פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

פאראמעטער [ קבורה ארט, טויט ארט, אפשטאמלינגען, אידישע טויט דאטום ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

אלעזר הכהן
געבורט מצרים
מדינה מצרים, ארץ ישראל
פאטער אהרן בן עמרם
מוטער אלישבע בת עמינדב
קינדער פינחס
צווייטער כהן גדול

אֶלְעָזָר הכהן איז געווען דער דריטער זון פון אהרן הכהן און פלומעניק פון משה רבינו. ער האט געדינט אלס דער צווייטער כהן גדול, נאך זיין פאטער'ס פטירה. ער איז אויך געווען דער "נשיא נשיאי הלוי", דער הויפט פאראנטווארטליכער אויף די "שומרי משמרת הקודש"[1] און אויף די כלים פון משכן ביים אריבערפירן דעם משכן פון איין פלאץ צום אנדערן, און מיט דעם איז ער געווען דער ערשטער אמרכל[2].

לעבן

אלעזר איז דער זון פון אהרן און אלישבע בת עמינדב, א שוועסטער פון נחשון[3]. איבער דעם יאר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע דעות; לויט'ן מדרש פאר ב'תי"ט, און לויט'ן זוהר נאך ב'תכ"ט[א]. לויט איין מקור, איז ער געווען א צווילינג מיט זיין יונגערער ברודער איתמר[6].

לויט איין מיינונג אין חז"ל איז ער געווען אן איידעם ביי יתרו און שוואגער פון משה רבינו[7], און לויט אַן אַנדער מיינונג, איז ער געווען אַן איידעם ביי אפשטאמיגע פון יתרו וואָס האבן אויך געשטאמט פון יוסף[8]. אנדערע מפרשים טייטשן אז ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון פוטיאל, וועלכער איז געווען א באקאנטער איד אין זיין דור[9].

זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געווען נדב און אביהוא, וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן צום הר סיני ארום די טעג פון מתן תורה[10]. לויט רבי יצחק אברבנאל איז אויך אלעזר ארויפגערופן געווארן צוזאמען מיט זיין יונגערער ברודער איתמר, אין כלל פון די זיבעציג זקנים[11]. אלעזר ווערט דערמאנט צווישן די צען צדיקים וואס משה רבינו האט אויסגערעכנט, צו בעטן אז השי"ת זאל מוחל זיין דעם חטא העגל אין זייער זכות[12].

זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען אומגעקומען אין טאג פון חנוכת המשכן, "בהקריבם אש זרה לפני ה'"[13], דאן איז געבליבן מיט אים נאר זיין יונגערער ברודער איתמר וואס האט געדינט אלס כהן. אלעזר האט געמאכט די ערשטע פרה אדומה אין מדבר[14]. ווען זיי האבן געלערנט תורה פון משה רבינו, איז אלעזר געזעסן רעכטס פון משה און איתמר לינקס פון אהרן[15].

ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, איז אלעזר געווארן אויפגענומען אלס כהן גדול אויף זיין ארט[16]. ער ווערט פון דאן דערמאנט אין עטליכע וויכטיגע פאסירונגען: ביים ציילן די אידן צוזאמען מיט משה[17]; ביי די פראגע פון די בנות צלפחד[18]; און ביי מלחמת מדין, וואו עס ווערט אויך איבערגעגעבן דורך אים "חוקת התורה" פאר אידן[19].

אלעזר איז געווען אין שפיץ פון די געשטעלטע איינצוטיילן ארץ ישראל אין די צייטן פון יהושע בן נון[20].

אלעזר איז נפטר געווארן אין זעלבן יאר ווי יהושע בן נון[21], ב'תקט"ז[ב], נאך וואס ער האט געשריבן די לעצטע פסוקים אין ספר יהושע[22], און זיין זון פינחס האט אים איבער גענומען אין די ראלע פון כהן גדול. די כהונה גדולה איז געבליבן ביי די אפשטאמיגע פון אלעזר, ביז צו די צייטן פון עלי הכהן וועלכער האט געשטאמט פון איתמר[23], און איז צוריקגעקומען אין די צייטן פון צדוק, ווען אביתר איז פארטריבן געווארן דורך שלמה המלך[24]. אויך עזרא הסופר האט געשטאמט פון אלעזר[25]. פון די 24 משמרות כהונה, זענען זעכצן געווען פון די בני אלעזר און בלויז אכט פון די בני איתמר[26].

קבר אלעזר

אין ספר יהושע שטייט אז אלעזר איז באערדיגט געווארן אין גבעת פינחס, דאס בערגל פון פינחס זיין זון אין הר אפרים[27] לויט געוויסע אידישע, און להבדיל שומרונ'ישע און אראבישע מסורות, איז דאס אין עוורתא, פון דרום-מזרח צו שכם. די ערשטער עדות איבער דעם פלאץ, איז איבערגעגעבן געווארן דורך רבי יעקב השליח (א תלמיד פון רבי יחיאל פון פאריז) וואס האט באזוכט דארט אין אנפאנג אלף הששי: "וכפר עוורתא לשמאל העולה לירושלים… הוא קבר אלעזר בן אהרן הכהן והוא בנין מפואר מאוד."[28]

פילע גייען ארויף אהין אין א' אב, צום יארצייט פון זיין טאטן אהרן הכהן[29], און מיליטערישע קרעפטן טוען דאן באַוואכן דעם אָרט[30].

דער קבר איז עטליכע מאל במשך די יארן וואנדאליזירט געווארן מיט'ן אונטערצינדן און אראבישע גראפיטי[31][32][33]. אין אדר ה'תשע"ב איז דער קבר צוויי מאל נאכאנאנד וואנדאליזירט געווארן מיט אויפשריפטן וואס האבן געלויבט די רוצחים פון די איתמר אטאקע (העב') וואו די פויגל פאמיליע איז אומגעקומען[34][35].

זעט אויך

צו ליינען מער

נאטיצן

  1. לויט דער מדרש איז ער געווען דרייסיג יאר אדער מער בשעת די גזירה פון די מרגלים[4]; לויט דעם איז ער געבוירן נישט שפעטער ווי ב'תי"ט. לויט דער זוהר איז ער געווען ווייניגער ווי צוואנציג יאר אין יענע צייט[5]; וואס לויט דעם איז ער געבוירן שפעטער ווי ב'תכ"ט.
  2. לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען מעגליך צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.

רעפערענצן

  1. במדבר ג, לב
  2. תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק י', הלכה ג'.
  3. שמות ו, כג
  4. במדבר רבה, פרשה ג', פסקה ז'
  5. ספר הזוהר, פרשת אחרי מות; זעט מגלה עמוקות, פרשת ואתחנן אופן צ'.

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי מאיר טענענבוים, אמרי מאיר, דרוש כ"ט, בשם בעל נהרי אפרסמון
  7. שמות ו, כה. זעט אין רש"י, סנהדרין פב, ב, ד"ה אבי אמו

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בבא בתרא קי, א
  9. ראב"ע, שמות ו, כה; רמב"ן, שמות ו, כג, אין צווייטן פשט
  10. שמות כד, א. זעט דארט אין די מפרשים אז דאס איז געווען אין די שלשת ימי הגבלה (רש"י), אדער אין טאג פון מתן תורה נאך דעם מעמד הר סיני (ראב"ע)
  11. אברבנאל, שמות כד. דער בעל הטורים שרייבט דארט אבער אז אלעזר און איתמר זענען נישט ארויפגעקומען
  12. שמות רבה, פרשה מ"ד, פסקה ו'
  13. במדבר ג, ד
  14. במדבר יט, א–ד
  15. עירובין נד, ב
  16. במדבר כ, כה–כח
  17. במדבר כו, א
  18. במדבר כז, ב
  19. במדבר לא, כא
  20. במדבר לב, כח; יהושע יד, א
  21. סדר הדורות שנת ב"א תקט"ז
  22. בבא בתרא טו, א
  23. רש"י, שמואל א' ב, ל
  24. זעט: שמואל א' ב, ל–לו; מלכים א' ב, כו–כז
  25. עזרא א, ה
  26. דברי הימים א' כד, ג–ו
  27. יהושע כד, לג
  28. הילולת אלעזר ואיתמר בני אהרן, אויף יש"ע זייטל
  29. אורנית עצר, מאות עלו לקבר אלעזר הכהן בכפר עוורתא, אויף ערוץ 7, יולי 20, 2012
  30. אפרים מורנו, הילולת "שבעים הזקנים" בעוורתא, אויף ערוץ 7, יאנואר 31, 2012
  31. נח זבולוני, חולל קבר אלעזר בן-אהרן - הכהן הגדול הראשון של בני ישראל, דבר, מאי 22, 1992
  32. חדשות 2, הושחת קבר אלעזר הכהן בשומרון, אויפ'ן מאקו וועבזייטל‏, 31 אקטאבער 2011
  33. חולל קבר אלעזר בן אהרן הכהן בעווארתא, אויף כל הזמן, ‏יאנואר 23, 2016
  34. אלי בן דוד, ‏המתפללים נכנסו לעוורתא והזדעזעו: הלל ושבח לרוצח משפחת פוגל, אויף JDN‏, פעברואר 1, 2012 (העברעאיש)
  35. שלמה פיוטרקובסקי, כתובות נאצה רוססו על קבר אלעזר בן אהרון, אויף ערוץ 7, פעברואר 12, 2012