דער פראיעקט איז אקטיוו

המכלול איז נישט בלויז א גערייניגטע וויקיפעדיע. המכלול אנטשפרעכט צו זיין א אידישע און פארלעסליכע ענציקלאפעדיע מיט הויכע סטאנדארטן; עפעס וואס איז פיל מער פראפעסיאנעל, וואס אירע ארטיקלען זענען אסאך רייכער ווי די "נישט שלעכטע" וויקיפעדיע ארטיקלען.

ריכטיג צו בויען דעם בנין, דעם בית הגדול שמגדלים בו תורה וחכמה בעז"ה, הייבן מיר קודם כל אן מיט'ן הנחת אבן הפינה: הונדערט ארטיקלען געשריבן אויף יסודות'דיגע טעמעס, נאכפאלגנדיג דעם פראצעדור און סטאנדארטן פון המכלול.

הָיְתָה לְרֹאשׁ פִּנָּה
20% ארטיקלען געשריבן

פראצעדור

  1. וועלט אויס א יסודות'דיגע נושא, אין יהדות אדער אלגעמיין, וואס איר ווילט באשרייבן. (איר קענט זיך ארויסהעלפן, אויב איר ווילט, מיט המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען, קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן, אדער קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן).
  2. עפנט א דרעפט פאר דעם ארטיקל. איר קענט דרוקן אויפ'ן "דרעפט" לינק אויבן פון בלאט, וואס וועט עפענען דעם דרעפט ווי א פערזענליכע באניצער בלאט; אדער קענט איר שאפן א נייע בלאט אונטער'ן "דרעפט:" געביט (צום ביישפיל דרעפט:אברהם אבינו).
  3. עס איז כדאי אויך צו מודיע זיין דערוועגן אינעם באזונדערן אפטיילונג אויף דעם בלאט. דאס וועט געבן אינספיראציע פאר אנדערע און וועט ברענגען מעגליכע הילף פאר אייך.
  4. שרייבט און ענדיגט צו דעם ארטיקל. עס איז ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.
  5. ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, איסתרק, מוטל, נייטראלער.
  6. איר - אדער סיי ווער - קען דאן עפענען אן אפהאנדלונג איבער דעם ארטיקל, עס זאל באקומען דעם "אבן הפינה" סטאטוס.

וואס איז אן "אבן הפינה" ארטיקל?

  1. עס דארף זיין איבער א גענוג וויכטיגע נושא. לאו-דווקא ממש עלעמענטאר, אבער פארט גענוג צענטראל אז עס זאל קענען אמאל אריינקומען אין א טעגליכע געשפרעך אדער נוגע זיין דעם דורכשניטליכן ליינער.
  2. עס דארף זיין גענוג פראפעסיאנאל געשריבן: ענציקלאפעדיש אויסגעבויט, גענוג רייך ארויסגעברענגט און אן קיין באדייטנדע מאנגל אין מקורות. א גוטער סימן איז: ווען איר טרעפט ווען אזא ארטיקל אין "רוי" געביט, וואלט איר געבליבן שטיין געפלעפט?

סיי ווער קען אויפברענגען סיי וועלכע ארטיקל אלס "אבן הפינה" קאנדידאט. ווען דריי מכלולאים זענען איינשטימיג (דער הויפט שרייבער פון ארטיקל נישט אריינגערעכנט), ווערט דער ארטיקל באשטימט אלס אזאנס.

קאנדידאט ארטיקלען

פיר תקופות

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט א בליק אויף דעם נייעם ארטיקל פון ידידנו הרב שווערמער און לאזט הערן אייער מיינונג: איז עס א פאסיגע ארטיקל צו שטעלן אין אונזער וויטרינע, צו איבערצייגן זיך און אנדערע אינעם פאטענציאל פון דער פראיעקט?

מתנות לאביונים

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט א פרישן בליק אויף דעם ארטיקל מיסודו של ידידנו הרב האט'ס אמונה, און לאזט הערן אייער מיינונג.

לדעתי איז עס א רייכע און מסודר'דיגע ארטיקל אויף די טעמע, אויף א פארנעם וואס איז לעת עתה נישט פארהאן אויפ'ן געוועב אויף קיין שום אנדערע פלאץ, למיטב ידיעתי. עס איז א באקאנטע און צענטראלע מצוה בימי הפורים הממשמשים ובאים, און דער באזוכער וואס וועט אריינפאלן וועט זען וויפיל רייכע און אריגינעלע אינפארמאציע ער קען נאך דערויף טרעפן ביי אונז.

