כ"ה חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ה חשון איז דער פינף־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינף־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
גכה גכז |
זונטאג | תולדות |
הכז השא החא השג |
דינסטאג | תולדות |
זשה זחא זשג זחג |
דאנערשטאג | חיי שרה |
בשה בחה בשז בחג |
שבת | חיי שרה |
חגים וזמנים
- א יום טוב אין מגילת תענית, צוליב וואס יוחנן הורקנוס דער ערשטער האט איינגענומען דעם מויער פון שומרון
געשעענישן
- ה'תש"ו – "נאכט פון די באנען", ווען די העברעישע ווידערשטאנד באוועגונג האט געשעדיגט באן שינעס פון בריטישן מאנדאט לענגאויס ארץ ישראל
- ה'תשכ"ז – ווערט אפגעשאפן מיליטערישע פירערשאפט איבער אראבער אין מדינת ישראל
- ה'תשמ"ח – דער אפעלאט געריכט געבט ארויס אן אורטייל לטובת ליובאוויטש אין דער "משפט הספרים"
- ה'תשע"ה – קהילת בני תורה שחיטה: פאלעסטינער טעראריסטן ברענגען אום פיר מתפללים אין קהילת בני תורה אין הר נוף
- ה'תשע"ו – געשטארבן יצחק נבון, פינפטער פרעזידענט פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרפ"א)
געבוירן
- ה'תרל"ח – רבי יעקב פרידמאן, אדמו"ר פון באהוש-הוסיאטין אין תל אביב (נפטר ה'תשי"ח)
- ה'תרע"ו – רבי שלמה זאב צווייגענהאפט, ראש השוחטים פון פוילן, רב פון האנאווער און נידער-זאקסן (נפטר ה'תשס"ה)
- ה'תשי"ג – רבי דוד טווערסקי, אדמו"ר פון רחמיסטריווקא אין ארץ ישראל
יארצייטן
- ה'תקפ"ח – רבי יצחק יואל ראבינאוויטש, דער דריטער אדמו"ר פון ליניץ (געבוירן ה'תקנ"ג)
- ה'תר"ט[1] – רבי נפתלי ווייסבלום פון ליזענסק
- ה'תרכ"ה – רבי מנשה רובין, רב אין ראפשיץ און דריטער אדמו"ר פון ראפשיצער הויף (געבוירן ה'תקנ"ה)
- ה'תרנ"ב – רבי מרדכי גימפל יפה, רב פון ראזיניי (געבוירן ה'תק"פ)
- ה'תרע"ד – רבי ישכר בעריש גרויבארט, רב פון בענדין און בארימטער פוסק אין פוילן, מחבר פון "דברי ישכר" (געבוירן ה'תר"ז)
- ה'תרצ"ה – רבי נפתלי מנחם הערץ הוטנער, רב אין איישישאק (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תש"י – רבי מרדכי רוקח, בילגורייער רב, פאטער פון בעלזער רבי (געבוירן ה'תרס"א)
- ה'תשל"א – רבי מיכאל חי זירקיוף, רב פון די בוכארישע און מאשהאדישע קהילות אין בני ברק (געבוירן ה'תרס"א)
- ה'תשמ"ט – רבי אפרים אליעזר יאלעס, רב אין סאמבור און הויפט רב פון ארטאדאקסישע קהילות אין פילאדעלפיע (געבוירן ה'תרנ"ה)
- ה'תשנ"ג – יצחק קיסטער, דער איינציגסטער חרדי'שער ריכטער אין בג"ץ (געבוירן ה'תרס"ו)
- ה'תשס"ט – רבי ציון לוי, הויפט רב פון פאנאמא במשך 57 יאר (געבוירן ה'תרפ"ה)
- ה'תשע"ה – רבי משה טווערסקי, ראש ישיבה און ראש הכולל אין תורת משה אין ירושלים, אומגעקומען ביי די קהילת בני תורה שחיטה (געבוירן ה'תשט"ו)
- ה'תשע"ט – רבי אליהו שמערלער, א רב און פוסק, ראש ישיבת צאנז און מיטגליד פון נשיאות מפעל הש"ס (געבוירן ה'תרצ"א)