אויסלאז די טעג ווען די אידן האבן געפייערט חנוכת המשכן, האבן די נשיאים-'נשיאי שבטי ישראל' מקריב געווען קרבנות, און זיי האָבן אָפּגעגעבן וואגאנען און רינדער צו טראָגן די מִשכן מיט דעם, דורך די לויים.

די קרבנות פון די נשיאים האט מען מקריב געווען אין די טעג פון אנהייב חודש ניסן, אנגעהויבן אין א' ניסן ביז י"ב ניסן, אין די צווייטע יאר פון יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

די סדר איז אנגעגאנגען ווי פאלגנד: צום ערשטן האבן אלע נשיאים אינאיינעם אפגעגעבן א מתנה פון זעקס וואגאנען צו טראגן דערמיט דעם משכן, און מיט זיי צוועלף רינדער מיט דעם צו ציען די וואגאנען. די וואגאנען זענען צוטיילט געווארן צווישן בני גרשון און בני מררי[1]. דערנאך האבן די נשיאים מקריב געווען קרבנות און געגעבן מתנות פאר די משכן דורכאויס צוועלף טעג נאכאנאנד, אויך שבתהוראת שעה), יעדער נשיא א באזונדערן טאג. די קרבנות פון די נשיאים און זייערע מתנות זענען געווען אייניג:

"קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלֹשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה. כַּף אַחַת עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת. פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשׂ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה. שְׂעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת. וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה"

די צייט דערפון

די אנגענומענע מיינונג אין חז"ל איז, אז די קרבנות פון די נשיאים זענען געבראכט געווארן אויף ראש חודש ניסן, אנגעהויבן פונעם אכטן טאג פון שבעת ימי המילואים, דורכאויס צוועלף טעג. דער מיינונג האט א אפקלאנג הלכה'דיג היינט צוטאגס אויך, אין פארעם פון אן איסור צו מספיד זיין אדער פאסטן דורכאויס דעם גאנצן חודש ניסן[2], אין דערצו זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען דוראויס דעם גאנצן חודש.

אָבער דער מיינונג איז שווער, ווייל דער באַשרייבונג פון יום השמיני פון חנוכת המשכן איז אין פרשת שמיני אין חומש ויקרא, אין צייט וואס די קרבנות פון די נשיאים ווערן באַשריבן אין פרשת נשא אין חומש מדבר, אין פרשת שמיני ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די קרבנות פון די נשיאים, און אין פרשת נשא ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די טייל פון משה רבינו און אהרן מיט זיינע קינדער אין די חנוכת המשכן. אויך אין אנהייב חומש במדבר ווערט אנגעצייכנט דער דאטום, ראש חודש אייר אין צווייטן יאר פון יציאת מצרים, בשעת לויט די אויבנדערמאנטע מיינונג זענען די פסוקים נישט כראנאלאגיש אויסגעשטעלט.

צוליב די שוועריגקייטן טייטשט אויס די אברבנאל אז די קרבנות פון די נשיאים האט מען נישט מקריב געווען אין חודש ניסן, נאר אין חודש אייר. דער געשעעניש וואָס איז דערמאנט אין פרשת שמיני איז דער אָנהייב פון די אַרבעט פון די כהנים אין דעם משכן. ווייל די געשעעניש אין פרשת נשא איז נאך א פייערונג פון חנוכת המשכן דורך די פארשטייערס פון די אידן. אזוי איז פארשטענדליך פארוואס די תורה דערמאנט זיי אלס צוויי פארשידענע געשעענישן, און ערקלערט אויך די כראנאלאגישע שוועריגקייטן.

די סדר

  1. נחשון בן עמינדבשבט יהודהא' ניסן
  2. נתנאל בן צוערשבט יששכרב' ניסן
  3. אליאב בן חלוןשבט זבולוןג' ניסן
  4. אליצור בן שדיאורשבט ראובןד' ניסן
  5. שלומיאל בן צורישדישבט שמעוןה' ניסן
  6. אליסף בן דעואלשבט גדו' ניסן
  7. אלישמע בן עמיהודשבט אפריםז' ניסן
  8. גמליאל בן פדהצורשבט מנשהח' ניסן
  9. אבידן בן גדעונישבט בנימיןט' ניסן
  10. אחיעזר בן עמישדישבט דןי' ניסן
  11. פגעיאל בן עכרןשבט אשרי"א ניסן
  12. אחירע בן עינןשבט נפתליי"ב ניסן

שבט לוי האט נישט א טייל גענומען אין די חנוכת המשכן. די מדרש דערציילט אז אהרן הכהן, האט מקנא געווען אין די נשיאים און פארדעם האט דר באשעפער אים געגעבן די מצוה פון הדלקת המנורה, וואס שטייט אין תורה גלייך נאך די קרבנות הנשיאים, און פארדעם שטייט דאס צוזאם אין תורה.

ליינען די קרבנות הנשיאים

די קרבנות הנשיאים ווערן געברענגט אין ז פון חומש במדבר, אין פרשת נשא.

די קרבנות הנשיאים ווערן געליינט ביי קריאת התורה אין חנוכה, יעדן טאג ליינט מען א קרבן פון איין נשיא, אויסער די ערשטע טאג חנוכה, וואס דען ליינט מען פון "ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן"[3], אזוי אויך די לעצטע טאג, וואס דען ליינט מען די קרבנות פון די פינף לעצטע נשיאים און דערנאך די פרשה פון מעשה המנורה (אנפאנג פון פרשת בהעלותך).

עס זענען פארהאן אזעלכע וואס פירן זיך צו ליינען די קרבנות הנשיאים פון א' ניסן ביז י"ב ניסן נאך תפילת שחרית, יעדן טאג די פרשה פון דעם נשיא וואס האט מקריב געווען זיין קרבן יענעם טאג, און דערנאך זאגט מען א "יהי רצון" אין וועלכן דער נאמען פונעם שבט און דער נאמען פון דעם נשיא פון יענעם טאג ווערן פארצייכנט. א' ניסן הייבט מען אן אזוי ווי די קריאת התורה פון ערשטן טאג חנוכה, און טייל האבן דעם מנהג אנצוהייבן מיט סוף פרשת פקודי ווי סרעדט איבער די הקמת המשכן, און אין י”ב ניסן ענדיגט מען צו אויך דעם שטיקל פון “זאת חנוכת המזבח” און ווייטער, און מען זאָגט נישט קיין יהי רצון דערנאך.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. וואס זייער פליכט איז געווען צו טראגן די באַזע פון די משכן (צום ביישפיל, קרשים אדנים אד"ג) גייענדיג אין מדבר. בני קהת וואס האבן געטראגן די כלי המשכן האבן דאס געטראגן אויף זייער פלייצעס, און האבן זיך נישט גענויטיגט אין וואגאנען.
  2. ווייל רוב פון זיי זענען ימים טובים, א'-י"ב לחודש צוליב די קרבנות פון די נשיאים, י"ד-כ"א צוליב די פסח טעג.
  3. אנדערע פירן זיך צו ליינען פון די פרשה פון ברכת כהנים.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער