רוי:דייטשלאנד
דייטשלאַנד | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: (דייטש: Das Lied der Deutschen) | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | דייטשיש | ||||
הויפּטשטאָט | בערלין | ||||
רעגירונג | דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
פראַנק־וואַלטער שטיינמייער אָלף שאָלץ | ||||
גרינדונג דאַטום |
1955 מערב | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
357,021 קוואַדראַט ק"מ 63טע 2.416% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
82,400,996 14טע 230.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | טריליאן $2.89 (5ט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צייט זאָנע | UTC +1 | ||||
אינטערנעט דאָמען | de. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 49+ | ||||
מזרח פאראייניגט 1990 |
דייטשלאַנד (העברעאיש; גרמניה דייטש: Deutschland דויטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטאַטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין 1871. פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. עס האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 קוואדראט קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט. באָן, וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד, האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען, אבער היינט זענען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין. די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע.
דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין (אי-יו) נאך דעם פאראייניגטן קעניגרייך. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע. נאָך די פאַרייניקטע שטאַטן, איז דייטשלאַנד די צווייט מערסט פאָלק־אימיגראציע ציל אין דער וועלט.[1]
דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע (אן גרעניצן) און האט אדאפטירט די איירא (די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע) אום 1999.
היסטאריע
דורכאויס די היסטאריע האבן זיך פארשידענע גרופעס פאראייניגט אין די מוניציפאליטיס וועלכע זענען היינט דייטשלאנד. מיט די יארן האבן זיי געגרינדעט אן ארמיי און אנגעהויבן אויפשטעלן א לאנד. רוב טיילן פון דייטשלאנד האבן דעמאלט באלאנגט צו פראנקרייך וועלכע האט געשטיצט דעם פלאן און די שטעט האבן זיך פאראייניגט צו איין גרויסער פאראיין וועלכע איז געפירט געווארן אונטער פרייסן.
דאס מאדערנע דייטשלאנד עקזיסטירט נישט לאנג. פון 843-1806 איז די טעריטאריע געווען די הייליגע רוימישע אימפעריע. אום דעם 11טן יארהונדערט האט די אימפעריע איינגענומען צפון איטאליע און בורגונדי.
אנפאנגענדיג פון דעם 15טן יארהונדערט זענען כמעט אלע קייסערס פון דער אימפעריע געווען פון דער האפסבורג דינאסטיע פון עסטרייך.
אין 1814 האט דער קאנגרעס פון ווין אויפגעשטעלט דעם דייטשער בונד, א קאנפעדעראציע פון 39 שטאטן.
אין 1871 זענען די שטעט אונטער די פאראיין געווארן זעלבסטשטענדיג מיט דעם גרינדונג פון דער דייטשער אימפעריע; דער פרעמיער מיניסטער איז געווען ביזמארק. אין דער אנפאנג 1900ער יארן איז דייטשלאנדס עקענאמיע שטארק געוואקסן און אירע פירער האבן געוואלט מער דאמינאץ אין אייראפע, פירנדיג דאס לאנד צו דעם ערשטן וועלט קריג. דייטשלאנד איז שטארק באזיגט געווארן אין 1918 וועלכע האט איבערגעלאזט א פאליטישע און עקענאמישע כאאס אין לאנד. נאכן ערשטן וועלט קריג האט מען אויפגעשטעלט די דעמאקראטישע וויימאר רעפובליק. אן אולטראנאציאנאליזם רעאקציע האט געגעבן קראפט פאר די נארוואס אויפגעקומענע נאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי (נאציזם) וועלכע האט געוואוּנען די מאכט אין 1932 מיט דעם ארכי מערדער אדאלף היטלער אלס קאנצלער. אין 1933 האט אדאלף היטלער ימ"ש איבערגעקערט די וויימאר רעפובליק. ער האט זיך געמאכט פרעזידענט פון דער דריטע אימפעריע, נאכן שטארבן פון פאן הינדענבורג. היטלער האט אויפגעבויט א מעכטיקע ארמיי, טראץ די סאנקציעס וואס האט געהאנגען אויף דייטשלאנד, און אריינגעפירט דער וועלט אין דעם צווייטן וועלט קריג, 6 יאר שפעטער פון ווען ער איז געקומען צום מאכט, אין 1939 ווען די דייטשער ארמיי האט זיך אריינגעריסן אין פוילן.
אין 1945 האבן די אליאירטע כוחות פון בריטאניע, פראנקרייך, די פאראייניגטע שטאטן, און די יו-עס-עס-אר באזיגט דייטשלאנד און צעטיילט דאס לאנד צו 4 זאנעס פון אקופאציע. ווען די קריג צייטן אליאנץ פון די מערב לענדער און דער סאוועטן פארבאנד האט זיך אפגעהאקט אין די 1940ערס איז די סאוועט זאנע פון מזרח דייטשלאנד געווארן קאמוניסטיש און באקאנט געווארן ווי דער דייטשער דעמאקראטישער רעפובליק (דזשי-די-אר). די אנדערע דריי מערב אקופירטע זאנעס האבן אין קאנטראסט זיך פאראייניגט ווי די פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד (עף-אר-דזשי). די צוויי זייטן זענען שפעטער באקאנט געווארן ווי מזרח און מערב דייטשלאנד. די הויפט שטאט בערלין איז אויך צעטיילט געווארן צווישן די מערב און מזרח קראפטן, כאטש וואס זי געפינט זיך טיף אין מזרח דייטשלאנד.
אין 1958 איז מערב דייטשלאנד געווארן א גרינדער מיטגליד פון דעם אייראפעישן פארבאנד.
בערלינער מויער
די איינוואוינערס פון מזרח דייטשלאנד זענען געווען אומצופרידן פון די קאמוניסטישע אקופאציע און האבן אין ריזיגע גרופעס אנטלאפן צו דער מערב זייט. זעענדיק אז זי בלייבט באלד אָן א פאלק, האט מזרח דייטשלאנד אויפגעבויט די היסטארישע בערלינער וואנט אין 1961, אפצוטיילן און איינשטעלן גרעניץ קאנטראל צווישן די צוויי זאנעס אז מער מזרח איינוואוינער זאלן נישט קענען אנטלויפן צו די דעמאקראטישע מערב טייל. אין 1989 ווען די קאמוניסטישע ראלע אין אייראפע איז צוזאמענגעפאלן האט מען אראפגעברענגט די בערלין וואנט און מען האט אנגעהויבן צוריק פאראייניגן די צוויי זאנעס. אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד אפיציעל צוריק פאראייניגט געווארן מיט מערב דייטשלאנד אונטער די פירערשאפט פון דער מערב זייט ווי די פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד. טראץ איר צופרידנהייט פון די פאראייניגונג האט אבער דאס לאנד געליטן פון סאציאלע און עקענאמישע פראבלעמען ווען זי האט פרובירט איינצוזאפן מיליאנען נייע סיטיזענס, אויסמישנדיג צוויי אנדערע קולטורס און אינסטיטוציעס.
לעצטע געשעענישן
נאכפאלגנדיג די סעפטעמבער דעם עלפטן אטאקעס אויף אמעריקע האט קאנצלער שראדער געשטיצט א ביל וועלכע האט געזאלט שיקן 4,000 דייטשע טרופן צו העלפן אין אמעריקעס קאמף קעגן טעראריזם. צו קענען געווינען זיין ביל אויך אין דער גרינע פארטיי, האט שראדער געפרואווט זיין ביל אין א "שטימע פון קאנפידענץ" וואו עס איז גרינג דורכגעגאנגען. מיט'ן איינשטעלן די 4,000 טרופן אין אפגאניסטאן איז עס געווארן די ערשטע דייטשע אפעראציע אויסער אייראפע זינט דער צווייטער וועלט קריג.
דייטשלאנד'ס וואקלדיגע עקאנאמיע איז אריין אין רעסעסיע אין אנפאנג 02' אלס רעזולטאט פון אן אלטוועלטליכע עקאנאמישע אפשוואכונג. דער מצב איז געווארן זייער שווער ספעציעל ווען די אי-יו האט געשיקט א ווארענונג צו דייטשלאנד אז איר בודזשעט דעפיציט האלט אט ביים איבערגיין 3 פראצענט וועלכע איז פארבאטן לויטן מאסטריכט אפמאך פאר אדאפטירן די איירא וואלוטע. שראדער איז ווידער ערוועלט געווארן אין די וואלן פון 02' טראץ די אנגייענדיגע עקאנאמישע אפשוואכונג און הויכע ארבעטסלאזיקייט. שראדערס שליסל צו זיין געווינס איז געקומען נאכדעם וואס די וועלט האט אנגעהויבן דיסקוסירן אמעריקע'ס פלענער צו אטאקירן איראק. שראדער'ס עקסטרעמע שטעלונג האט אים געברענגט זייער אסאך שטיצע אינערהאלב דייטשלאנד און אויך איבער די וועלט. זיין הארבע שטעלע האט אים טאקע געגעבן נאך א טערמין און אסאך שטיצע פון אלע זייטן אבער אויך די קריטיקיזם איז געווען גרויס פון די פאראייניגטע שטאטן און עטליכע נאטא מיטגלידע לענדער. שראדער'ס פאראייניגונג מיט די גרינע פארטיי האט זיך דאן ארויסגעשטעלט צו זיין סוקסעפול ווען די פארטיי האט באקומען 8.6 פראצענט פון די שטימען און א דאנק דעם האט ער באקומען א 11 זיצן מאיאריטעט אין די בונדסטאג.
אום מאי 2005 האט אנגעלא מערקל פון דעם קריסטלעכן דעמאקראטישן פאריין געוואונען די גרעסטע פראצענט אין די אלגעמיינע וואלן און נאך א קאאליציע מיט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי איז זי אנאנסירט געווארן אלס קאנצלער פון דייטשלאנד, ווערנדיג די ערשטע קאנצלערין אין דייטשלאנד'ס היסטאריע.
געאגראפיע
לאנד און אוצרות
דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע נאך אייראפעאישן רוסלאנד (די טייל פון רוסלאנד נאך די ארעל בערג), פראנקרייך און שפאניע. אויף איר צפון זייט האט זי דער צפון ים, דענמארק און דער באלטישער ים. אויף מזרח גרעניצט זי זיך מיט פוילן און טשעכיי. אויף מערב מיט פראנקרייך, לוקסעמבורג, בעלגיע, און די נידערלאנדן (האלאנד). אויף דרום מיט עסטרייך און שווייץ. דייטשלאנד מעסט זיך 500 מייל (800 קילאמעטער) פון דרום צו צפון און 400 מייל (600 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב.