היות איך האב מעגליך א נגיעה, וועט מען ווארטן אויף די הסכמה פון דריי חברים חוץ פון מיר און האט'ס אמונה. — צמא לדעתשמועס • כ"ג שבט ה'תשפ"ג 22:32, 14 פעברואר 2023 (IST)

  •   דערפאר. כאטש וואס אויף אן ארטיקל וואס צמא לדעת האט אריינגעשטעקט דערין א פינגער האב איך מעגליך אויך נגיעות... --עברי אנכי (שמועס) 23:23, 14 פעברואר 2023 (IST)
  •   דערפארתנא קמא (שמועס) 23:34, 14 פעברואר 2023 (IST)
  •   דערפאר - א פראגע?! נייטראלערשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 00:29 (IDT)
  •   דערפאר (נאר אויב מען קען קאנסידערן צו שניידן אביסל פון די ציטאטן?) -- שווערמער (שמועס) 03:41, 15 פעברואר 2023 (IST)
אביסל האב איך געשניטן, אבער כמובן אז איר קענט שניידן נאך, לויט אייער פארשטאנד און געשמאק. — צמא לדעתשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 09:50, 15 פעברואר 2023 (IST)

עוויאן קאנפערענץ

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט וכו'. א הערליכער ארטיקל איבער אן אומאפטיילבארער חלק פונעם וועלט'ס קריג מיט רעפערענצן און אלעם. תנא קמא (שמועס) 00:54, 23 פעברואר 2023 (IST)

פון מיין בליק, קומט עס בלי ספק נאך דעם צווייטן תנאי (דא אויבן). ב"ה מיט א קנאק!
וועגן דעם ערשטן תנאי, ווייס איך נישט.נייטראלערשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 01:02 (IDT)
  דערפאר. טאקע נישט אזוי צענטראל, אבער טאקע דערפאר איז געווען גרינגער עס אהער צושטעלן... שווערמער (שמועס) 06:26, 23 פעברואר 2023 (IST)
צוגעלייגט טעקסט צווישן די שורות - "גרינגער" - מיינסטו מסתמא בדרך כלל, נישט ספעציפיש דעם ארטיקל... נייטראלערשמועס • ג' אדר ה'תשפ"ג 22:11 (IDT)
לענ"ד איז יא וויכטיג אנצוהאלטן דעם תנאי אז עס זאל זיין גענוג צענטראל. דאס פארמינערט נישט מיט קיין האר דעם חשיבות פון צושטעלן די ווייניגער-צענטראלע ארטיקלען, און פערזענליך בין איך ביי דער מיינונג אז על דרך כלל איז בעסער צו שרייבן עטליכע גרינגערע ארטיקלען ווי איין שווערע, אבער דער ציל פון אבן הפינה איז צו פארמירן א באזיס פון גענוג צענטראלע און באקאנטע נושאים אראפגעשריבן אויף המכלול סטאנדארטן. דאס איז נישט די זעלבע זאך ווי "רעקאמענדירטע ארטיקלען", למשל, וואו איך וואלט טאקע געשטימט דערפאר. — צמא לדעתשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 10:55, 23 פעברואר 2023 (IST)

תענית אסתר

אקטיווע מכלולאים‏ קוקט איבער דעם בלאט. לדעתי א שלימות איבער א וויכטיגע נושא און איז פאסיג פאר אבן הפינה. --עברי אנכי (שמועס) 18:44, 6 מערץ 2023 (IST)

  דערפאר אבער שנעל! תנא קמא (שמועס) 18:51, 6 מערץ 2023 (IST)
  דערפאר, ודבר בעתו מה טוב. — צמא לדעתשמועס • י"ג אדר ה'תשפ"ג 18:53, 6 מערץ 2023 (IST)
  דערפאר, (גוט מארגן...) נייטראלערשמועס • י"ד אדר ה'תשפ"ג 19:54 (IDT)

חד גדיא

אקטיווע מכלולאים‏, עס איז טאקע פארנומענע טעג, אבער שאפט אייך עונג וגם שמחה און באקומט א פרישן בליק אויפ'ן גדיא באקאנט פאר יונג און אלט... וואס זאגט איר? — צמא לדעתשמועס • ט' ניסן ה'תשפ"ג 03:19, 31 מערץ 2023 (IDT)

