ליקוטי אמרים תניא
ספר התניא, וואס ווערט אויך גערופן לקוטי אמרים אדער ספר של בינונים אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין חב"ד בפרט, און אין חסידות בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקנ"ז אין סלאוויטא, דורכן מחבר, דער גרינדער פון חסידות חב"ד רבי שניאור זלמן פון לאדי. דער ספר ווערט גערופן "תניא" לויטן ווארט מיט וואס עס הייבט זיך אן, און אויף דעם נאמען ווערט דער מחבר גערופן דער "בעל התניא".
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78). | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | אדמו"ר הזקן |
שפת המקור | לשון הקודש |
תורגם לשפות | ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש, אידיש, שפאניש, איטאליעניש, גרוזיניש, דייטש און העברעיש. |
סוגה | ספרי חסידות, חב"ד |
הוצאה | |
הוצאה | סלאוויטא |
מספר עמודים | 503 |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | ה'תקנ"ז |
דרויסנדיגע לינקס | |
היברובוקס | 49432 |
דער ספר דינט אלס דער ספר יסוד פון חסידות חב"ד, און אנטהאלט אנווייזונגען צום לעבן און עבודת הבורא, באזירט אויף געמיינזאמע ארבעט פון הארץ און מח. עס ווערן דערין אנאליזירט דריי סארט אידן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און דער מחבר שמועסט אויס דער וועג אין עבודת ה' פאר'ן "בינוני", וואס יעדער איד קען זיין (אנדערש ווי די מדריגה פון "צדיק", וואס איז נישט פאר יעדן).
דאס איז דער ערשטער ספר וואו עס זענען סיסטעמאטיש אראפגעשריבן געווארן די פרינציפן פון חסידות, און עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט-חסידישע וועלט. ווען דער ספר איז ארויס האט עס אויסגערופן א קאנטראווערסיע אויך אינערהאלב די חסיד'ישע קרייזן, וואס טייל האבן זיך קעגנגעשטעלט צום מהלך פון חב"ד, און בכלל צום פארשפרייטן טיפע חסידות אפענערהייט.
געבוי
דער נוסח פון שער בלאט איז געשריבן געווארן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא הסכמות פון רבי משולם זושא פון האניפאלי און רבי יהודה לייב הכהן וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר צום ערשטן דרוק; די הסכמה צום נאכפאלגנדן דרוק פון די קינדער פונעם מחבר: דער מיטלער רבי, רבי חיים אברהם, און רבי משה. דערנאך קומט די "הקדמת המלקט", וואס איז א בריוו פונעם מחבר וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צום ערשטן חלק, לקוטי אמרים.
ערשטער חלק: לקוטי אמרים
דאס איז דער עיקר חלק פון ספר, און דעם גאנצן ספר רופט מען אפט אויף דעם נאמען. ביים שער בלאט רופט דאס דער מחבר: "ספר של בינונים". ווארשיינליך צוליב באשיידנהייט באצייכנט ער דעם ספר אלס א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", טראץ וואס עס אנטהאלט א אריגינעלע און אייגנארטיגע צוגאנג. דער חלק איז געשטעלט אויפן פסוק "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", און במשך די פרקים ווערט אויספירליך ערקלערט יעדער ווארט פונעם פסוק.
מען קען צעטיילן די 53 פרקים פון דעם חלק אין זעקס טיילן: א. ביאורים וואס איז דאס א בינוני (פרקים א'-י"ב); ב. די עבודה פון א בינוני (י"ג-כ"ה); ג. עצות אין עבודת השם (כ"ו-ל"ד); ד. דער רצון ה' אז עס זאל זיין א "דירה בתחתונים" (ל"ה-מ'), ה. אהבת השם (מ"א-נ'), ו. די מעלה פון טון מצוות דווקא אויף דער וועלט (נ"א-נ"ג). דרך אגב ווערט אויך ערקלערט אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות, ווי גאולה, אהבת ישראל, און נאך.
דער בינוני און זיין געראנגל
אין דעם חלק שטעלט פאר דער מחבר דאס געשטאלט פון א "בינוני", אלס א מדרגה צו וועלכע רוב מענטשן דארפן שטרעבן. אנדערש פון א "צדיק", וואס דינט דעם באשעפער מיט תענוג, איז דער בינוני פארנומען זיין גאנצן לעבן זיך צו ראנגלען. עס אמפערן זיך די צוויי נפשות וואס זענען אין אים - דער "נפש האלוקית" און דער "נפש הבהמית"[א].
דער נפש האלוקית איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון דעם רצון ה'. דער נפש הבהמית וויל די רצונות וואס אלע בעלי חיים ווילן, ווי עסן, שלאפן, און לעבן. יעדער פון די נפשות ציט דעם מענטש צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן אויפן גאנצן מענטש, "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו, וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט').