דייטשלאנד איז איינגעטיילט צו דריי הויפט נאטורליכע ראיאנען: א נידריג לאנד זאנע אין צפון, העכער לאנד זאנע אין צענטער, און א בערגיקע זאנע אין דרום. רוב פון דייטשלאנדס טעריטאריע איז הויך און איר נידעריגסטע ארט איז די זעלבע הייך ווי דעם ים שטאפל. די נידריגע טיילן זענען טאקע ביי רוב ים ברעגעס ארום דאס לאנד. טראץ וואס דאס לאנד איז הויך פארמאגט זי אבער נישט קיין עכט הויכע ערטער. איר העכסטע ארט איז זאגספייץ וועלכע איז נישט מער ווי 9,718 פיס (2,962 מעטער) הויך.
דייטשלאנד האט צוויי גרויסע וועלדער: דער שווארצער וואלד אין דרום-מערב און דער בייערישער וואלד ביים גרעניץ מיט טשעכיי.
דייטשלאנד פארמאגט אסאך טייכן און קאנאלן וועלכע האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין זיין אנטוויקלונג. דער באקאנסטער טייך איז דער ריין וועלכע ציט זיך פון דער שווייץ ביז טיף אין מערב און פון האלאנד ביז אריין אין דעם צפון ים. דער ריין טייך צוזאמען מיט זיינע בייטייכן, די מיין, מאזעל, נעקאר און רוהר טייכן איז איינער פון די הויפט וואסער וועגן פאר אייראפע און ווערן גענוצט פאר אלע פראכט טראנספארט אין צענטראל אייראפע. די אנדערע צוויי גרויסע טייכן אין דייטשלאנד זענען דער דוניי און די עלבע.
דייטשלאנד איז אמאל געווען א פארשטופט ארט צווישן געדיכטע וועלדער. מיט די יארן איז עס אויסגעקלארט געווארן פאר אינדוסטריאלע געברויכן. רוב פון די וועלדער וואס איז נאך פאראן אין לאנד זענען הילצערנע ביימער וועלכע וואלטן געקענט ארויסגעבן גוטע קוואליטעט פון האלץ אבער די רעגירונג גיט זייער אכטונג אויף דעם און ערלויבט נישט צו שניידן גארנישט. דאס זעלבע איז מיט חיות און בהמות וועלכע איז אויך פאראן ווייניק. א ערלויבעניש (licence) צו קענען פאנגען איז עקסטרעם טייער און ווייניק מענטשן ערלויבן זיך דאס. אפילו די וואס האבן אַן ערלויבעניש זענען זיי זייער באגרעניצט און מעגן נאר פאנגען הערשן און ענליכע חיות פון וועלכע עס איז פאראן גענוג.
א שטארקע סיבה צו דייטשלאנדס הצלחה אין איר אינדוסטריעלע עקענאמיע איז ווייל דאס לאנד איז פיל מיט קוילן און אייזן און זיי געפינען זיך איינע נעבן די אנדערע אין רוב פעלער. דאס איז א געבענטשטע זאך פאר א לאנד ווייל די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, קוילן פאר ענערגיע צו אויסגראבן און בעארבעטען די אייזן. מיט הונדערט יאר צוריק ווען טראנספארטאציע איז נאך נישט געווען אזוי שנעל האט דאס אויך אסאך אויסגעמאכט ווייל טראנספארטאציע האלט אפ די פארשריט פון פראדוקציע. דייטשלאנדס עקענאמיע האט זיך אויפגעבויט אינעם 19טן יארהונדערט מיט די פראדוקציע פון אייזן און מיט די יארן מיט אלע ערליי מאשינערי וואס ווערן געמאכט פון אייזן.
קלימאט און סביבה'דיקע פראגעס
דייטשלאנד האט א נארמאלער קלימאט מיט קאלטע ווינטערס און ווארימע זומערס. די געגנטן ארום דעם ריין טייך איז ווארימער צוליב די ווארימע שטראם וואס וועפט אויס פון טייך. אין דרום וואו עס איז מער בערגיק איז פיל קעלטער, ספעציעל אויף די אלפן בערג וואו עס איז פאראן שניי רוב טייל פונעם יאר.
דייטשלאנד איז אראפגעשטעלט צווישן אנדערע אינדוסטריאלע לענדער וועלכע'ס פארפעסטיקונג קומט אריין קיין דייטשלאנד דורך די ווינט און רעגן און דורך די וואסערן. אויך יעדער זומער קומט אריין א שטארקע פאלוציע דורך די מיליאנען אויטאמאבילן וועלכע פארן אדורך צו אלע ארומיקע לענדער וויבאלד דייטשלאנד איז אין צענטער פון אייראפע. אפילו אָן די אלע זאכן איז זי זייער אן אנגעשטעקטע לאנד צוליב איר מאסיווע אינדוסטריאלע פראדוקציע און גרויסע צאל אויטאמאבילן. אחוץ די אלע זאכן האט דייטשלאנד א שווערע פראבלעם וואס צו טאן מיט אירע מיסט ווייל איר טעריטאריע און וואסערן זענען באגרעניצט און זענען צו ווייניק פאר די אפפאל פון אזא ריזיקע פראדוקציע. די דייטשע רעגירונג פלאגט זיך שטארק מיט דעם פראבלעם אבער מיט דער צייט וועט עס נאר ערגער און ערגער ווייל די אלע אפפאל פארפעסטעט די לופט נאך מער. דייטשלאנד האט אויך אסאך געליטן פון די טשערנאבל אויפרייס אין דעם סאוועטן פארבאנד (Soviet Union) ווען נוקלעארע שטראלן האבן דעגרייכט אירע האפענס.
אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט קריג איז די פארפעסטיקונג פיל ערגער געווארן אין מזרח דייטשלאנד ווייל די ארטיקע קאמוניסטישע פירערשאפט האט גאנץ ווייניק אינטערעסירט די סביבה און די וואוילזיין פון אירע איינוואוינער. מען האט אין יענע יארן אנגעהויבן מאכן כעמיקאלן וועלכע פארלאנגן ספעצילע רעגולאציעס עס זאל נישט ארויסלאזן צופיל שעדליכע אפפאל. ווי געזאגט האט די קאמוניסטישע פירערשאפט דאס נישט אינטערעסירט און עס האט מיט די יארן געברענגט אן ערנסטע געזונטהייט פראבלעם ווען טייל מענטשן האבן אנגעהויבן צו ליידן פון קראנקייטן פון דער אטעם-סיסטעם (respiratory system). די מערב דייטשלאנד רעגירונג האט פארפירט און געבעטן די מזרח רעגירונג צו טאן עפעס דערוועגן אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן. נאך די סאוועט צוזאמענפאל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד זענען צוריק פאראייניגט געווארן האט די רעגירונג אויסגעגעבן א וועלט מיט געלט צו רייניקן די לופט אין די מזרח שטעט.
דייטשלאנד האט די אלע יארן זינט איר גרינדונג געהאט די ענווייראמענט אלס איינע פון אירע ערשטע פריאריטיס. במשך די יארן האט זי דעוועלאפט פארשידענע מאסנאמען צו קאנטראלירן די ענווייראמענט, אנגעהויבן פון די פראדוקציע פון עסן ביז די פראדוקציע פון אויטאס. די איינוואוינער פון דייטשלאנד זענען שטענדיג געווען באזארגט איבער די ענווייראמענטאלע מצב אין לאנד און האבן דאס שטענדיג געמאכט אלס א פאליטישע אישו צו וועלכע די פאליטישאנ'ס האבן געמוזט צוזאגן צו טאן עפעס. אין די 1970ער יארן האט זיך געגרינדעט די גרינע פארטיי וועמענ'ס איינציגסטע ציל און הויפט אישו איז געווען די ענווייראמענט. די אנדערע צוויי פאליטישע פארטייען האבן שטענדיג געמוזט פארשפרעכן נייע מאסנאמען, אויס מורא פאר די גרינע פארטיי וועלכע האט געהאט אסאך שטיצע אין לאנד.
צוליב איר זארג פאר דער סביבה האט זיך במשך די לעצטע 50 יאר אנטוויקלט א שטארקע אזויגערופענע "עקא אינדוסטריע" וועלכע האט זיך אפגעגעבן צו פראדוצירן און אויסטרעפן פארשידענע דיווייסעס וועלכע רייניגן און פארמינערן די אנגעשטעקטקייט אין די לופט. די אינדוסטרי האט געברענגט אסאך נייע דזשאבס און האט אויפגעטאן זייער אסאך. די דייטשע רעגירונג האט זיך שטענדיג פארבינדן אין אלע אינטערנאציאנאלע ענווייראמענטאלע אגרימענטס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך די מאדערניזירטע וועלט.
לענדער
דייטשלאנד באשטייט זעכצן לענדער (Länder, Bundesländer).
|
דעמאגראפיע
מענטשן
אזויווי אין אלע מאדרניזירטע לענדער איז דייטשלאנד'ס באפעלקערונג געווארן עלטער אין די 1990ער יארן. דאס איז א רעזולטאט פון נידעריגערע געבורטס ראטעס און דאס איינשרינקן פון די פאמיליעס. אין די 1920ער יארן פלעגן זיין ריזיגע פאמיליעס פון 5 ביז 10 קינדער אבער היינט שטייט עס ביי 3.5 מענטשן פער פאמיליע דורכשניטלעך. אין צוגאב פארמערט זיך שטארק די איין עלטערן פאמיליעס און איין פערזאן הויזגעזונד.
א גרויסע צאל פון די דייטשע באפעלקערונג וואוינט אין אורבאן שטעט. א צענזוס פון 1994 האט געוויזן אז 39 דייטשע שטעט האבן געהאט איבער 200,000 מענטשן און 12 פון אירע מעטראפאלעסיס האבן געהאט מער ווי 500,000 איינוואוינער. דריי פון דייטשלאנדס פעדעראלע שטעט זענען שטאָט-שטאַטן: בערלין, ברעמען, און האמבורג. בערלין איז די הויפט שטאט און די גרעסטע שטאָט. דייטשלאנדס באפעלקערונג געדיכטקייט איז דאס מערסטע אין צפון-מערב וואו עס געפינען זיך די אלטע שטעט מיט שווערע אינדוסטריאלע פראדוקציע. די ווייניקסטע געדיכטע ערטער איז אין מזרח וואו עס איז פאראן ווייניקער ביזנעס און איז בכלל געווארן אויסגעליידיגט במשך די יארן ווען די קאמוניסטן האבן איר געהאט אין קאנטראל.
עטנישע גרופעס און אימיגראציע
דייטשלאנד האט ווייניג פרעמדע אין לאנד. די ביסל עטנישע גרופעס וואס זי האט זענען די ווענד'ס און דאנ'ס וועלכע מאכן אויס גאר קליינע פראצענטן אין לאנד. אויסער די עטנישע גרופעס זענען פאראן א שיינע צאל אויסערן איינוואוינער וועלכע מאכן אויס 9 פראצענט פון די באפעלקערונג. די גרעסטע אזא גרופע איז די טערקישע אבער עס איז אויך פאראן דארט א צאל מזרח אייראפעאישע פליטים און אויך אימיגראנטן פון לענדער אין די אייראפעאישע פאראיין, ווי איטאליע, שפאניע, און גריכישע. אלס א רעזולטאט פון באזיגט ווערן אין ביידע וועלט מלחמות, האט דייטשלאנד פארלוירן אסאך גרויסע לאנד טעריטאריעס. נאך די צווייטע וועלט קריג זענען מיליאנען עטנישע אנטלאפן פון דייטשלאנד צוליב די חורבן וואס האט דארט געהערשט. פון אייראפע בכלל זענען אסאך עטנישע אנטלאפן צוליב די קריג אבער פון דיישטלאנד איז די צאל געווען דאס מערסטע מיט איבער 9 מיליאן מענטשן וואס האבן פשוט איבערגעלאזט דייטשלאנד און זיך געגאנגען זוכן אן אנדער לאנד וואו צו וואוינען. נאך 3 מיליאן זענען אנטלאפן פון אונגארן, יוגאסלאוויע, רומעניע, און נאך קלענערע לענדער. א גרויסע טייל פון די אנטלאפענע זענען ערשט אנטלאפן פון מזרח דייטשלאנד אבער זענען שפעטער צוריקגעקומען צו די מערב טייל פון לאנד וואו עס האט געהערשט א דעמאקראטישע רעגירונג.
א שטארקע אימיגראציע באוועגונג איז פארגעקומען אין די די 1950ער ווען מערב דייטשלאנד'ס עקענאמיע האט געבליעט מיט א שנעלן טעמפא און עס איז פשוט געווען א מאנגל פון מענטשן אין די ארבעט'ס קראפט. די דייטשע רעגירונג האט דעמאלט איינגעלאדענט א גרויסע צאל ארבייטער פון אירע ארומיגע שכינים צו קומען ארבעטן אין דייטשלאנד פאר א געוויסע צייט ביז ווילאנג די באפעלקערונג און לעיבאר וועט זיך אויסגלייכן (מען מוז דא באמערקן אז דייטשלאנד האט פארלוירן אין די צווייטע וועלט קריג איבער צוויי מיליאן מענטשן וואס פון דעם איז די גרעסטע טייל געווען מענער אין די בעסטע ארבעט'ס יארן וועלכע האבן געדינט אין די מיליטער). אין די אנפאנג 970' יארן איז די עקענאמיע אפגעשוואכט געווארן און די רעגירונג האט געזוכט פטור צו ווערן פון די טויזנטער פרעמדע ארבייטער און אויסגערופן אז זייער טערמין האט זיך געענדיגט און זיי מוזן פארלאזן דאס לאנד און זיך צוריקקערן צו זייערע לענדער. עס האט ווייניג געהאלפן ווייל א גרויסע טייל פון די ארבעטער האבן במשך די יארן אריבערגעברענגט זייערע פאמיליעס צו געניסן פון דייטשלאנד'ס וואוינונג סטאנדארטן און אירע וועלפעיר בענעפיטן.
דורכאויס די 80ער און 90ער יארן זענען אסאך אימיגראנטן אנגעקומען קיין דייטשלאנד פון די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער. מענטשן פון קאזאקהסטאן, אוקריינע, רוסלאנד, און רומעניע האבן געמאכט פליטה פון זייערע קאמוניסטישע רעגירונגן און זיך באזעצט אין דייטשלאנד וואו זיי האבן באקומען באלדיגע סיטיזענשיפ, לויט'ן דייטשן געזעץ, אפילו אויב זיי האבן נישט געקענט די דייטשע שפראך. אויך פון אנדערע פלעצער איז מען טיילמאל געקומען קיין דייטשלאנד, לויטן דייטשן געזעץ אז קרבנות פון פאליטישע פארפאלגונגען מעגן אריינגענומען ווערן אין לאנד. דורכאויס די 80ער יארן זענען הונדערטער טויזנטער פאליטישע געליטענע פון סרי לאנקא, לבנון, מערב אפריקע, און נאך קלענערע לענדער אנגעקומען קיין דייטשלאנד צו געניסן אזיל רעכט.
די דייטשע איינוואוינער האט נישט צו שטארק געפאלן די אימיגראנטן און האבן געקעמפט קעגן זייערע רעכט וועלכע איז מיט זייער כוח פארמינערט געווארן כאטש זיי האבן באקומען אפיציעלע בירגערשאפט. די אזיל רעכט אימיגראנטן האבן באקומען נאך ווייניגער רעכט און אין די לעצטע 15 יאר האבן צוויי דריטל פון זיי אפגעטראגן פון דייטשלאנד.
דייטש
די פרינציפאלע און אפיציעלע שפראך פון דייטשלאנד איז דייטש, א אינדו אייראפעאישע שפראך. די דייטשע שפראך האט צוויי אפיציעלע ווערסיעס, א הויכע שפראך און א ביליגערע. די ביליגערע שפראך ווערט גערעדט צווישן די מענטשן אויף די גאסן און די העכערע שפראך ווערט גענוצט דורך פראפעסיאנאלע מענטשן ביי רעדעס אדער אין געשריבענע דאקומענטן.
די איינוואוינערס פון אויסערן לענדער רעדן אויך זייערע אייגענע שפראכן. די מערסטע געהערט פרעמדע שפראכן אין דייטשלאנד זענען: טערקיש, גריכיש, איטאליעניש, שפאניש, און סערבא-קראאטיש. אלנפאלס, לערנען אלע שטאטישע שולעס נאר די אפיציעלע דייטשע שפראך.
רעליגיעזע אין דייטשלאנד
רעליגיע האט קיינמאל נישט פארנומען קיין גרויסע שטעלע און דייטשלאנד'ס געזעלשאפט. רוב דייטשע איינוואוינער זענען קאטויליקן אדער פראטעסטאנטן אבער גייען צו זייערע קירכעס נאך ווייניגער ווי די אמעריקאנער גלויביגע. רעליגיע איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל אין דייטשלאנד און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט דערויף. אמאל פלעגן די דייטשן אפיציעל זיין ראמענישע קאטויליקן אבער אין די לעצטע 100 יאר זענען זייער אסאך פון זיי געווארן פראטעסטאנטן. די צוויי רעליגיעס זענען ממש האלב אויף האלב. 35 פראצענט פון די באפעלקערונג איז קאטויליש, רוב דערפון פון דרום דייטשלאנד, און 37 פראצענט, רוב פון צפון דייטשלאנד, זענען פראטעסטאנטן. 4 פראצענט פון די דייטשע באפעלקערונג זענען מוסולמענער.
ערציאונג
די דייטשע רעגירונג גיט פרייע ערציאונג פון 6 יאר ביז 14 יאר אלט. בעפאר און נאך די יארן מוזן די עלטערן אליינס באצאלן די קאסטן פון פריוואטע סקולס. בעפאר די פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד האט די מערב דייטשע רעגירונג יא געגעבן לימיטירטע פרייע סקול פאר קינדערגארטן אבער נאך די פאראייניגונג האט זיך די פראגראם אנגעשטויסן אין פראבלעמען און זינט דעמאלט איז עס נאך אלץ נישט א טייל פון די רעגירונג'ס פרייע פאבליק שולע סיסטעם.
די פאבליק סקול סיסטעם איז דארט איינגעטיילט אויף באזונדערע סיסטעמען צו יעדע שטאטישע רעגירונג. רוב פון די רעגירונגן גייען אויפ'ן זעלבן סיסטעם וועלכע פארמאגן א יונגערע און עלטערע הויך שולע וואו די סטודענטן מוזן באקומען אן אויסצייכענונג דעגרי צו קענען גיין אין קאלעדזש. לויט די סטאטיסטיקס גראדואירן נאר 10 פראצענט דייטשע סטודענטן. די דייטשע ערציאונג ווערט באצייכנט אלס א געלונגענע און אסאך אויסערן סטודענטן קומען אהין לערנען אויף קורצע טערמינען. א געווענליכע דייטשער סטודענט באקומט גוטע לעקציעס פאר וואורק-שאפ ארבעט אין די יונגע יארן. שפעטער קענען זיי זיך וועלן וועלכע פראגראמען זיי ווילן נעמען. זינט די 960' יארן האבן זיך די שולעס איבערגעפילט דריי מאל אזויפיל און די רעגירונג מוז שטענדיג צובויען פרישע שולעס. דייטשלאנד האט א צאל אור אלטע קאלעדזש געביידעס אין היידעלבערג, פרייבורג, מינכן, טובינגן, און אין מארבורג.
עקענאמיע
די עקאנאמיע פון דייטשלאנד איז די גרעסטע אין אייראפע און די פערטע גרעסטע אין דער וועלט (אין 2007). ריכטיג פאר 2007, איז דייטשלאנד דער גרעסטער עקספארטירער אין דער וועלט, צוליב דער שטארקייט פונעם איירא. די הויפט האנדל שותפים זענען פראנקרייך, די פאראייניגטע שטאטן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, איטאליע און האלאנד.
איינער פון די שווערסטע פראבלעמען איז דאס ארבעטסלאזיקייט, וואס איז געבליבן הויך און איז גורם א ירידה אין דעם נאכפרעג, און דאס שטערט דאס געוואוקס פון דער עקאנאמיע. ביזן היינטיגן טאג, פעלט אין די ראיאנען וואס האבן געהערט צו מזרח דייטשלאנד א געהעריגן עקאנאמישן אינפראסטרוקטור אויפצושטעלן קליינע און מיטלמעסיגע געשעפטן.
וויסנשאפט און טעכנאלאגיע
צווישן די בארימטע מאטעמאטיקע וואס זענען געבוירן געווארן אין דייטשלאנד זענען קארל פרידריך גאוס, דויד הילבערט, בערנהארד רימאן, גאטפריד לייבניץ, קארל ווייערשטראס, הערמאן ווייל און פעליקס קליין.
טראנספארטאציע
דייטשלאנד האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארטאציע סיסטעם, אריינגערעכנט דער וועלט באוואוסטער אויטאסטראד וועלכע ווערט דארט אנגערופן די אויטאבאַן. עס איז אינגאנצן נישט פאראן קיין גיך לימיט אויף די אויטאבאנען און מען קען דארט זען אויטאס פארן גאר שנעל. די איינציגסטע מיטל וואס פארלאנגזאמט דאס שנעל פארן איז די פילע בוי ארבעט וועלכע ווערט דארט געטאן איבערן זומער. ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט האט די דייטשע רעגירונג געמוזט אינוועסטירן גרויסע געלטער איבערצומאכן די גאסן און שאסייען וועלכע איז שוין נישט געווען גערירט פון די 1930ער יארן.
פאסאזשירן און פראכט באנען איז אויך א גרויסע טייל פון דייטשלאנד'ס טראנספארטאציע און איז געווען די שליסל צו דייטשלאנד'ס שנעל וואקסנדיגע עקענאמיע. אלע רעילראודס האבן ביז אין 993' באלאנגט און אפערירט געווארן דורך דער רעגירונג אבער היינט זענען זיי אלע פריוואטיזירט און באלאנגן צו עטליכע פירמעס. די הויפט פאסאזשירן אייזנבעאן סיסטעמען אפערירן אונטער די פירמע בונדעסבאן און זענען שנעל צוג באנען וועלכע דעקן די גרויסע שטעט ווי האמבורג און מינכן, פראנקפורט און דרעסדען, און האנאווער און ברעמען. דייטשלאנד'ס פראכט ווערט אויך טראנספארטירט אויף אירע צענדליגער קאנאלן און וואסערוועגן וועלכע דעקן זייער גוט דאס לאנד. די הויפט וואסער וועג איז די מיטללאנד קאנאל וועלכע איז באהאפטן מיט אסאך אנדערע קאנאלן. דייטשלאנד פארמאגט אויך א גרויסע פייפליין סיסטעם וועלכע טראנספערירט אויל און נאטורליכע גאז.
לופט טראנספארטאציע פאר פאסאזשירן און פראכט ווערט סערווירט דורך עטליכע ערפארטן, אריינגערעכנט די צוויי ריזיגע ערפארטן אין פראנקפורט און אין מינכן. סך הכל האט דייטשלאנד 660 ערפארטן פון וועלכע 13 זענען גרויסע. דייטשלאנד'ס פרינציפאלע לופטליניע איז דייטשע לופטהאנזא וועלכע האט אמאל באלאנגט פאר דער רעגירונג אבער איז שוין היינט אויך אין פריוואטע הענט.
קאמוניקאציע
די דייטשע באפעלקערונג זענען גרויסע ליינער און שטארק אינפארמירטע מענטשן וועלכע געבן צו לייזן פאר 398 טעגליכע צייטונגען וועלכע דרוקן 25 מיליאן קאפיס פער טאג. די הויפט צייטונגן זענען די פראנקפורטער אלגעמיין, סודויטשע צייטונג, די וועלט, און די בערלין טעגשפיגל. די הויפט וועכנטליכע צייטונגן זענען: דער שפיגל און די צייט. אלע מזרח דייטשע צייטונגן זענען אמאל געווען רעגירונג'ס צייטונגן און זענען היינט אונטער די בעלות'שאפט פון די גרויסע מידיא פירמעס וועלכע האבן זיי אפגעקויפט און איבערגעארבעט נאך די פאראייניגונג.
די טעלעפאן סיסטעם איז דארט פארגעשריטן אויפן העכסטן פארנעם און געפינט זיך אין אלע ווינקלען פון לאנד אן אויסנאם. די טעלעפאן סיסטעם אפערירט אויף סאטעליט, קאבל און מיקראכוואליע ראדיא נעצווערק. מזרח דייטשלאנד האט אין אירע קאמוניסטישע צייטן נישט געהאט קיין אויטאמאטישע טעלעפאנען אין די הייזער. נאר די רעגירונג'ס ביוראס און דער פאליציי דעפארטמענט האט געהאט פארגעשריטענע טעלעפאן סיסטעמען. אפילו נאך די פאראייניגונג איז די טעלעפאן קאמוניקאציע געבליבן שטארק צוריקגעבליבן. ערשט אין די 1990ער יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט דארט א נארמאלע סיסטעם אבער די אויסשפרייטונג פון נייע טעלעפאנען האט זיך שטאטליך צושפרייט. נאך היינט צו טאג פארמאגן נישט א גרויסער טייל פון מזרח דייטשלאנד איינוואוינער געהעריגע טעלעפאנען ווי מיר האבן. די הויפט טעלעפאן פירמע איז דויטשע טעלעקאם וועלכע פירט אן אלע נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע טעלעקאמוניקאציע געברויכן.
די פאסט סיסטעם איז דארט ווי אין אלע לענדער און ווערט אפערירט דורך דויטשע פאסט וועלכע איז די רעגירונג'ס אייגנטום און דינט אלס סערוויס מער ווי פאר די געלט ווי אין אלע מאדערניזירטע לענדער.
קולטור
דייטשלאנד ווערט צומאל גערופן "דאס לאנד פון דיכטער און דענקער". עס איז דאס געבורטסלאנד פון קאמפאזיטארן ווי בעטהאוון, באך, בראהמס און וואגנער, דיכטער ווי געטע, שילער און היינע, פילאזאפן ווי לייבניץ, קאנט, העגל, מארקס, ענגלס, ראזנצווייג, שאפנהויער, ניטשע, מענדלסאן און היידעגער, טעאלאגן ווי לוטער און שרייבער ווי עריך קאסטנר, העסע און מאן.
מוזיק
די מוזיק אין דער דייטשישע שפראך שליסט איין א ברייטן אויסוואל פון סטילן. דייטשע קלאסישע מוזיק איז פון די געוויינלעכסטע און מערסט אויסגעפירט אין דער וועלט. די דייטשע קאמפאזיטארן זענען באוואוסט צווישן די פאפולערסטע קאמפאזיטארן אין דער היסטאריע פון מוזיק, וואס זענען שטארק בארימט; צווישן זיי: יאהאן זעבאסטיאן באך, לודוויג וואן בעטהאוון, פראנץ שובערט, יאהאנעס בראהמס און ריכארד וואגנער. וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט, געבוירן איןזאלצבורג (היינט עסטרייך) איז געווען אינצווישן די קאמפאזיטארן פון אפערע וואס האבן געשאפן די דייטשע אפערע.
אין עלעקטראנישער מוזיק קאמפאנירט דייטשלאנד איינער פון די חשובע וועלטלעכע צענטערן. די ערשטע פיאנערן, צווישן זיי שטאקהויזן און קראפטווערק האבן אוסגעטרעטן דעם וועג פאר דער פאפולאריזאציע פון די 1990ער יארן.
רעגירונג
נאך דעם צווייטן וועלט קריג ווען דייטשלאנד איז באזיגט געווארן דורך די אליאירטע כוחות איז איר לאנד צוטיילט געווארן צו פיר טיילן פאר די פיר גרויסמאכטן: פראנקרייך, בריטאניע, די פאראייניגטע שטאטן, און די יו-עס-עס-אר. עטליכע יאר שפעטער האבן פראנקרייך, בריטאניע, און די פאראייניגטע שטאטן צוזאמענגעשמאלצן זייערע אקופירטע טעריטאריעס צו איין גרויסער ראיאן ווען די סאוויעט פאראיין האט ווייטער אנגעהאלטן איר קאמוניסטישע רעגירונג אויף מזרח דייטשלאנד. אין 1989 איז דער מזרח קאמוניסטישער טייל פאראייניגט געווארן מיט מערב דייטשלאנד.
אין מערב דייטשלאנד האט א קאונסיל צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער פון די לעגיסלאטורן פון די לענדער געמאכט די געזעצן און קאנסטיטוציע אין די ערשטע יארן נאך דער קריג. יעדע באשלוס האט געמוזט באשטעטיגט ווערן דורך פראנקרייך, בריטאניע און די פאראייניגטע שטאטן. די קאנסטיטוציע איז עטליכע מאל געשטוישט געווארן מיט רשות פון די אליאירטע אויטאריטעטן, ספעציעל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט. אין די לעצטע 10 יאר האט די דייטשע רעגירונג ארומגעטוישט איר קאנסטיטוציע און הויפט געזעצן צוליב די מיטגלידערשאפט און פארשטענדעניש אין דעם אייראפעישן פארבאנד.
די סארט פעדעראליזם וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין דייטשלאנד איז געזעצט לויט דייטשע פעדעראלע טראדיציעס וועלכע איז אנדערש ווי די פעדעראלע סיסטעם אין די פאראייניגטע שטאטן. די ערשטע און הויפט חילוק איז, אז די לעגיסלאטור שטייט ביי די פעדעראלע שטאפל און די אנדמיניסטראטיווע און יוסטיץ קראפטן שטייען ביי די שטאַט שטאפל. יעדער שטאַט האט אן ערוועלטע לעגיסלאטור וועלכע קלויבט אויס א מיניסטער פרעזידענט (אדער פוירסט מעיאר ווי עס ווערט גערופן אין האמבורג און אין ברעמען) צו סערווירן אלס טשיף עקזעקוטיוו. די שטאַט אסעמבליס האבן זייער ווייניג מאכט ווייל די דייטשע געזעץ טיילט צו די מאכט פאר די פעדעראלע לעגיסלאטור. די איינציגסטע זאכן וואס די שטאַט לעגיסלאטור טוט יא קאנטראלירן זענען ערציאונג און קולטוראלע פאליסיס און די פאליציי דעפארטמענט. די פעדעראלע לעגיסלאטור איז די הויפט קערפערשאפט פון לאנד און זיי מאכן אלע פאליסיס, אריינגערעכנט אויסערן פאליסיס.
א וויכטיגע טייל פון דער פעדעראלער רעגירונג איז די בונדעסראט קערפערשאפט (פעדעראלע קאונסיל) וועלכע איז די אפיציעלע רעפרעזענטעטיוו פון די בונדעסלענדער רעגירונגען און האט דאס לעצטע ווארט אין קעגנגעזעצטע פראגעס צווישן לענדער און צווישן די לענדער און דער פעדעראלער רעגירונג. דער בונדעסראט איז די העכערע הויז פון פארלאמענט אבער אירע מיטגלידער זענען לענדער מיניסטארן אדער ציווילע פירער. די מיטגלידער ווערן נישט ערוועלט און ווערן געווענליך איינגעשטעלט דורך דער פעדעראלער רעגירונג. צווישן דייטשלאנד'ס 16 שטאטן האבן די פיר גרעסטע (נארד ריין-וועסטפאליע, נידער־זאַקסן און באדן-ווירטמבורג) דאס ווארט אין אלע פאליטיק. די שטאטן און ראיאנען פון מזרח דייטשלאנד שפילן א קלענערע ראלע אין די לעגיסלאטור.
עקזעקוטיוו
דייטשלאנד'ס רעגירונג איז א פארלאמענטארישע רעגירונג וועלכע ווערט געפירט דורך א פרעמיער מיניסטאר וועלכער ווערט אנגערופן דער קאנצלער. דער קאנצלער ווערט ערוועלט דורך די נידעריגערע טיילן פון די רעגירונג דורך א קאאליציע פון פארטייען. דער קאנצלער דארף זיך אויסוועלן א קאבינעט פון 20 מיניסטארן פון אלע פארטייען אין די קאאליציע. דאס דייטשע געזעץ גיט דעם קאנצלער די מאכט אויפצוציען און אפאווארפן נייע פלענער און אויך די איינשטעלונג פון די מיניסטארן. די בונדסראט קען ארויסווארפן דעם קאנצלער דורך א שטימע נאר נאכדעם וואס זיי האבן שוין אויסגעוועלט א סוקסעסאר. דער קאנצלער קען אויך באזייטיגט ווערן אויב די בונדסראט ווערט ווידער ערוועלט. צוליב די שטארקייט פון די דייטשע פארטייען האט דייטשלאנד געהאט זייער ווייניג פאליטישע רעגירונג איבערקערענישן און אנגעהאלטן א סטאבילע רעגירונג פון מיטגלידער. גערהארד שראדער איז דער היינטיגער קאנצלער זינט 1998.
נאכ'ן קאנצלער איז פאראן א פעדעראלע פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט פאר א פינף יעריגער טערמין דורך א שטימע פון די בונדעספארזאמלונג, א רעגירונג'ס קערפערשאפט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון בונדסראט און שטאַט לעגיסלאטור מיטגלידער. די פונקציעס פונעם פרעזידענט זענען נאר צערעמאניאלע. ער באקומט אויסערן אמבאסאדארס און שטודירט און קוקט איבער די געזעצן אבער האט נישט די אויטאריטי צו מאכן פאליסי.
לעגיסלאטור
די פעדעראלע פארלאמענט באשטייט פון צוויי הויפט קערפערשאפטן וועלכע זענען די בונדסטאג און די בונדסראט. די בונדסטאג, באשטייט פון 670 מיטגלידער, ווערט ערוועלט דורך די באפעלקערונג פאר 4 יעריגע טערמינען און קענען נישט אנהאלטן זייערע שטעלעס מער ווי איין טערמין. אלע בירגער פון 18 יאר און העכער קענען לעגאל שטימען צו ערוועלן די בונדסטאג מיטגלידער אין דעם אינטערעסאטן עלעקטראל שטימע. האלב פון די בונדסטאג מיטגלידער ווערן ערוועלט דורך זייערע לאקאלע באפעלקערונגן, איינער פער דיסטריקט. דאס איבעריגע ווערן ערוועלט דורך א פראפארציאנאלע סיסטעם אין וועלכע די בעלאטס פארמאגן נאר די נעמען פון די פארטייען און נישט די קאנדידאטן זעלבסט. א פארטיי מוז באקומען ווייניגסטענס 5 פראצענט פון די שטימען צו קענען רעפרעזענטירן אין די בונדסטאג. ווען די שטימען ווערן איבערגעציילט קען די רעגירונג נאך אלס אביסל ארומטוישן לויט די שטארקייט פון די פאפולערע שטימען אז עס זאל נישט מעגליך זיין צו געווינען אן באקומען אויך די פאפולערע שטימען (ווען אזא סיסטעם זאל זיין איינגעשטעלט אין אמעריקע וואלט על גאור געווען היינט פרעזידענט).
די בונדסראט באשטייט נאר פון 69 מיטגלידער וועלכע ווערן ערוועלט דורך דייטשלאנד'ס 16 שטאַט רעגירונגן. רעפרעזענטאציע אין די בונדסראט איז צוטיילט לויט די גרויסקייט פון די באפעלקערונג. רוב שטעט האבן 3 אדער 4 רעפרעזענטיוון און די גרויסע שטעט האבן ביז 6. דער סיסטעם איז גאנץ א גוטער ווייל אפילו די קלענסטע שטעט האבן מינימום 3 רעפרעזענטיוון וואס דאס גוט זיי מער מאכט וויפיל זיי האבן באמת און זענען נישט קיין מפיל קינדער ווי עס איז דער פאל אין די פאראייניגטע שטאטן. די מאכט פון די קליינע שטעט איז גענוג שטארק צו קענען וועטאאירן א רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט א צוויי דריטעל מאיאריטעט ווי א נייע געזעץ אדער טויש אין די קאנסטיטוציע. די בונדסראט איז גענוג מאכטפול צו פארלאנגזאמען א ביל וואס ווערט געמאכט דורך די בונדסטאג אבער איז נישט בכוח דאס אינגאנצן אפצואווארפן אויסער ביי שטאַט אישוס ווי זי האט יא די רעכט צו באזייטיגן וואס עס שמעקט איר נישט.
יוסטיץ
דייטשלאנדס יוסטיץ סיסטעם גייט נאך די ציווילע געזעץ וועלכע איז אויך באקאנט אלס די ראמענישע געזעץ פראצעדור און ארגאניזאציע. דאס איז אנדערש ווי די קאמען געזעץ סיסטעם וואס איז איינגעפירט אין בריטען אדער אין די פאראייניגטע שטאטן. די ריכטער שפילן דארט א מער אקטיוויסטישע ראלע און די אדוואקאטן שפילן א קלענערע ראלע ווי אין די אמעריקאנער געריכט הייזער. ביי א געוויינטלעכע משפט אין דייטשלאנד זענען פאראן עטלעכע ריכטער פון וועלכע איינער האט שוין פון פריער איבערגעארבעט דעם עפיזאד און באשלאסן אויב עס זאל בכלל זיין א משפט. בעת דעם געריכט, טוען די עטלעכע ריכטער אנדערע פליכטן, און פאראייניגן זיך שפעטער אויף אן אורטייל.
די ריכטער ווערן דערוויילט דורך די שטאט מיניסטארן און האבן לאנגע טערמינען. דער געריכט סיסטעם איז צעטיילט איבער דעם גאנצן לאנד מיט ציווילע, קרימינאלע, אדמיניסטראטיווע, פינאנציעלע, און ארבעטער געריכטן. יעדע שטאט פארמאגט א הויכע געריכט און איין פעדעראלע געריכט. אויסער די ארגינעלע געריכט איז פאראן א באזונדערע פעדעראלע געריכט וועלכע באהנדלט קאנסטיטוציאנאלע אויסגאנגן (issues). די געריכט פאלגט נישט נאך די ראמען געזעצן נאר די דייטשע יסודותדיקע געזעצן. אירע ריכטער ווערן דערוויילט דורך א צוויי דריטל מאיאריטעט פון די בונדסטאג און בונדסראט.
פאליטישע פארטייען
עטליכע פאליטישע פארטייען ווערן רעפרעזענטירט אין די בונדסטאג. די הויפט פארטיי איז די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי (עס-פי-די) וועלכע איז דייטשלאנד'ס עלטסטע פארטיי וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן אין 875'. די פארטיי איז ארגינעל באשטאנען פון סאציאלע ארבייטער וועלכע האבן געזוכט רעכט אין לעיבאר אבער איז מיט דער צייט געווארן די הויפט אפיציעלע פארטיי פון לאנד, רעפרעזענטירנדיג אלע האנדל יוניאנס און פובליק ארבייטער. די פארטיי האט במשך איר עקזיסטענץ געקעמפט פאר עקענאמישע רעפארמען, ענווייראמענטאלע זארג, פרויען רעכט, און די רעכט פון אזיל רעכט זיכער. אין 98' האט דער דייטשער קאנצלער גערהארד שראדער פארגעזסן אן אזויגערופענע רויט-גרין קאאליציע צווישן די עס-די-פי און די גרינע פארטיי. די גרינע פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין 983' און האט באקומען אסאך נייע שטיצע זינט דעמאלט. די פארטיי שטיצט ענווייראמעטאליזם, פרויען רעכט, און פאסיפיזם. כאטש די פארטיי'ס קאמפ פאר די ענווייראמענט האט זי אבער באקומען ווייניג שטיצע אין מזרח דייטשלאנד און האט זיך פאראייניגט פון די פעדערעישן 90 פארטיי, א פארטיי וועלכע איז געבוירן געווארן אין מזרח דייטשלאנד דורך מענטשן וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט קעגן קאמוניזם.
די צווייטע גרעסטע פארטיי און אפיציעלע אפאזיציע איז די קאנסערוואטיוע קריסטיען יוניאן (סי-די-יו) וועלכע איז נאנט פארבינדן מיט די קריסטיען סאציאלע יוניאן (סי-עס-יו) פארטיי. די צוויי פארטייען זענען שטנעדיג געשטאנען צוזאמען ביי יעדע אישו אבער זענען ווייטער פארבליבן צוויי אנדערע פארטייען. די סי-די-יו/עס-סי-יו האבן קאנטראלירט די רעגירונג צווישן 982' און 998'. דורכאויס יענע טערמין האבן די צוויי פארטייען געהאט א קאאליציע מיט די פרייע דעמאקראטישע פארטיי (עף-די-פי) איבער די פאראייניגונג אישוס אין 989' און אין 990'. די סי-די-יו/עס-סי-יו פארטייען זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין 948' דורך דעם דעמאלטדיגן קאנצלער העלמאט קאהל. די פארטייען זענען קאנסערוואטיוו אין עקענאמישע און סאציאלע פראגעס. איין אויסנאם וועלכע די פארטייען האבן שטענדיג געשטיצט איז וועלפעיר. די פארטייען פארמאגן די קאטוילישע און פראטעסטאנטן גלויביגע און פארמער. די עף-די-פי איז אויך געגרינדעט געווארן אינעם זעלבן יאר און האט אנגענומען שטארק ליבעראלע מיינונגן. די פארטיי האט א גרויסע טייל פון פראפעסיאנאלע ביזנעסלייט. נאך א פארטיי אין די בונדסראט איז די פארטיי אוו דעמאקראטיק סאציאליזם (פי-די-עס), די סוקסעסאר פון די קאמוניסטישע פארטיי פון מזרח דייטשלאנד. די פארטיי האט שטיצער נאר אין מזרח דייטשלאנד וואו זי רעפרעזענטירט אירע סיטיזענס. עס זענען פאראן נאך פארטייען וועלכע האבן קיינמאל נישט אנגעצויגן גענוג שטיצע צו קענען רעפרעזענטירט ווערן אין די בונדסראט.
סאציאלע פארזיכערונג
דייטשלאנד האט איינע פון די מערסט פולשטענדיגע און ברייטהארציגע סיסטעמען פון געזונטהייט, אלטע, דיסעביליטעט, און ארבעטסלאזיקייט אינשורענס אין די וועלט. א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג געניסט פון וועלפעיר, וועלכע נעמט אריין קינדער שטיצע, פובליק האוזינג, און וועטארען הילף. די וועלפעיר קאסטן מאכן אויס א דריטל פון די בודזשעט. העלט קעיר און פענסיע איז אויך דארט זייער גיביג אבער עס ווענדט זיך שוין אויף די פירמע וואו דער מענטש ארבעט. די גרעסטע טייל פירמעס געבן אויסערגעווענליכע גוטע בענעפיטן מיט פעטע פענסיע און העלט קעיר אינשורענס. אין די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט דאס פאלק גענאסן פון נאכמער בענעפיטן וועלכע האט אריינגערעכנט געלט פאר רענט, עסן, און טראנספארטאציע. פענסיע איז אבער געווען אין די קליינע ציפערן מיט שווערע געזעצן ארום. ווען דייטשלאנד האט זיך צוריק פאראייניגט האט די מערב רעגירונג געהעכערט אירע פענסיע פלענער אבער די סיטיזענס האבן זיך מיט איינמאל געטראפן אן קיים שום הילף.
א דורכשניטליכער ארבייטער אין דייטשלאנד באקומט 70 פראצענט פון זיין לעצטע פארדינסט פאר פענסיע, דאס איז איינע פון די העכסטע ראטעס אין די וועלט. פארשטייט זיך אז פאר די בענעפיטן צאלט דאס לאנד גאר הויכע שטייערן.
פארטיידיגונג
זינט 955' איז מערב דייטשלאנד'ס אויסערן זיכערהייט פארבינדן געווארן צו נאט"א (נארט אמעריקן טריטי ארגאניזאציע). מזרח דייטשלאנד איז ענליך געווען פארבינדן צו די ווארשע פאקט ביז 990'. אפילו אין פרידנס צייטן זענען אלע הויפט אפטיילונגן פון די דייטשע ארמיי און עיר פארס געווען צוגעטיילט צו נאטא'ס אפעראציע קאמאנדן, נישט איבעלאזנדיג קיין שום אפגעזונדערטע ארמיי אונטער דייטשלאנד'ס קאמאנד. אין 990' האט דייטשלאנד געווינען די רעכט אויפצושטעלן אן אייגענע ארמיי אונטער זייער אייגענע קאמאנד מיט די תנאים אז די ארמיי מעג נישט האבן מער ווי 370,000 טרופן און מעגן נישט פארשן און פראדוצירן כעמישע, ביאלאגישע, און נוקלעארע וואפן. בעפאר די ארמיי'ס זעלבסטשטענדיגקייט איז די נאטא ארמיי באשטאנען פון 500,000 טרופן אין מערב דייטשלאנד און נאך 200,000 אין מזרח דייטשלאנד. דאס טייטש אז דאס מיליטער איז געשניטן געווארן צו האלב. די מזרח דייטשלאנד טרופן זענען אריבערגערופן געווארן צו די נייע פאראייניגטע מיליטער וועלכע ווערט אנגערופן די בונדסוועהר (פעדעראלע ארמיי).
צוויי דריטל פון די בונדסוועהר באשטייט פון ארמיי אפטיילונגן און די אנדערע דריטל זענען די עיר פארס אין נעיווי אפטיילונגן. מער ווי העלפט פון די ארמיי פערסאנעל זענען פולשטענדיגע וואלונטירן און די צווייטע העלפט זענען פארפליכטעטע וועלכע ווערן געהאלטן פאר א מינימום פון 10 מאנאטן. יעדער סיטיזן פון 18 יאר און העכער מוז דארט געזעצליך אריינגיין אין מיליטער אבער וויבאלד די צאל ארמיי פערסאנעל וואס די דייטשע ארמיי מעג האבן איז נידעריג און עס זענען פאראן צופיל יונגע מענטשן, האט די רעגירונג ערלויבט די יונגע זיך ארויסצודרייען פון מיליטער דורך אננעמען ציווילע סערוויס פאר 2 יאר ווי שפיטאל סערוויס, אלטע היימען, און אנדערע ציווילע סערוויסעס.
נאך די באזיג אויף די דייטשן אין די צווייטע וועלט קריג זענען איינגעשטעלט געווארן אסאך געזעצן צו רעדוצירן די מאכט פון די דייטשע מיליטער. די אפיצירן און סאלדאטן זענען אנגעזאגט געווארן צו זיין סיטיזענס אין יוניפארם וועלכע זענען גרייט צו דינען ווען אימער. דאס געזעץ האט באפוילן אז די מיליטער זאל האבן א ציווילע קאנטראל אין פרידנס צייטן און רעגירונג קאנטראל אין קריגס צייטן. דאס מיליטער ווערט טאקע היינט קאנטראלירט דורך דעם דעפענס מיניסטער און אויב מען דעקלערט א שטאַט אוו דעפענס גייט די קאנטראל אויטאמאטיש אריבער צו דער רעגירונג מיט דעם קאנצלער אלס קאמאנדיר אין טשיף. די בודזשעט פון דאס מיליטער ווערט קאנטראלירט דורך די בונדסראט וועלכע קוקט אויך איבער די ארגאניזאציע און פראצעדור פון די מיליטער. דייטשלאנד האט זיך צוגעוואוינט צו די אנוועזנהייט פון אויסערן מיליטערישע כוחות זינט זי איז באזיגט געווארן אין די צווייטע וועלט קריג. אין די ערשטע יארן נאך די קריג איז דייטשלאנד קאנטראלירט געווארן דורך 250,000 אמעריקאנער און 360,000 סאוויעטישע טרופן צוטיילט צו מזרח און מערב דייטשלאנד. ביידע זייטן האבן אנגעהאלטן מיליטערישע באזעס מיט אלע מיליטערישע געצייגט און עקוויפמענט, אריינגערעכנט נוקלעארע מיסילס. נאך בעפאר די דייטשע ארמיי האט זיך צוריק געגרינדעט אין 990' האבן שוין די אויסערן לענדער אנגעהויבן ארויסציען אירע טרופן, איבערלאזנדיג די אמעריקאנער אליינס מיט 100,000 טרופן. די סאוויעטן האבן צוביסלעך ארויסגעצויגן זייער ארמיי ביז אין 994' ווען די לעצטע גרופע סאוויעטישע טרופן האבן פארלאזט דאס לאנד.
געזעלשאפט
לויט אלע עקספערטן האט זיך די דייטשע געזעלשאפט אינגאנצן געענדערט פון נאך דעם צווייטן וועלט קריג. בעפאר דעם וועלט קריג זענען די דייטשן געווען מער פארביסן צוליב זייער אונטערדרוקטקייט פון די סאנקציעס וועלכע זענען אויף איר געלעגן. היינט לעבן זיי זייער א רואיג לעבן (נוסח אייראפע) און זענען נישט קיין פאריאגטע מענטשן כאטש זיי וואוינען און ארבעטן אין העכסט פארנומענע אורבאן שטעט מיט שווערער אינדוסטריאלער פראדוקציע. די דייטשע מענטשן האבן בטבע שטארק ליב פיזיקאלע אקטיוויטעטן, בעיקר אינדורויסן אונטער דעם הימל. די דייטשע זענען אויך באקאנט אלס גרויסע פרעסער. זיי גלייכן אלע ערליי קעז, און שווער פלייש. זיי פראדוצירן זייער גוט וויין און ביר וועלכע זענען באוואוסט און ווערן געשיקט איבער דער גאנצער וועלט.
ווי אלע אנדערע מאדערניזירטע לענדער, האבן די דארפישע איינוואוינערס געטוישט זייער גאנצע לעבנ'ס סטיל זינט אויטאמאבילן איז געווארן אויפגעכאפט און זיי האבן געקענט אנקומען איבעראל. די געבורט'ס ראטע איז שטארק געפאלן און מער פרויען נעמען אן פול-טיים אדער פארט-טיים ארבעט. דייטשלאנד'ס געבורט ראטע שטייט היינט ביי 1.5 קינדער פער פרוי. דאס איז א שטארקע טראסק פון 3.5 קינדער פער פרוי פאר 10 יאר צוריק.
דאס געוועזענע מזרח דייטשלאנד שטייט נאך היינט אויף א נידעריגערער עקענאמיע און וואוין סטאנדארטן שטאפלן. די לאנד פאראייניגונג האט זיי טאקע געגעבן פרייהייט אבער אסאך האבן נישט געקענט פארנעמען די פארנומענע און קאכנדיגע עקענאמיע וועלכע האט זיך אויסגעפארעמט אלס א ערשט קלאסיגע קאפיטיליסטישע מארקעט עקענאמיע. די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט נאך אלץ נידעריגערע געהאלט שטאפלן און סאך א שוואכערע וואוינונג סטאנדארט. די דייטשע רעגירונג אינוועסטירט אסאך געלט אויפצובויען איר מזרח טייל פון לאנד. די רעגירונג לייגט דארט אריין יעדעס יאר פרישע שאסייען, טראנספארט, קאמוניקאציע, און באהויזונג. א שווערע פראבלעם וואס פלאגט נאך היינט דער ראיאן איז א הויכע ארבעטלאזיגקייט ראטע וועלכע האט זיך אנגעהויבן נאך די פאראייניגונג ווען רוב ביזנעסער זענען פריוואטיזירט געווארן.
דייטשלאנד האט אסאך סאציאלע פראבלעמען כאטש זייער א קליינע פראצענט איינוואוינערס לעבן אין ארימקייט. די קרימינאל שטאפלן זענען פיל נידעריגער ווי אין די פאראייניגטע שטאטן און אויך אויף וואפן איז פאראן א בעסערע קאנטראל. אבער פונדעסטוועגן ליידט דאס לאנד פון אסאך קלענערע פארברעכן ווי דראגס, גניבות, אלקהאליזם, וואנדאליזם, און סתם געוואלדטאטן וועלכע האבן שוין מערערע מאל איבערגעדרייט דאס לאנד און איז פיל מאל א שטארקע פאליטישע אישו. אין די לעצטע 35 יאר האבן זיך פשוט'ע גניבות פיל געמערט אין די ביזנעס געגענטער און דייטשלאנד איז געווארן באוואוסט צו ליידן פון דעם פראבלעם.
