פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ קינדער2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ חסידות, מוטער, עיקר חיבור, ווייב2, ווייב1, נומער אין דינאסטיע, קבורה ארט, הויף ארט, זיינע רביס ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

דער 'אור המאיר'
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
ספרים אור המאיר
פטירה
איווניטץ

רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן: דער אור המאיר אויפן נאמען פון זיין ספר, אוועק ה' סיון ה'תקנ"ז[1]). איז געווען פון די דריטער דור פון חסידות, פון די גריסע פון די תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. איז געווען אנפאנג א וויין סוחר און דערנאך געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט די תורת החסידות אין זיטאמיר.

ביאגראפיע

גאר ווייניג איז באקאנט איבער זיין יונגוואר און איבער זיין שטאמונג. זיין מאמע האט געהייסן יהודית[2]. האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר, נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו טויבא, טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות רב אין מעזריטש[3], און האט געהאט מיט איר דריי זון.

ר' וועלוו'עלע איז געווען א תלמיד פון מעזריטש'ער מגיד[א]. איז געווען זייער נאנט מיט אלערליי צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי פינחס פון קאריץ, רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ דעם וואס ער האט געשעצט זייער דעם שפאלע'ר זיידע, האט ער געשטיצט אויך רבי נחמן מברסלב אין זייער מחלוקת.

אין זיטאמיר האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך אויך געפנט א חסידישער שוהל[4].

אין די לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איווניץ נעבן ז'יטומיר, און איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן.

ספר אור המאיר

נאך זיין פטירה אום יאר ה'תקנ"ח האט זיין תלמיד רבי אליעזר פון זיטאמיר גענומען די מי, און האט ארויסגעדרוקט די ספר "אור המאיר" פון זיינע דברי תורה, און פון דאן ווערט דאס פאררעכנט אלס א הויפט ספר אין חסידות. די ספר איז באצירט געווארן מיט די הסכמות פון רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב און פון רבי צבי פון אוסטראה.

אין מערערע ערטער אין ספר פאדערט ער זיך פירן מיט פשטות, און פארדאמט די נאכלויפן מותרות, ער מאכט זייער אוועק די אלע עולם הזה'דיגע פראדוקטן, פארמעגן, געלט, הנאות און פארשידנס, און האלט זיך נישט אפ פון צו קריקטירן די רבי'ס פון זיין דור וואס פירן זיך נישו אינגאנצן אזוי[5]. אזוי אויך שטעלט ער זאך זיך אנטקעגן סיגופים און פרעגט אפ אלערליי סארטן דרויסנדע פעולות אין עבודת ה' ווי צום ביישפיל תנועות ביים דאווענען, אדער פארלענגערן גדי דאווענען אד"ג.

אזוי אויך מעבר לכך הוא מקיף בספרו את כל השאלות המרכזיות, שעמדו בעולמה של החסידות[6]

פאמיליע

תלמידים

ליינט מער

  • מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה.

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין זיין ספר (פרשת צו) ערצייגט ער וויאזוי האט זיך פארגעשפילט די תורה זאגן ביים מגיד.

רעפערענצן

  1. ס'איז דא וואס זאגן אז ה'תקנ"ח, אזוי אויך איז דא וואס זאגן י"ד אדר ה'תק"ס, אבער אום יאר ה'תקנ"ח אויף די הסכמות צו די ספר שטייט שוין אויף אים זצ"ל, זעט נאך דא זייט 7;אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה;אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569 שטייט אז ער איז אוועק אין תק"ס (1800)
  2. זי איז געווען מיוחס צו רבי שאול וואהל
  3. די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם".
  4. רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב דערמאנט דאס אין די הסכמה צום ספר.
  5. זעט אין אנציקלופדיה העברית, די ארטיקל אויף ר' וועלוו'עלע, באנד ט"ז, זייט 569.
  6. סילבוס הקורס עיונים ב"אור המאיר" לר` זאב וולף מז`יטומיר ד"ר יורם יעקובסון
  7. [https://www.mytzadik.com/tzadik.aspx?id=2367 זעט דא.


קטגוריה:תלמידי המגיד ממזריטש

קטגוריה:דרשנים קטגוריה: מחברי ספרי חסידות קטגוריה:רבנים מווהלין

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער


תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי

דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.