דער נפש הבהמית ווערט אויך גערופן מיט די נעמען "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", אויסצוקלארן אז דער נפש איז נישט דווקא שלעכט. אין נפש הבהמית פון א איד געפונט זיך נאטירליך אויך גוטע אייגנשאפטן, ווי רחמנות און גמילות חסדים. די אויפגאבע פון דער נפש האלוקית איז דעריבער נישט צו מבטל זיין דעם נפש הבהמית, נאר עס צו פאררעכטן.
זיג פון נפש האלוקית
דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו שטארקן דעם נפש האלוקית אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז "התבוננות". דער מחבר ערקלערט, אז דער עיקר פלאץ פונעם נפש הבהמית איז אינעם לינקן זייט פונעם הארץ, און דער נפש האלוקית רוהט בעיקר אין מח. וויבאלד "המוח שליט על הלב מתולדתו" (דאס הייסט, דער טבע פון א מענטש איז אז זיין מוח קען געוועלטיגן איבער זיין הארץ), דארף דער בינוני משקיע זיין אלע כוחות פון זיין שכל צו אריינקלערן אין די גרויסקייט פון די מעשים פון באשעפער. די התבוננות וועט משפיע זיין אויפן הארץ, וואס דארט איז דער נפש הבהמית, און ער וועט אויך וועלן טון דעם רצון השם.
אויך ווערט פארגעשטעלט דער כח פון תורה און מצוות, איבערצודרייען דעם נפש הבהמית און דעם גוף, אז זיי זאלן העלפן טון דעם רצון השם.
צווייטער חלק: חינוך קטן - שער היחוד והאמונה
דער צווייטער חלק הייבט זיך אן מיט א הקדמה וואס רופט זיך "חינוך קטן", וואס רעדט איבער די אהבה וואס א איד וועקט אויף אין זיין הארץ צום באשעפער. דער מחבר ערקלערט אז עס איז פארהאן "אהבה עצמית" אין יעדער איד פון זיין נשמה, און עס איז פארהאן אהבה וואס מען ברענגט זיך דערצו דורך די אייגענע מחשבות. כאטש די אהבה עצמית איז א העכערע דרגה, פארט דארף מען ארבעטן צו אויפוועקן אייגענע אהבה צוליב עטליכע טעמים. דער וועג איז דורך אמונה, וואס דאס איז דער תוכן פון "שער היחוד והאמונה".
אין די 12 פרקים פון שער היחוד והאמונה ווערט אויסגעשמועסט די שיטה פונעם בעל שם טוב אז אחדות השם באדייט נישט בלויז אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער א פארמיטלער צווישן אונז און השי"ת, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוקית. דער מחבר בארירט יסודות'דיגע נושאים אין אידישקייט און קבלה, ווי דער באקאנטער פולמוס איבער דער "צמצום".
צוערשט האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם ספר מיט דעם חלק[ב], ווייל כדי צו אנקומען צו אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק, דארף מען קודם אמונה אין יחוד השם - וואס דאס איז דער תוכן פון שער היחוד והאמונה[1]. אבער שוין ביים ערשטן דרוק האט דער מחבר אויפגעטוישט דעם סדר פון די צוויי חלקים[ג], צוליב באהאלטענע טעמים[2].
דריטער חלק: אגרת התשובה (מהדורה בתרא)
אין די 12 פרקים פון אגרת התשובה איז דער מחבר מבאר דעם חסידי'שן מהלך אויף תשובה, וואס דאס איז, אז תשובה איז נישט נאר אויף עבירות, נאר תשובה מיינט אז א יוד הייבט זיך אויף צום באשעפער, ווי עס שטייט אין פסוק "והרוח תשוב אל האלוקים אשר נתנה", ער לייגט צו אז מען קען נישט תשובה טון אויף א עבירה אן תשובה טון און צריקערן דעם גאנצן מענטש, דרך אגב איז ער אויך מבאר די סוגיות פון תעניות און סיגופים על-פי התורה, און נאך,
די צוועלעף פרקים קין מען צוטיילן אין דריי חלקים, די ערשטע דריי פרקים (א-ג) איז ער מבאר 'תשובה' על פי נגלה, די קומענדיגע פינעף (ד-ח) איז ער מבאר 'תשובה' על פי חסידות, די לעצטע פיר (ט-"יב) איז ער משלב דעם חסידישן ביאור מיטן נגלה'דיגן ביאור.
פערדער חלק: אגרת הקודש און קונטרס אחרון
אגרת הקודש
32 בריוון (וואס ווערן געריפן 32 סימנים), וואס 26 פון זיי איז כללות'דיגע בריוון פונעם מחבר און די אנדערע 6 זענען בריוון אין ענינים פון חסידות, די סימנים רעדן פון אסאך נושאים, צווישן זיי ביאורים אין מאמרים פון ספר הזוהר, סוגיות אין קבלת האר"י, בקשות צו שטיצן די אידן פון ארץ ישראל, און אויף צדקה בכלל, עידוד און חיזוק אין עבודת השם און נאך.