אין די אנפאנג 990' יארן האט דייטשלאנד געליטן פון ווילדע פארברעכן און דעמאנסטראציעס וועלכע האבן איבערגעדרייט דאס לאנד און געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון די אינטערנאציאנאלע מידיא. די פראבלעמען זענען אנטשטאנען צווישן די יונגווארג ווען די פלוס פון אימיגראציע האט א רייע פראבלעמען ווי: שטייער העכערונגן, בודזשעט דעפעציטן, א מאנגל אין האויזינג, און פארמערטע פארברעכן. דאס דייטשע פאלק האט באשולדיגט די אימיגראנטן און אויסערן איינוואוינער און האבן זיי פרובירט צו אונטערדרוקן לעגאל און אומלעגאל. די סיטואציע איז געווען אזוי שלעכט אז עס האט אויסגעקוקט אז די נאצישע באוועגונג גייט צוריק אויפלעבן. די דייטשע רעגירונג האט דאס גענומען זייער ערנסט און געבארגט שווערע געלטער וועלכע זי האט אינוועסטירט אין סאציאלע געברויכן. די שווערע צייטן זענען שנעל אריבערגעגאנגן ווען א גרויסע טייל פון די אימיגראנטן און אזיל רעכט איינוואוינער האבן פארלאזט דאס לאנד, זייענדיג באזארגט איבער זייערע בענעפיטן.
אידן אין דייטשלאנד
דייטשלאנד זענען פון די איינציגסטע אייראפעאישע לענדער ווי אידן האבן שוין געוואוינט פון נאכ'ן חורבן בית המקדש. אין 930' האט מען געפינען א אידישע בית החיים אין די שטאט קאלאגן אויף וועלכע סייענטיסטן האבן עס געשאצט צו זיין פון די 400 יארן (למספרם) וואס מיינט באלד 2,000 יאר צוריק. אין יענע צייטן האבן די רוימען נאך געהערשט אין גאנץ אייראפע און זענען ווארשיינליך געווען די פירער אויך אויף די עווענטועלע דייטשלאנד. קיין סאך מער פון יענע צייטן ווייסט מען נישט. די ערשטע צייטן פון וועלכע מען ווייסט אפיציעל איז געווען 500 יאר שפעטער ווען די קריסטן האבן אנגעהויבן באזעצן אייראפע. לויט דאקומענטן פון יענע צייטן זעט מען אז די אידן האבן געוואוינט ארום דעם ראיהן טייך און האבן גענאסן פון אלע פריווילעגיעס, גארנישט אנדערש ווי די רוימישע. די אידן האבן געהאט זייער א גוטע תקופה אין דייטשלאנד פאר זייער א לאנגע צייט און זענען געווען געשעצט צווישן די גוים אויף אזוי ווייט אז הונדערטער גוים האבן זיך מגייר געווען און אנגענומען די אידישע גלויבן.
אידן אין דייטשלאנד האבן אלע יארן געהאט גרויסע ביזנעסער און זענען געווען א טייל פון די דיישטע עקאנאמיע. דאס האט טאקע שפעטער געברענגט אנטיסעמיטיזם און די האלאקאסט. די אידישע ביזנעסער גייען נאך צוריק אין יענע צייטן ווען רוב פון די סאסייאיטי האבן געהאנדלט מיט פארמינג אדער קונסט-ווערק. די אידן זענען געווען מער פארגעשריטן ווי די קריסטן און האבן געגרינדעט די אשכנזישע וועלט. די אשכנזים זענען געווען ווי א גרופע פון אידן אין דייטשלאנד און ארום וועלכע זענען זיך צוזאמענגעקומען יעדע עטליכע יאר צו דיסקוסירן אידישקייט און ביזנעס. דאס האט זיי געגעבן א געלעגנהייט צו זען וואס אנדערע טוען און פארשטייט זיך געברענגט מער האנדל קיין דייטשלאנד.
די יארן צווישן 960 און 1028 איז אנגערופן געווארן די גאלדענע יארן צוליב די רואיגע יארן וואס די אידן האבן געהאט און זייער סוקסעס אין ביזנעס. אין יענע יארן האט רבינו גרשם געעפענט זיין באוואוסטע ישיבה אין מינס וועלכע האט באלד ג'שמ'ט מיט איר נאמען און צוזאמענגעברענגט תלמידים פון ווייט אוועק. די ישיבה איז געווען געשעצט און באוואוסט אין גאנץ אייראפע און האט ארויסגעגעבן תורה ריזן, אריינגערעכנט רש"י הקדוש וועלכער האט פארפאסט זיינע חידושים אויף די גמרא און אזוי צוריק געברענגט א געוואלדיגע חשק ביים אידענטום צו לערנען גמרא און משניות. די רעספעקט פאר רש"י איז באקאנט אין די אידישע היסטאריע אז אפילו די גוים זענען זיך צוזאמענגעקומען צו זען זיין הימלישע צורה.
די קרייץ ציגלער און דער מיטל אלטער
די גאלדענע יארן האבן זיך געענדיגט פאר די אייראפעאישע אידן אין נאוועמבער 1095 ווען דער קריסטליכער פויבסט אורבאן דער צווייטער (האט געוואוינט אין פראנקרייך) האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר אלע קריסטן צו באפרייען ירושלים פון די טערקישע מוסולמענער וועלכע האבן אפגעשפארט די טויערן פון די שטאט און נישט אריינגעלאזט די קריסטן. דעם פויבסט באפעל האט געגרינדעט די טרויעריג באוואוסטע קרייץ ציגלער וועלכע האבן זיך צוזאמענגענומען וואו א מיליטער און מארשירט קיין ירושלים ווען אויפ'ן וועג האבן זיי אויסגעפירט די גרויליגסטע רציחות. מיט די גרינדונג פון די קרייץ ציגלער האט די אייראפעאישע אידישע לעבן איבערגעמישט א בלעטל און עס האבן זיך אנגעהויבן א רייע צרות און אנטיסעמיטיזם. די קרייץ ציגלער האבן באשולדיגט די אידן אלס שטיצער צו די מוסולמענער און האבן אויסגע'שחט'ן גאנצע קהילות און שטעט. די גאלדענע אידישע קהילות זענען אינגאנצן פארניכטעט געווארן און אידן זענען געווארן נע ונד. אין די שטאט מינס אליינס האבן די קרייץ ציגלער אויסגע'הרג'ט 1,100 אידישע נפשות אין איין טאג און עטליכע שולן זענען פארברענט געווארן. דער פויבסט האט עטליכע מאל פארדאמט די אטאקעס אבער עס איז נאר געווען געזאגט, למעשה האט ער גארנישט געטאן צו באשטראפן די באשולדיגטע וואס האט געמיינט א גרינע ליכט פאר די קרייץ ציגלער אנצוגיין מיט זייערע רציחות.
די קרייץ ציגלער האבן אנגעהאלטן אסאך יארן און עס זענען געווען 7 קרייץ ציגלער גרופעס. קיין איינע איז נישט געווען ווי די ערשטע וועלכע האבן אנגעמאכט די גרעסטע חורבנות. דאס אידישע לעבן איז שוין מער קיינמאל נישט צוריק געקומען צו די שטאפלען ווי זי האט געהאלטן בעפאר די קרייץ ציגלער. דאס לעבן איז געטוישט געווארן אינגאנצן און אנטיסעמיטיזם האט געוואקסן מער און מער. א גרויסע טייל פון די צובראכענע אידן וועלכע זענען נעבעך געבליבן אן גארנישט האבן געהאט אוועקגעלייגט אסאך געלט און האבן אנגעהויבן מאכן ביזנעס דורך בארגן געלט. די קריסטליכע שכינים זענען אבער געווען פארהאסט קעגן די אידן און האבן אין טייל פעלער ענדערש אומגעברענגט דעם אידישן לייער ווי צו באצאלן.
מיט וואס א יאר שפעטער איז דער מצב מיט די אידן געווארן ערגער. אפגערעדט פון דעם אז זיי האבן מער נישט געקענט געניסן פון אלע פריווילעגיעס, האט מען אין טייל ערטער געצווינגן די אידישע באפעקערונג צו וואוינען אין איין געגענט וועלכע ווערט אנגערופן א געטא. די געטא איז געווען ארומגענומען מיט א טויער און דער הויפט עפענונג איז געווען פארמאכט 24 שטונדן אונטער א שווערע וואך. א איד האט נאר געמעגט ארויסגיין פון די געטא צוליב א סיבה ווי למשל באזוכן א דאקטער, קויפן עפעס, אדער פאר ביזנעס צוועקן. כדי צו קענען פארלאזן די געטא האט מען געמוזט באקומען אן ערלויבעניש. עס זענען איינגעשטעלט געווארן שתדלנים אין אלע געטאס וועלכע זענען געווען די רעפרעזענטירער פון די אידישע באפעלקערונגן און האבן געהאלפן צושטעלן וואס מעגליכע געברויכן. אין יענע צייטן האט זיך די אידישע שפראך אויפגעארבעט ווען די אידן האבן געוואלט רעדן אן אנדערע שפראך וועלכע די קריסטן וועלן נישט פארשטיין. די נייע דעטאלן פון די אידישע שפראך איז ארומגעגאנגן פון געטא צו געטא און אזוי געווארן א מושלמ'דיגע שפראך וועלכע מען האט ווייטער אויסגעלערנט פאר די קינדער.
אויך די פאלגנדע 200 יאר נאך די קרייץ ציגלער זענען געווען ביטערע פאר די אידן. די קאטוילישע קירכע האט איינגעשטעלט די אזויגערופענע אינקוויזיציע וועלכע האט פארהאסט אלע ערליי וועלטליכע און רעליגיע משפיעים, אריינגערעכנט געלערנטע גוים וועלכע האבן שטודירט סייענס און אנדערע זאכן. די קאטאליקן האבן נישט געוואלט אז מענטשן זאלן זיך אויסלערנען צופיל חכמות און האבן אויסגע'הרג'ט אלע וויסנשאפטלער און להבדיל רבנים און תלמידי חכמים. אין יענע יארן האט זיך אויך אנגעהויבן די טרויעריג בארימטע בלוט בלבולים אין וועלכע די אידן זענען אנגעקלאגט געווארן פאר'ן נוצן גוי'אישע בלוט פאר מצות. די בלוט בלבולים האבן אנגעהאלטן ביז טיף אריין אין די רעפארמאציע יארן און האט זיך נאך געמאכט "דא און דארט" ביז ממש הארט בעפאר דעם וועלט קריג.
