ט"ו חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ט"ו חשון איז דער פופצנטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פופצנטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
מאנטאג | וירא |
בשה בחה בשז בחג |
מיטוואך | וירא |
גכה גכז |
דאנערשטאג | וירא |
הכז השא החא השג |
שבת | וירא |
חגים וזמנים
- ירבעם בן נבט האט באשטימט דעם טאג אלס חג האסיף אין מלכות ישראל, אנשטאט ט"ו תשרי[1]. איין הסבר דערצו איז אז אין מלכות ישראל, וואס איז צו צפון פון מלכות יהודה, איז דער קלימאט קילער און דער אסיף איז שפעטער[2]. לויט געוויסע מקורות, וועט זיין דער יום טוב סוכות אין דעם טאג לעתיד לבוא[3].
געשעענישן
- ב'תתקס"ה – די האנט פון ירבעם בן נבט ווערט פארטרוקנט און דער מזבח פון די עגלים צעשטערט, ווען דער "איש האלקים" פון יהודה זאגט נבואה איבער דעם עתיד פון מלכות ישראל[4]
- ה'תרע"ח – ערשטע וועלט-מלחמה: באר שבע, יפו און תל אביב ווערן איינגענומען דורך בריטישע קרעפטן, פון אונטער די אטאמאנישע אימפעריע
- ה'תשס"א – א סעריע שיסעריי אטאקעס פון טעראריסטן אויף אויטאמאבילן אויפן וועג צו נוה צוף, מיט עטליכע פאטאליטעטן
געבוירן
- ה'תרנ"ח – רבי אברהם מגוץ הכהן, א ראש ישיבה און מחבר ספרים אין דזשערבא (נפטר ה'תרצ"א)
יארצייטן
- ג'תרכ"א – מתתיהו בן יוחנן כהן גדול, פאטער פון די חשמונאים[מקור פארלאנגט]
- ה'תי"ב – רבי אליעזר בר ארחא, א רב, דיין און פירער פון די אידישע קהילה אין חברון, און א געוויסע תקופה דיין אין עזה
- ה'תקי"ד – רבי צבי הירש הלוי הורוויץ, רב אין טשארטקאוו, פאטער פון רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און דער הפלאה (געבוירן בערך ה'ת"מ)
- ה'תקס"ב – רבי אלעזר קאליר, פון די גדולי הרבנים אין בעהמען, מחבר פון "אור חדש" (געבוירן ה'תצ"ח)
- ה'תקצ"ד – רבי לייב בעל היסורים פון חברון, תלמיד פון בעל התניא
- ה'תר"ז – רבי מרדכי אהרן גינזבורג (געבוירן ה'תקנ"ו)
- ה'תרט"ז – רבי יוסף משה העשל, אדמו"ר אין מעזשביזש, זון פון אפטער רב (געבוירן ה'תק"מ)
- ה'תרמ"ב – רבי שמואל פרענקל, רב פון דאראג, מחבר פון "אמרי שפר" (געבוירן ה'תקע"ה)
- ה'תרמ"ד – רבי יהושע העשיל לעווין, א ליטווישער רב, ביאגראף, ראש ישיבה און מחבר ספרים, מחבר פון "עליות אליהו" איבער דער ווילנער גאון (געבוירן ה'תקע"ח)
- ה'תרפ"ג – רבי סיני שיפער, רב פון האנאווער און קארלסרוע, מחבר פון "סתרי ומגיני" (געבוירן ה'תרט"ו)
- ה'תרצ"ח – רבי חיים פינטו, א צדיק און מקובל פון מאראקא (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'תש"ב – רבי יעקב ישראל ראבינאוויטש פון כערסאן, ערשטער אדמו"ר אין תל אביב און מחבר פון "שארית יעקב" (געבוירן ה'תר"מ)
- ה'תש"ג – רבי אליעזר סארלואיס, לעצטער רב אין אמסטערדאם בעפאר חורבן אייראפע (געבוירן ה'תרמ"ד)
- ה'תשי"ד – רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש" (געבוירן ה'תרל"ט)
- ה'תשי"ח – רבי שלמה פרידמאן, אדמו"ר פון טשארטקוב אין תל אביב (געבוירן ה'תרנ"ד)
- ה'תשי"ט – רבי מיכאל פארשלעגער, א גאון אין באלטימאר, תלמיד פון דער אבני נזר, מחבר פון "תורת מיכאל" (געבוירן ה'תרמ"ד)
- ה'תשפ"ב – רבי מכלוף פחימה, א רב אין בני ברק (געבוירן ה'תרצ"ה)