אוודאי   דערפאר! תנא קמא (שמועס) 21:45, 2 אפריל 2023 (IDT)
  דערפאר מיט א שטארקייט. א טיפישער שווערמער ארטיקל, מיט אריגינעלע פארש ארבעט און רייכע פאעטישע שפראך. --עברי אנכי (שמועס) 21:47, 2 אפריל 2023 (IDT)

אפיקומן

אקטיווע מכלולאים‏, נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אוצר מיסודו של ידידנו עברי אנכי, און לאזט אייך הערן. לדעתי איז עס א זעלטן-רייכע ארטיקל איבער א וויכטיגע טעמע (וואס איז היבש פארנעפלט ביי א גרויס חלק פון דורכשניטליכע ליינער). — צמא לדעתשמועס • י"ב ניסן ה'תשפ"ג 03:33, 3 אפריל 2023 (IDT)

  דערפאר מלא וגדוש, מיט ידיעות נישט אלס אזוי באקאנט, פיקאנטיש געשמאק און קלאר פארשריבן, כולו נאה כולו יאה!!! האט'ס אמונה (שמועס) 11:32, 3 אפריל 2023 (IDT)
  דערפאר הונדערט פראצענט! –תנא קמא (שמועס) 15:46, 3 אפריל 2023 (IDT)

באר היטב

אקטיווע מכלולאים‏, א באקאנט ספר גאר גוט און ברייט באשריבן. א פראכט פאר המכלול, און לדעתי ווערד צו זיין פון די גרונטשטיינער. עברי אנכי (שמועס) 03:42, 3 מאי 2023 (IDT)

שטארק   דערפאר. א הערליך שטיקל. —תנא קמא 📖 💬 04:09, 3 מאי 2023 (IDT)
  דערפאר - א באמבאסטישער ארטיקל! בלי זכות הצבעה ;) נייטראלערשמועס • י"ב אייר ה'תשפ"ג 05:56 (IDT)
זייער שטארק   דערפאר א ספעציעל'ן ברייטער זייער פולשטענדיגער אַרבעט!!! האט'ס אמונה (שמועס) 13:32, 3 מאי 2023 (IDT)

מודה אני

אקטיווע מכלולאים‏, א תפלה וואס יעדער איד זאגט יעדן טאג די ערשטע זאך, לדעתי פאסיג צו ווערן באצייכענט צווישן די ערשטע המכלול ארומנעמנדע רייכע ארטיקלען. עברי אנכי (שמועס) 03:42, 3 מאי 2023 (IDT)

  דערפאר, נאך א ביישפיל ווען מען וועט "מעדכן ע"פ האידישאי" זיין. שווערמער (שמועס) 04:47, 3 מאי 2023 (IDT)
  דערפאר - א געלונגענע ארבעט ב"ה, און יא, א דוגמא פאר אנדערע ארטיקלען! נייטראלערשמועס • י"ב אייר ה'תשפ"ג 05:56 (IDT)
  דערפאר א ריכטיגע פארשונג ארבעט... הלוואי אלע ארטיקלען שאזוי ספעציעל! האט'ס אמונה (שמועס) 13:30, 3 מאי 2023 (IDT)

געטא

אקטיווע מכלולאים‏ וואו איז מען געווען ביז יעצט? א באקאנטע מושג אזוי צענטראל צו אידישע היסטאריע, און גוט באשריבן. שווערמער (שמועס) 21:46, 4 מאי 2023 (IDT)

איך האב טאקע נישט קיין שטום-רעכט, אבער די סיבות פארוואס נישט קען איך מסביר זיין. דער ארטקיל האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א טערמין ארטיקל, וואס ערקלערט די מיינונג פונעם ווארט און דינט ווי א מפתח צו ארטיקלען איבער די היסטאריע פון פארשידענע געטאס. וויבאלד עס פעלט וויכטיגע היסטאריע דערין, און באזונדערע ארטיקלען איבער די היסטאריע זענען נאכנישט געשריבן געווארן (ניטאמאל א געהעריגע איבער די שואה געטאס), פעלט פונעם ארטיקל אפילו אלס טערמין-מפתח. אויך האט עס מעגליך נישט גענוג ברייטע רעפערענצן. --עברי אנכי (שמועס) 22:14, 5 מאי 2023 (IDT)

שלשת ימי הגבלה

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט א בליק אויף דעם ארטיקל, מיסודו של ידידינו הרב האט'ס אמונה. עס רעדט זיך וועגן א באגריף וואס מיר באגעגענען יאר-יערליך און קינד און קייט ווייסט דערפון, אבער דא איז עס היבש רייך אראפגעלייגט - פון מצות פרישה והגבלה אין מדבר, און וויאזוי אידן האבן עס אנגענומען און אויסגעפירט, ביז צו היינטיגע מנהגים און הנהגות - און דורכגעוועבט מיט טשיקאווע ידיעה'לעך. כפי השערתי פארמאגן מיר דא לכה"פ פיר מאל אזויפיל סחורה ווי אנדערע ארטיקלען אויפ'ן געוועב איבער די נושא.
(איך וועל זיך דא נישט נעמען דעם וואל-רעכט). — צמא לדעתשמועס • כ"א אייר ה'תשפ"ג 01:52, 12 מאי 2023 (IDT)

  דערפאר שווערמער (שמועס) 19:37, 12 מאי 2023 (IDT)
  דערפאר --עברי אנכי (שמועס) 02:45, 15 מאי 2023 (IDT)

דער איד

אקטיווע מכלולאים‏ איך וויל מיר דערוואגן דאס ארויף צו ברענגען, אבער דער רעדע איז פון א הערליכע ארטיקל, גוט רעפרענסירט, א גוטע פרעצעדענט וויאזוי מיר דארפן צו דעקן אזעלכע טעמעס, (און גאנץ צענטראל אויך, ניין?) -- שווערמער (שמועס) 19:58, 2 יוני 2023 (IDT)

ברוך שאמר

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט א בליק און ווערט איבערראשט פון וויפיל רייכקייט אונזער נייער שטערן י'הושע האט אונז דא צוגעשטעלט פאר זיין פרי ביכורים... — צמא לדעתשמועס • ז' אב ה'תשפ"ג 17:09, 25 יולי 2023 (IDT)

  1. גאר שטארק   דערפאר! נייטראלערשמועס • ח' אב ה'תשפ"ג 21:16 (IDT)
  2. אוודאי   דערפאר --עברי אנכי (שמועס) 21:49, 25 יולי 2023 (IDT)
  3. זייער גוט!   דערפאר אחד יחיד (שמועס) 21:47, 25 יולי 2023 (IDT)
  4. אויסטערליש!   דערפאר שווערמער (שמועס) 20:29, 26 יולי 2023 (IDT)

חודש

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע קוקט עס איבער און לאזט וויסן אייער מיינונג. (דעם אמת ביטע!) — צמא לדעתשמועס • י"ב אלול ה'תשפ"ג 19:38, 29 אויגוסט 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  1. שטארק   דערפאר - מורעדיג!! נאר איך ~ שמועס ~ י"ג אלול ה'תשפ"ג ~ 22:47, 30 אויגוסט 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  2. איך גיי ארויס פון מיין וועג און בין דערקעגן דערווייל, כמפורט בד"ש. שווערמער (שמועס) 02:00, 31 אויגוסט 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  דערפאר - גרינע ליכט--שווערמער (שמועס) 02:26, 8 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  1.   דערפאר אחד יחיד (שמועס) 09:30, 31 אויגוסט 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

לישב בסוכה

אקטיווע מכלולאים‏, באקענט אייך מיט די פרטים און אינטערעסאנטע מנהגים-היסטאריע פון דעם באקאנטן ברכה וועלכע מיר מאכן צענדליגער מאל דורכאויס די טעג... מיסודו פון אונזער נייער שטערן למאי נ"מ, מיט די וואונדערבארע הוספות פון תנא קמא. — צמא לדעתשמועס • י"ט תשרי ה'תשפ"ד 19:49, 4 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  1.   דערפאר א הדר!צמא לדעתשמועס • י"ט תשרי ה'תשפ"ד 19:49, 4 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  2.   דערפאר כאטש כ'בין א נוגע בדבר. —תנא קמא 📖 💬 19:57, 4 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  3.   דערפאר שטארק! --עברי אנכי (שמועס) 03:49, 5 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  4.   דערפאר - שווערמער (שמועס) 21:03, 9 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

