אַדִּיר וְנָאוֹר

אַדִּיר וְנָאוֹר[1]; בּוֹרֵא דּוֹק וָחֶלֶד; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ[2]
גּוֹלֶה עֲמוּקוֹת[3]; דּוֹבֵר צְדָקוֹת; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
הָדוּר בִּלְבוּשׁוֹ[4]; וְאֵין זוּלָתוֹ; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
זוֹכֵר הַבְּרִית; חוֹנֵן שְׁאֵרִית[5];[6] מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
טְהוֹר עֵינַיִם[7]; יוֹשֵׁב שָׁמַיִם; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
כּוֹבֵשׁ עֲוֹנוֹת; לוֹבֵשׁ צְדָקוֹת; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
מֶלֶךְ מְלָכִים; נוֹרָא וְנִשְׂגָּב; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
סוֹמֵךְ נוֹפְלִים[8]; עוֹנֶה עֲשׁוּקִים[9]; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
פּוֹדֶה וּמַצִּיל[10]; צוֹעֶה בְּרָב כֹּחַ[4]; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
קָרוֹב לְקוֹרְאָיו[11]; רַחוּם וְחַנּוּן;[12] מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
שׁוֹכֵן שְׁחָקִים; תּוֹמֵךְ תְּמִימִים; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ
[נֹשֵׂא עָוֺן; וְעוֹבֵר עַל פֶּשַׁע; מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ][13]

אַדִּיר וְנָאוֹר איז א פיוט וועמענ'ס מחבר איז נישט באוואוסט, וואס ווערט געזאגט ביי חזרת הש"ץ אום יום כיפור ביי א מערהייט קהילות ישראל. ביי אשכנז'ישע מנהגים ביי מוסף[14] און ביי נוסח ספרד ביי אלע תפילות פון טאג. ספרדישע אידן פירן זיך געווענליך צו זאגן די פיוט מיט א ריטעמישע ניגון.

הינטערגרונט

ביי די קדושתאות אויף יום כיפור האבן די קלאסישע פייטנים זיך געפירט צו צולייגן ביים ענדע ברכת קדושת היום א פיוט וואס ווערט אנגערופן "סדר פסוקים" און איז מפייט א סעריע פון די ענינים פון סליחה וכפרה וואס ווערן גענומן פון די תורה, כתובים און נביאים (ענליך צו מלכויות זכרונות ושופרות ראש השנה).[15] טראץ וואס יעדער פייטן האט אויסגעקליבן די פסוקים לויט ווי עס האט אים אויסגעזען, זענען פארהאן פסוקים וואס האבן זוכה געווען צו א שטענדיגע סטאטוס. צווישן זיי, די פסוקים ”מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָו‍ֹן וְעֹבֵר עַל פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי חָפֵץ חֶסֶד הוּא” (מיכה ז, יח–כ) פון נביאים האבן גענוצט כסדר די לעצטע פייטנים, און עס איז געווען איינגעפירט צו מייחד זיין פאר זיי א זעלבסשטענדיגע פיוט, וואס איז אפגעהאקט פון די סדר פון די פסוקים. די גרונט פון די צענטראליטעט פון פסוקי מיכה און די סדר הפסוקים איז ווי עס זעהט אויס די צענטראלע פלאץ וואס זיי האבן געכאפט אויך ביים קבוע'דיגן נוסח נאך פון פאר די פיוטים ביי ברכת קדושת היום אין נוסח ארץ ישראל.[16]

געבוי פון פיוט

די אנגענומענע געבוי פון פיוטי "מי א-ל כמוך" וואס קומען נאך די סדרי הפסוקים איז זיילן מיט צוויי קורצע עקן וואס זענען איינגעארדנט דורך א אלפאבעט אַקראָסטיק. אין ענדע פון יעדע זייל, און צומאל אויך אין אנפאנג, קומט א געזאנג (א פזמון וואס חזר'ט זיך איבער) וואס איז געאייגנט אויפן ענטפער פון קהל און איז גענומען פונעם פסוק וואס ווערט בארבעט אינעם פיוט: ”מִי אֵ-ל כָּמוֹךָ” (מיכה ז, יח).[17] אין ענדע פונעם פיוט ווערט געזאגט דער פסוק וואס ער קומט מפייט זיין: "ככתוב על יד נביאך 'מי א-ל כמוך ...'"[18][19]

