ד' כסלו
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ד' כסלו איז דער פערטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פערטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחה בחג |
זונטאג | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
מאנטאג | ויצא |
הכז החא |
מיטוואך | ויצא |
השא השג |
דאנערשטאג | ויצא |
זחא זחג |
פרייטאג | תולדות |
זשג זשה |
שבת | תולדות |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ג'תי"א – זכריה הנביא זאגט די נבואה איבער די תעניתים: ”צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים”[3], די לעצטע נבואה געזאגט מיט רוח הקודש[4].
- ה'תרכ"ט – די טיילונג אין אונגארישן אידנטום: וואלן פארן אידישן קאנגרעס ווערן אפגעהאלטן דורכאויס אונגארן
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: די ערשטע אידן פון טשעכיי קומען אן קיין טערעזיענשטאט
- ה'תש"ד – די פאנאוועזשער ישיבה ווערט אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל
- ה'תשס"ו – פינף אומגעקומענע און 54 פארוואונדעטע פון א זעלבסטמארד אטאקע אין נתניה
- ה'תשפ"ד – איין צה"ל זעלנער אומגעקומען און 51 מענטשן פארוואונדעט אין א שיסעריי אטאקע (העב').
געבוירן
- ה'תר"כ – רבי יצחק באדהב, א מקובל, פארשער און מחבר ספרים (נפטר ה'תש"ז)
- ה'תרל"א – רבי יצחק אייזיק הירשאוויץ, א רב אין עטליכע שטעט אין ליטע, איידעם פון רבי אליעזר גארדאן (אומגעברענגט ה'תש"א)
- ה'תרנ"ז –רבי אלטער מנחם מענדל האגער פון בארשא (אומגעברענגט ה'תש"ד)
יארצייטן
- ה'תמ"ט – רבי אליהו קובו, רב פון סאלאניקי, מחבר פון שו"ת "אדרת אליהו"
- ה'תקע"א – רבי יוסף מייא, א רב, אב בית דין און דרוקער, איידעם פון רבי ישעיה פיק, פון די מחברים פון "חידושי הגהות" אויף טור (געבוירן ה'תקכ"ה)
- ה'תקפ"ג – בערקע בערגסאן, א באקאנטער גביר און פילאנטראפ אין פוילן, פון די ראשי קהילה אין ווארשע, מאן פון תמר'ל די גביר'טע (עב') (געבוירן ה'תקכ"ד)
- ה'תרל"ח – רבי יעקב דוד קאליש, דער ערשטער אמשינאווער רבי (געבוירן ה'תקע"ד)
- ה'תר"ע – רבי מכלוף אלדאודי, דער לעצטער חכם באשי פון עכו געגנט, פארשטייער פון אידן אין צפון ארץ ישראל פארן אטאמאנישן אימפעריע
- ה'תרע"ז – אשר לייב בריסק, א שרייבער און ביבליאגראף פון ישוב הישן, דער ערשטער צו דאקומענטירן די מצבות אין הר הזיתים אין זיין ווערק "חלקת מחוקק" (געבוירן ה'תרל"ב)
- ה'תשי"ט – רבי שמואל היילפרין, ערשטער רב פון זכרון מאיר געגנט אין בני ברק (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תשל"ו – אברהם יעקב בראווער, א בארימטער געאגראף און היסטאריקער (געבוירן ה'תרמ"ד)
- ה'תשנ"א – הרב יוסף קורח, א תימנ'ער רב פון די דרדעים שטרעמונג
- ה'תשנ"ד – רבי יהודה שטרית, א רב אין עטליכע שטעט אין מאראקא און אין עפולה (געבוירן ה'תרע"ט)
- ה'תשנ"ה – רבי רפאל כדיר צבאן, זקן רבני טוניס און רב פון נתיבות (געבוירן ה'תר"ע)
- ה'תשע"ה – רבי שמחה שלמה לעווין, ראש הכולל לדיינים "נאות אריה" אין ירושלים