אליעזר עבד אברהם

אקטיווע מכלולאים‏, מיר באקענען זיך מיט דעם אליעזר נאך פון די לידעלעך פון קינדערגארטן, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ער באהאלט נאך גאר אסאך זייטן אין זיך. ליינט מיט אינטערעסע דעם נייעם ארטיקל פון למאי נ"מ, וואו איר וועט בלי ספק געוואויר ווערן פרישע חידושים, און דערנאך קומט שטימען דערוועגן. — צמא לדעתשמועס • כ"ה חשון ה'תשפ"ד 17:27, 9 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  1.   דערפאר. געשמאק און רייך. — צמא לדעתשמועס • כ"ה חשון ה'תשפ"ד 17:27, 9 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  2.   דערפאר. אחד יחיד (שמועס) 09:54, 10 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  3.   דערפאר הערליך! עברי אנכי (שמועס) 04:25, 12 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  4.   דערפאר • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • כ"ח חשון ה'תשפ"ד • 15:40, 12 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

רבקה

אקטיווע מכלולאים‏, אנטשולדיגט אז כ'בין אייך מטריח אזוי שנעל נאכאמאל, אבער ברוך השם נאר אויף גוטע סיבות...
אונזער ערשטער ארטיקל אויף איינע פון די סאמע יסודות פון כלל ישראל, די אבות און אמהות, איז לכל הדעות עלעמענטאר און וויכטיג. און כאטש מיר קענען נישט מקיף זיין דעם הייליגן געשטאלט, אל תגעו במשיחי, קענען מיר זיך נישט פטר'ן פון די מלאכת הקודש ולפי מיעוט יכולתינו איז עס ב"ה רייך און שיין, לדעתי (עס איז ארום דאפלט אזוי לאנג ווי אויף העברי, און דאס שפיגלט זיך אפ אין עכטע תוכן, פראפעסיאנאליזם און אויסשטעל). אלזא, לערנט אדורך דעם ארטיקל איבער די הייליגע מאמע רבקה און דערנאך קומט שטימען. — צמא לדעתשמועס • כ"ט חשון ה'תשפ"ד 15:45, 13 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  1.   דערפאר. — צמא לדעתשמועס • כ"ט חשון ה'תשפ"ד 15:45, 13 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  2.   דערפאר שווערמער (שמועס) 19:25, 13 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  3.   דערפאר. --עברי אנכי (שמועס) 21:20, 13 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  4.   דערפאר, הגם איך בין דער שרייבער פונעם ארטיקל, אבער נאך וואס עס איז אריבער די געניטע הענט פון צמא לדעת האט דאס באקומען אן אנדער פנים. איז קרעדיט פאר צמא. למאי נ"מ (שמועס) 11:25, 14 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  5.   דערפאר אחד יחיד (שמועס) 11:30, 14 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

ספר יוסיפון

אקטיווע מכלולאים‏, אן ארטיקל פון שווערמער'ס בית היוצר לוינט זיך קיינמאל נישט צו פארפאסן... דאס מאל האנדלט זיך עס פון אן עלעמענטארע - הגם פארנעפלטע - טעקסט אין די געביטן פון אידישע היסטאריע און כראנאלאגיע. ליינט מיט אינטערעסע און קומט שטימען. — צמא לדעתשמועס • ט"ו כסלו ה'תשפ"ד 20:43, 28 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  1.   דערפאר. — צמא לדעתשמועס • ט"ו כסלו ה'תשפ"ד 20:43, 28 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  2. גאר שטארק   דערפאר! --עברי אנכי (שמועס) 20:58, 28 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  3.   דערפאר א ספעציעלן רושם... • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • ט"ז כסלו ה'תשפ"ד • 15:38, 29 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  4.   דערפאר מויר'עדיג נאר איך ~ שמועס ~ ט"ז כסלו ה'תשפ"ד ~ 21:14, 29 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  5. כיהודה ועוד לקרא   דערפאר אחד יחיד (שמועס) 11:19, 30 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מולד

אקטיווע מכלולאים‏, א פרישער מייסטערווערק פון שווערמער אויף אן עלעמענטארע נושא. יעדעס ווארט איבריג... טעמו וראו כי טוב! — צמא לדעתשמועס • כ' טבת ה'תשפ"ד 11:30, 1 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  1.   שטארק דערפארצמא לדעתשמועס • כ' טבת ה'תשפ"ד 11:30, 1 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  2.   דערפאר און פונקט דערפאר... אחד יחיד (שמועס) 17:24, 1 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]