קונטרס אחרון
9 פרקים (וואס ווערן געריפן 9 סימנים), אין די ערשטע פינעף איז ער מבאר סתירות אין זוהר און קבלה, - די ערשטע דריי איז אויף א סתירה פון א זוהר וואס ווערט געברענגט אין פרקים ל"ט-מ"א אין ספר. די אנדערע צווי איז א ביאור אין פרי עץ חיים. די לעצטע דריי איז בריוון פונעם מחבר, (ווען מען רעכנט די חלקים פון תניא, רעכנט מען על פי רוב נאר פיר חלקים און דער חלק רעכנט מען א חלק פון 'אגרת הקודש' וואס איז דער פערדער חלק).
גדולי ישראל אויפן ספר
די התנגדות
נאך וואס עס איז ארויס געקומען דער ספר, איז ארויס רבי אברהם קאליסקער דער בעל התניא'ס נאנטער פריינד, אנטקעגן דעם ספר און האט געטאנעט אז נישט דאס איז דער דרך החסידות[3], ער האט געטאנעט אז די רבי'ס - דהיינו דער מעזריטשער מגיד און רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק פלעגן אכטונג געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי גערעדט נאר דברי מוסר און אמונת חכמים[ד], ווייל רוב חסידות דארף זיין געבויט אויף 'אמונת חכמים' און יראת שמים, אבער פנימיות התורה, וואס דאס האט דער 'בעל התניא' דערמאנט אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה[4], דער מחלוקת איז זייער גרויס געווארן אין נאך צדיקים זענען אריינגעמישט געווארן, ווי רבי ברוך מעזשביזשער און רבי אשר פון סטולין, ביז רבי נחמן מברסלב האט פראבירט מאכן שלום צווישן זיי ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל אין יאר ה'תקנ"ט (1799 למנינם)[5][ה].
די הערצה
מצד שני האט עס באקומען אסאך הערצה פון אנדערע חסיד'ישע גדולים, ווען רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב האט געזען דעם ספר האט ער זיך אנגערופן: "איך ווינדער זיך וויאזוי קען מען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"[7], רבי ברוך'ל מעזשביזשער האט געזאגט: אז "'תניא' איז דער 'ספר פארן שכל'"[8], דער אוהב ישראל (אפטער רב) האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן אברהם יצחק און יעקב האבן זיך געפירט אין די דרך וואס עס שטייט אין 'תניא'", און אפילו ביי רבי עקיבא אייגער פלעגט ליגן דער ספר ביי אים אופן טיש[9].
בפרט אין חב"ד איז עס זייער גרויס, דער ריי"ץ פלעגט דאס רופן 'דער תורה שבכתב פון חסידות', אין חב"ד לערנט מען שוין תניא פון קליין, און עס איז מקובל אז האלטן דעם ספר מיט זיך איז א סגולה אויף: אמונה און מחשבות זרות און הרהורי כפירה[10], אהבת ה' און יראת ה' [מקור פארלאנגט], קטורת אויף אלע רוחניות'דיגע מגפות[11], שפע ברכה און הצלחה[12], הצלה און ישועה[13]. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר צו וואו מען פארט אלס סגולה צו שמירה און הצלה[14].
דרוק און ביאורים
פארן דרוקן פלעגן די חסידים זיך אליין נאכשרייבן ביכלעך. אבער וויבאלד עס איז אריינגעפאלן אסאך טעותים[ו], האט דער 'בעל התניא' מחליט געווען צו דריקן דעם ספר[16] און דאס אליין געדריקט אין יאר ה'תקנ"ז, אבער דארט איז נאר געדריקט געווארן די ערשטע דריי חלקים 'לקוטי אמרים' 'שער היחוד והאמונה' און 'אגרת התשובה', אין יאר ה'תקע"ד - נאכן פטירה פונעם מחבר האבן די קינדער פונעם מחבר צוגעלייגט די לעצטע צווי חלקים 'אגרת הקודש' און 'קונטרס אחרון'[17], אין דריק פון וילנה אין יאר ה'תר"ס האט מען צוגעלייגט נאך השלמות פון די בריוון.
עס איז דא אפאר ספרים אין חב"ד וואס איז מיוסד אופן 'תניא', ווי דער 'מחבר' האט געזאגט אז ער האט מדייק געווען אין יעדן אות[18]: 'קונטרס ההתפעלות (פון מיטלער רבי). 'נר מצווה ותורה אור - שער האמונה ושער היחוד' (פון מיטלער רבי). 'דרך חיים' און 'שער התשובה' - (ספרים וואס איז מבוסס אויף "אגרת התשובה" וואס איז אין תניא) (פון מיטלער רבי). 'קיצורים והערות לספר התניא' פון דער צמח צדק. 'מאמר האמנת אלקות' (אין ספר דרך מצוותיך) פון צמח צדק, 'רשימות על התניא מראי מקומות, הערות וציונים בספר של בינונים' פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן. אזוי אויך 'שערי עבודה' און 'שערי היחוד והאמונה' פון זיין תלמיד מובהק רבי אהרון פון סטרשלה.
דרויסנדע לינקס
- ספר התניא, גבוי פון א ספר, אינעם וועבזייטל פון די ספרי'ה פון חב"ד מיט היברובוקס
- ספר התניא אין טקסט, אינעם וועבזייטל פון די ספרי'ה פון חב"ד
- דער שיעור היומי מיט די פירוש "שיעורים בספר התניא", אין וועבזייטל "Chabad.org"
- לקוטי אמרים-תניא, דרוק פון דב בר בן ישראל און דב בר בן פסח, אין סלאוויטא יאר התקנ"ו, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
- ספר התניא אין ערשטע דרוק, אינעם וועבזייטל פון די ספרי'ה פון חב"ד מיט היברובוקס
נאטיצן
- ↑ דער כלל איז אז א צדיק האט שוין נישט קיין שלעכטע נייגונגען; א בינוני האט נאך יא, אבער ער שטארקט זיך איבער זיי; און א רשע געבט זיך נאך זיינע שלעכטע רצונות.
- ↑ לויט הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז שער היחוד והאמונה געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דרוקן די ערשטע. לויט הרב נחום גרינוואלד (דארט, עמוד שסו) איז עס אויך געשריבן געווארן פריער.
- ↑ א רמז איז געבליבן צום אריגינעלן פלאן, מיט דעם וואס אין צווייטן חלק איז געדרוקט דער לשון "כמו שיתבאר" ווען דער מחבר באציט זיך צו עפעס ערקלערט אין ערשטן חלק, און נישט "כמו שנתבאר".
- ↑ אין מקור אויף לשון הקודש: שהיו נשמרים ונזהרים מאד בדבריהם שלא להשמיע לרוב החסידים ורובם ככולם, כי אם בדרך מוסר ולהכניסם בברית אמונת חכמים
- ↑ צוליב די מחלוקת איז אריבער בערך-15 משפחות פון חב"ד וואס האבן געווינט אין טבריה צו חברון, אין געבויעט דארט די חב"ד'סקער געגנט[6],
- ↑ אין חב"ד איז מקובל, אז עס איז געווען וואס האבן דאס עכסטער פאדרייט (די מתנגדים אויף חסידות), און אז וועגן דעם שטייט אין הסכמה פון רבי זושא מאניפולי און אין הקדמה פונעם מחבר "סופרים משונים"[15]
רעפערענצן
- ↑ לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200
- ↑ אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. זעט אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29
- ↑ אגרות קודש לרבי שניאור זלמן נספחים 22 - 23, עמ' תצ"ח.
- ↑ אגרות קודש שנדפסו בסוף ספר פרי הארץ, אגרת נז.
- ↑ שבחי הר"ן, סימן כ'. חיי מוהר"ן סימן ט
- ↑ ראו גם: ח' שטימן כ"ץ, ראשיתן של עליות החסידים, יד בן צבי, עמ' 111
- ↑ שמועס פון רבי'ן פון לובביץ', כ"ד בטבת תשל"ט, אגרות בעל התניא ובני דורו עמ' קסט.
- ↑ בית רבי פרק כ"א הערה ד'
- ↑ אגרות סופרים עמ' 56 בשם זיין איידעם
- ↑ אגרות קודש חלק ו' ע' קכג.
- ↑ קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים ע' קכה.
- ↑ קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים ע' קכח.
- ↑ הרב שמואל נודל וואס האט געהערט פון זיין ברודער. זע "לקוטי ספורים" פרלוב הוצאה ראשונה ע' קסא.
- ↑ לדוגמא אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט (במכונית, ביחד עם סידור ותהילים). אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח (עם תהילים, ושיהיה לכל אחד הנוסעים, וגם ללמוד מתוכם). מענה משבט [תשנ"ב]] ליקוט מענות תשנ"ב מענה שלא (חת"ת).
- ↑ הרב יוסף ויינברג, שיעורים בספר התניא, הסכמות; דארט, הקדמת המלקט.
- ↑ לקוטי אמרים – תניא, הסכמת רבי משולם זוסיל מאניפאלי; שם, הקדמת המלקט.
- ↑ נזר התניא, פרק שמיני. מפתח העניינים לספר התניא. און נאך
- ↑ תורת מנחם. רשימת היומן. עמוד רלו.