיע פון א קאָראָנאַווירוס. דער אויסברוך איז ערשט געווארן אידענטיפיצירט אין וואוהאן, כינע, אין דעצעמבער 2019. די וועלט געזונט ארגאניזאציע האט דערקלערט דעם אויסברוך אַ "פובליק געזונט עמערדזשענסי פון אינטערנאַציאָנאַלע זאָרג" אויף 30 יאנואר 2020 און אַ פּאַנדעמיק אויף 11 מערץ.
דער ווירוס וואס איז אריבער פון בעלי חיים צו מענטשן, האט אנגעשטעקט מיליאנען מענטשן אין מער ווי 188 לענדער און טעריטאָריעס, און געמאָרדט הונדערטער טויזנטער. מער ווי 7.62 מיליאן מענטשן זענען געזונט געווארן.
די פּאַנדעמיק האָט געפירט צו די גרעסטע גלאבאלע רעסעסיע זינט די גרויסע דעפּרעסיע.
אין די פאראייניגטע שטאטן זענען באשטעטיגט געווארן אומגעפער 25,000,000 פאלן, און איבער 430,000 טויטע. (ווען די שורות ווערן געשריבן ט"ו בשבט תשפ"א)
אינפעקציע און סימפּטאָמען
דער ווירוס פאַרשפּרייט זיך דורך שאַרדס פון שפּייעכץ דורך רעדן, הוסטן אָדער ניסן פון אַ מענטש וואָס טראגט דעם ווירוס.
די סימפּטאָמען זענען אָפט היץ, הוסט, מידקייט, קורצע אטעם און פארלוסט פון שמעקן. קאַמפּליקאציעס קען אַרייננעמען לונגען אנטצינדונג און "אקיוט רעספיראטארי דיסטרעס סינדראם".
עס איז שוין דא עטעלעכע וואקצינען קעגן קאוויד־19.
אין די פאראייניגטע שטאַטן
די פּאַנדעמיק האט דערגרייכט די יו. עס. אין יאנואר 2020. ביי דעם סוף פון מערץ, זענען געוען פעלער אין אַלע 50 שטאַטן און די דיסטריקט פון קאָלאָמביע. די יו. עס. האָבן די מערסט באשטעטיקט אַקטיווע פאלן און טויטע אין דער וועלט. אום 16 יולי 2020, איז זיין טויט ראטע געווען 419 פּער מיליאָן מענטשן, דער זיבעטער-העכסטן ראטע גלאָבאַל.
אין ניו יארק סיטי
דאָס ערשטע פאל פון דער קאָוויד–19 פּאַנדעמיע אין ניו יארק סיטי איז באַשטעטיגט געוואָרן אין מערץ 2020 פון אַ פרוי וואָס האָט גערייזט קיין ניו יאָרק פון איראַן, אַ מדינה שוין שלים באַטראָפן פון דער פּאַנדעמיע. שיער אַ חודש שפּעטער, איז מעטראָפּאָלישער ניו יארק געוואָרן די שלימסט־באַטראָפענע אָרטשאַפט אין גאר די פאראייניגטע שטאטן. אין אַפּריל, האָט די שטאָט געהאַט מער באַשטעטיגטע פאַלן ווי גאנץ כיע, גרויס–בריטאַניע אָדער איראַן.
אום 20סטן מערץ, האָט דאָס גובערנאטאר־ביוראָ אַרויסגעגעבן אַן עקזעקיוטיוו אָרדער וואָס האָט פאַרמאכט נישט–עיקרד'יגע געשעפטן. די עפענטליכע טראנספּאָרט סיסטעם פון דער שטאָט איז געבליבן אפן, אָבער עס איז געווען אנגעשטאפט מיט מענטשן וועגן אַ פארמינערטער באַדינונג און אויך צוליב מער היימלאָזע מענטשן וואָס האָבן געזוכט אָפּדאַך פאַר זיך אינעם סאַבוויי.
אין אַפּריל, האָבן הונדערטער ניו יאָרקערס פאַרלאָרן זייערע אַרבעט–שטעלעס, און די פאַרלאָרענע שטייערן זענען געווען אפשר ביליאָנען דאָלאַרן. אַרבעט שטעלן פאַר ריטייל, טראַנספּאָרט, און רעסטאָראַנען זענען מער באַטראָפן. דער פאַל פון האַכנאָסען, פאַרקויף–שטייערען און טוריזם האַכנאָסען, כולל שטייערען פון האָטעלס, האָט די שטאָט אפשר ביז 10–ביליאָן דאָלאַר געקאָסטעט. דער בירגערמייסטער דע בלאַזיאָ האָט געזוגט אז דער אַרבעטלאָזיגקייט–סיסטעם איז געבראָכן נאָך אַ שוואַל פון אַנשפּרעכען, און עס דאַרף האָבן הילפע פון די בונד–ריגירונג צו באַהאַלטען באַדינונגען.
די לויפענדע פּאַנדעמיק איז דער טעדליכסטער אומגליק אין די געשיכטע פון ניו יאָרק.
אין דעצעמבער 2020, דער געזונט–זאָרגונג–סיסטעם פון ניו יאָרק האָט אָנגעהויבן צו געבן אַרויס די וואקצין קעגן קאָראָנאַווירוס פאַר פּאַציענטען מיט אַ הויכען ריזיקירן, און ערשטע הילפערן, למשל דאָקטאָרן און קראַנקענשוועסטער און ברידער. די שטאָט האָט דאָס פאַזע 1א גענענט. אויף 11 יאַנואַר 2021, די שטאַט איז געגאנגען אין פאַזע 1ב, און גיבט ארויס די וואַקצין אויך צו מענטשען איבער 65 יאָרן, געשעפטאַרבעטער, לערערס, ערשטהילפערס, טראַנספּאָרטאַרבעטער און געפענגניספּערזאָנאל. אין פעברואַר 2021, ניו יאָרק האָט געברייטעט די גרופּע פאַר פאַזע 1ב צו אַרייננעמען רעסטאָראַנט אַרבעטער (כולל ליפער) און טאקסי–פאַרערס. ניו יאָרק פּלאַנט צו וואַקצינירן יעדן אינ'ם זומער פון 2021.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!