אויך דער פיוט שטעלט אוועק דער אלגעמיינער געבוי, און עס קען זיין אז ער איז טאקע דער קוואל פון דער אנגענומענער געבוי, און אלע אנדערע פיוטים זענען באיינפלוסט געווארן פון אים. דער פיוט "אדיר ונאור" איז גאנץ איינפאך, און יעדע עק אין אים רעכנט אריין איין לויב טיטל פאר גאט, און דער אַקראָסטיק דרוקט צו און גיבט אוועק איין אות פאר יעדע עק. דער פיוט וואס איז פאר אונז איז צוזאמגעשטעלט נאר פון שבחים פאר גאט, אבער נישט אלע פיוטים פון די סארט זענען אזוי באגרעניצט אין זייער אינהאלט.[18]

סטיל

דער פיוט איז נישט קיין גראמען, און דערפאר געהערט ער ווי עס זעט אויס צו די פאַר-קלאסישע פיוטים צייט (פאר די 6'סטע יארהונדערט). טראץ זיין פריערדיגקייט, וואס ווייזט זיך ארויס פון זיין צושפרייטקייט ביי די מחזורים פון פארשידענע קרייזן, איז כמעט וואס איז נישט געפונען געווארן קאפיעס פון אים אין קאיר גניזה.[18]

ווי ערווענט, די פיוט איז זייער איינפאך אין זיין סטיל, און נעמט נישט אריין גארנישט אויסער א ליסטע פון אנגענומענע שבחים פארן אויבערשטן.[18] די פיוט איז באזירט אויף די סופערלאטיווע געבוי און מיטן באנוץ פון ווערטער אזוי ווי "אדיר", "נורא" און "מי ק-ל כמוך". דער געבוי ערשיינט ביי תפילת חנה: ”אֵין קָדוֹשׁ כַּה' כִּי אֵין בִּלְתֶּךָ וְאֵין צוּר כֵּא-לֹהֵינוּ” (שמואל א' ב, ב).

צו ליינען נאך

דרויסנדע לינקס

  •   אדיר ונאור, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
  • רעפערענצן

    1. תהלים עו, ה
    2. מיכה ז, יח
    3. איוב יב, כב
    4. 4.0 4.1 ישעיהו סג, א
    5. עמוס ה, טו
    6. במנהגי אשכנז: זוֹקֵף כְּפוּפִים; חוֹנֵן דַּלִּים.
    7. חבקוק א, יג
    8. תהלים קמה, יד
    9. תהלים קג, ו
    10. ירמיהו לא, י
    11. תהלים קמה, יח
    12. במנהגי אשכנז: רָם וּמַאֲזִין שַׁוְעָה.
    13. די זייל איז צוגעלייגט געווארן נאך וואס די אַקראָסטיק האט זיך גענדיגט, כדי צו אריבער פירן צו די לשון פונעם פסוק נאכדעם. ער געפינט זיך נישט ביי די ספרד'ישע מנהגים, און ווי עס זעט אויס איז ער נישט א טייל פון די ארגינעלע פיוט (שולמית אליצור, סוד משלשי קודש, האיגוד העולמי למדעי היהדות, ירושלים תשע"ט, עמ' 511).
    14. אין מנהגים פון מזרח אשכנז, זאגט מען אנהייב דעם פיוט און זיין ענדע, און מען היפערט אויף אפאר גראמען אינדערמיט. זעהט מחזור גאלדשמידט, עמ' 595.
    15. צו א פארברייטערונג אויף די סדרי הפסוקים זעט אליצור, סוד משלשי קודש, האיגוד העולמי למדעי היהדות, ירושלים תשע"ט, קאפיטל ט' סעיף ה', זייט 486–509; און אין קורצן אין איר ארטיקל "סדרי פסוקים בפיוטים ובתפילות ישראל", גנזי קדם ה (תשס"ט), זייטל 19–21.
    16. שולמית אליצור, "למקורם של פיוטי הסליחות", תרביץ פד [ד] (תמוז תשע"ו), עמ' 517–518.
    17. אליצור, "סדרי פסוקים בפיוטים ובתפילות ישראל", עמ' 21.
    18. 18.0 18.1 18.2 18.3 אליצור, סוד משלשי קודש, פרק ט' סעיף ו', עמ' 510–516, ובפרט 510–511.
    19. נאך פיוטי "מי א-ל כמוך" וואס שטעלן אוועק דעם געבוי זעט ביי דניאל גאלדשמידט, מחזור אויף יום כפור, ירושלים תש"ל, עמ' 307–308 (ביי שחרית), עמ' 719–720 (במנחה), ועמ' 783 (ביי נעילה).