אידישע געמיינדעס האבן נישט געהאט קיין מנוחה אין ערגעץ און האבן זיך שטענדיג גערירט פון איין ארט צום צווייטן ביז ווען אויך אינעם צווייטן האט מען שוין געמוזט אוועקגיין צוליב צרות. אין יעדע שטאט אדער דארף וואו אידן זענען אלץ אנגעקומען האבן די ארטיגע פריצים און הערשער זיי געגעבן געוויסע רעכט און זיכערהייט נאכדעם וואס מען האט אויף זיי ארויפגעלייגט הויכע שטייען. כאטש מען האט פיינט געהאט אידן די אלע יארן האט מען אבער געברויכט אנקומען צו זיי ווען עס איז געקומען צו ביזנעס. די אידן זענען געווען פון די בעסטע האנדלער. אין טייל שטעט האט מען זיי ווארים אויפגענומען און זיי צוגעשטעלט פרנסה'ס אבער איינמאל די ביזנעס אין יענע שטאט איז שוין געווען אויפגעארבעט און די אידן האבן מער נישט אויסגעפעלט האט מען זיי אויסגעטיילט צרות. דורכאויס די יארן האבן זיך די אידישע קהלות אלץ גערוקט מער צו מזרח אייראפע וואו זיי האבן זיך קאנצעטרירט אין פוילן. אין דייטשלאנד זעלבסט האבן די אידן זיך טיילמאל אן עצה געגעבן ווען זיי האבן זיך געלעקט צו די הערשער און זיי געהאלפן ארכיטעקטן שיינע פאלאצן און צומאל געהאלפן אויפבויען די ארמיי.
ווי דערמאנט האבן זיך די אידישע קהלות גערוקט אלס מער צו מזרח און זיך באזעצט אין מינכן, וויען און בערלין. די אלע שטעט זענען געווארן וויכטיגע אידישע שטעט אין דעם מאדערנעם דייטשלאנד.
דייטשע אידן אין דער מאדערנער וועלט
די סטאטוס פון די אידישע באפעלקערונג האט זיך עטוואס פארבעסערט אינעם 17'טן יאר-הונדערט ווען די וועלט האט זיך אנגעהויבן מאדערניזירן אין אירע ערטשע שטאפלן. טויזנטער קליינע דערפער וועלכע זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע הערשער זענען צוזאמענגעשמאלצן געווארן צו גרעסערע שטעט און זייערע קעניגן און הערשער האבן איינגעזען אז עס איז געווען א נארישקייט צו פייניגן די אידן וועלכע וואלטן געקענט אסאך אויפטאן פאר די דייטשע עקאנאמיע. אזעלכע הערשאפטן ווי פרייסן, האמבורג, בראדנבורג, פאמירעניע (די אלע שטעט זענען געווען זעלבסטשטענדיגע קעניגרייכן בעפאר דאס לאנד דייטשלאנד האט זיך אפיציעל געגרינדעט) האבן אנגענומען אידן אין זייערע טעריטאריעס אבער האבן זיי גוט אויסגענוצט דורך ארויפלייגן באזונדערע געזעצן פון וועלכע רוב האבן געמוזט אדמיניסטרירט ווערן דורך די קהלות. די הערשאפט פון די ראשי קהלה האט צוביסלעך אויסגעוועפט מיט יעדע טריט נענטער צו דייטשלאנד'ס גרינדונג. אין 1750 האט דער דעמאלטדיגער פרייסישע קייסער, פרעדעריק דער צווייטער, איבערגעקוקט די אידישע טשארטער (אין די רעגירונג'ס טשארטערס האבן זיך שטענדיג געפינען א באזונדערע טשארטער בנוגע די אידן און זייערע רעכט) און זיי ערלויבט מער רעכט און פארמינערט די הערשאפט פון די קהלות.
די מאדערניזירונג האט טאקע געהאלפן די אידישע געמיינדעס און מען האט לייכטער אפגעאטעמט אבער ברוחניות האבן די קהלות אנגעהויבן ליידן פון די משכילים און זייערע נאכפאלגער וועלכע האבן פארכאפט די תמימות'דיגע אידן און צובראכן משפחות און קהלות. צענדליגער משיח'סטן האבן ארומגעפירט די אידן ווי משה מענדלעסאן (ימ"ש) און זיינע נאכפאלגער. די דייטשע אידן האבן צום ערטשן מאל באקומען כמעט פולע בירגערשאפט נאכדעם וואס פרייסן איז איינגענומען געווארן דורך פראנקרייך און דער קייסער נאפאליען האט איבערגעארבעט אלע טשארטערס, אריינגערעכנט די אידישע. מען האט אבער נישט גענאסן פון די נייע רעכט ביז 50 יאר שפעטער צוליב די נאכאנאנדיגע מלחמות צווישן פראנקרייך און פרייסן. אין 1812 איז פרייסן געווארן די ערשטע דייטשע שטאט וואס האט אפיציעל געגעבן 100 פראצענטיגע בירגערשאפט פאר אלע אידן אין איר טעריטאריע. מיט יעדע טריט ווייטער צו מאדערניזירונג האבן די אידישע קהלות אנגעהויבן ליידן פון פרישע רוחינות'דיגע פראבלעמען און דאסמאל איז עס געווען די גרינדונג פון די רעפארם גרופעס. זייער אסאך אידן האבן איבערגעלאזט די ערליכע אידישע וועג און זיך אנגעהאנגן צו די רעפארם גרופעס. פארשטייט זיך אז מען האט די רעפארמער ארויסגעווארפן פון די שולן און זיי האבן געגרינדעט רעפארם טעמפלן און די קהלות זענען גענצליך צוטיילט געווארן. נאך די רעפארם איז געקומען די קאנסערוואטיוו גרופעס וועלכע האט געהאט א שוואכערע אבער ענליכע עפעקט אויף די אידישע געמיינדעס.
די אידן האבן זיך מער און מער איינגעגעסן אין די נייע דייטשלאנד און האבן געעפענט ריזיגע ביזנעסער און האבן זיך אפילו ארויפגעארבעט צו הויכע פאליטישע שטאפלן. די דייטשן האבן געקוקט מיט האס אבער האבן מורא געהאט אפען צו דיסקרימינירן ביז נאך די ערשטע וועלט קריג ווען אנטי-סעמיטיזם איז צוריק געקומען צו איר ערגסטע פונקט אין הונדערטער יארן ביז היטלער איז געקומען צום מאכט און אנטי-סעמיטיזם איז געווארן לעגאל. די פילע צרות האט ליידער נישט נאכגעלאזט און האט געברענגט די גרינדונג פון ציוניזם דורך טעאדער הערצל. מיט די פארמערונג פון צרות איז די ציוניסטישע באוועגונג שטערקער געווארן און טויזנטער אידן האבן אפגעצויגן פון דייטשלאנד און אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע אדער קיין פאלעסטינע, ספעציעל נאכדעם וואס היטלער איז געקומען צום מאכט. די גרעסטע טייל אידישע איינוואוינער זענען אבער יא פארבליבן אין דייטשלאנד מיט קאטאסטראפישע רעזולטאטן.
נאך דעם קריג
נאך דעם קריג זענען גאר אסאך אידן צוריק געקומען קיין דייטשלאנד. זיי זענען געווען איינגעטיילט אין דריי גרופעס: מענטשן וואס האבן געוואוינט אין דייטשלאנד בעפאר דער קריג און האבן זיך צוריקגעקערט צו זייערע שטעט און היימען, פארלוירענע מענטשן אן פאמיליעס פון גאנץ אייראפע וועלכע האבן געפונען רעזערוואט אין דייטשלאנד, און אן ערך פון 20,000 אידן וועלכע זענען געווען באהאלטן אין דייטשלאנד דורכאויס דער קריג. סך הכל איז די צאל אידן אין דייטשלאנד נאך דער קריג געווען נאר 5 פראצענט פון בעפאר דער קריג. דער נומער איז שטארק רעדוצירט געווארן וואס שפעטער נאך דער קריג ווען די דייטשע אידן האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל און אמעריקע. אידן האבן זיך באזעצט נאך דער קריג אין מערב בערלין, מינכן, פראנקפורט, דוסלדארף, האמבורג, און קעלן. ווייניגער פון 1,000 אידן האבן געוואוינט אין מזרח דייטשלאנד און אלע פון זיי אין מזרח בערלין.
רוב פארבליבענע יידישע געמיינדעס וואס זענען פארבליבן אין דייטשלאנד אפילו שפעטער זענען מיינסטנס געווען עלטערע מענטשן און דער אידישער צוקונפט אין דייטשלאנד איז געווען א פארפאלענער. די אידן האבן באקומען קאמפענסאציע פון די דייטשע רעגירונג און נאך פארשידענע הילף וועלכע האט זיי געמאכט די רייכסטע אידן אויף די וועלט אין יענע אומשטענדן.
די ווידער-פאראייגונג פון דייטשלאנד און שפעטער די צוזאמענפאל פון דעם סאוועטן פארבאנד האט געברענגט נאך אידן קיין דייטשלאנד וועלכע האט דעגרייכט 40,000 אין צאל. עס איז געווארן א גרעסערער פארלאנג פאר כשרע עסן און און שולעס און נייע יידישע ארגאניזאציעס האבן זיך געגרינדעט. די צאל פון נישט יידישע אידן איז געשאצט געווארן צו דאפלט (80,000). היינט האלט די צאל אידן ביי 60,000 אבער רוב אידן זענען רעפארמער אדער קאנסערוואטיווער באוועגונגען וועלכע לאזט איבער זייער א קליינע צאל ארטאדאקסישע אידן.
אנטי סעמיטיזם איז שוין היינט מער ווי אביסל צוריקגעקומען דורך עקסטרעם רעכטע גרופעס וועלכע באגייען פיינטליכע אקטן קעגן אידן אינעם גאנצן לאנד. כאטש די דייטשע באפעלקערונג איז שטארק קעגן די גרופעס און זייערע מיינונגן שאדט עס אבער אסאך די יידישע באפעלקערונג. די דייטשע רעגירונג נעמט זייער ערנסט די אנטי-סעמיטישע אקטן און באשטראפט זייער הארב דערפאר.
רעפערענצן
- ↑ "Germany Top Migration Land After U.S. in New OECD Ranking". Bloomberg. 20סטן מאי 2014. Retrieved 29סטן אויגוסט 2014.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!