פרשת תרומה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע
פאראמעטער [ הפטרה1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| |||||
פסוקים |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות כה, א - פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".כז, יט | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 96 | ||||
צאל ווערטער | 1145 | ||||
אינהאלט | דער באשעפער באפעלט אויפבויען דעם משכן, אנווייזונגען וויאזוי צו פאבריצירן די כלי המשכן | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
|
פרשת תְּרוּמָה איז די זיבעטע פרשה אין ספר שמות. די פרשה גייט פון כה, א, ביז כז, יט, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די קאפיטלען.
די פרשה ענטהאלט די פונקטליכע אנווייזונגען וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר משה רבינו איבער דער בוי-ארבעט פונעם משכן און זיינע כלים, און הייבט זיך אן מיטן באפעל צו נעמען פון כלל ישראל א "תרומה" (אין אידיש: אן אפשיידונג) פאר דעם צוועק.
פרשת תרומה ווערט געליינט צווישן די דאטומען א' אדר און ח' אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א').
פרשה אינהאלט
די פרשה באציט זיך צו איין טעמע: דער באפעל פונעם באשעפער פאר משה רבינו אז מ'זאל בויען דעם משכן און זיינע כלים. אין אנהייב הייסט אים דער באשעפער אנצוזאגן די אידן זיי זאלן ביישטייערן א "תרומה" פארן אייבערשטן, אנווייזנדיג דערביי די גענויע מאטעריאלן וואס זיי זאלן אפשיידן: גאלד, זילבער, קופער, שטאפן פון עטליכע סארטן און פארבן, געוויסע סארטן לעדער, טענענהאלץ, דיאמאנט שטיינער, אויל און פארשידענע בשמים. דערנאך פארברייטערט דער פסוק איבער יעדער פון די כלי המשכן באזונדער, פונקטליך וואס און וויאזוי מ'זאל עס בויען, אויפן פאלגנדן סדר:
- ארון הברית
- כפורת
- כרובים
- שולחן און לחם הפנים
- מנורה
- יריעות המשכן
- קרשי המשכן
- האדנים
- פרוכת
- מזבח הנחושת
- "קלעים" פארן חצר המשכן.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך זענען פארהאן דריי מצוות אין דער פרשה:
די מצוות | מקור | די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן | די וואס זענען באפוילן |
---|---|---|---|
מצוה צו בויען א בית המקדש. | וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם.[1] | ניין | אלע אידן |
איסור ארויסצונעמען די שטאנגען פון די רינגען פונעם ארון. | בְּטַבְּעֹת הָאָרֹן יִהְיוּ הַבַּדִּים לֹא יָסֻרוּ מִמֶּנּוּ.[2] | ניין | |
עס זאל אלץ זיין אויפן שולחן לחם הפנים און לבונה. | וְנָתַתָּ עַל הַשֻּׁלְחָן לֶחֶם פָּנִים לְפָנַי תָּמִיד.[3] | ניין | כהנים-מענער |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען, ווי פאלגנד:
מפטיר און הפטורה
- רוב יארן ליינט מען די הפטורה פון ספר מלכים, וואס רעדט איבערן בית המקדש וואס שלמה המלך האט געבויט: פון מלכים א' ה, כו, ביז ו, יג; אויסער לויט נוסח ראמעניע וואס מען ליינט פון ישעיהו ס, יז, ביז סב, ג.
- אין א השא יאר ווערט פרשת תרומה געליינט ראש חודש אדר , ווען מ'ליינט אויך פרשת שקלים, זאגט מען דאן די הפטורה פון שבת שקלים.
- אין א זחא יאר ווערט פרשת תרומה געליינט אינעם שבת פאר פורים, ווען מ'ליינט פרשת זכור, זאגט מען דאן די הפטורה פון שבת זכור.
- אין אן עיבור-יאר וואס איז א השג יאר, ווערט פרשת תרומה געליינט ראש חודש אדר א', זאגט מען דאן די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי", ד.ה.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ישעיה סו, א–כד; אזוי אויך לויט נוסח ראמעניע ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אין יחזקאל מו, א–יח.
וועבלינקען
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ בר-אילן, אידיש, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט:
- פרשת תרומה, אויף שיתופתא
- פרשת תרומה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת תרומה - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת תרומה, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תרומה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת תרומה אויף קול הלשון
- פרשת תרומה, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת תרומה, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת תרומה, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת תרומה, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת תרומה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת תרומה אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער