רוי:אנוש
אנוש איז געווען דער זון פון שת און אן אייניקל פון אדם הראשון. ער האט געלעבט 905 יאָר.
זיין פאמיליע
דער נאמען 'אנוש'
די מפרשי המקרא (רבינו יהודה החסיד, והבכור שור) זענען מסביר דעם פסוק (בראשית ד' כ"ו) וַיִּקְרָא אֶת שְׁמוֹ אֱנוֹשׁ אָז הוּחַל לִקְרֹא בְּשֵׁם ה', אז די ווערטער - אז הוחל לקרא בשם ה' – איז אן הסבר פארוואס מען האט אים גערופן מיטן נאמען 'אנוש', וויבאלד דאמאלס האט זיך פארשפרייט דאס דינען עבודה זרה, און מען אנגעפאנגען דינען שטיינער און מענטשען, און מען האט זיי אנגערופן מיט השי"ת נאמען, און מען האט משתתף געווען דעם נאמען פון השי"ת צו מענטשען'ס נעמען, אזוי ווי 'מחוייאל' 'מתושאל', וועגן דעם האט שת גערופען זיין זון מיטן נאמען 'אנוש' אויסצושליסן פון די געצן דינער'ס און ווייזן אז א מענטש איז נאר אן אנוש א בשר ודם און גארנישט מיט נישט, אזוי ווי דער פסוק (תהלים ח' ה') זאגט 'מה אנוש כי תזכרנו' ד.מ. – מה אנוש – וואס איז שוין דער מענטש – כי תזכרנו – וואס די גרויסע באשעפער זאלסט אים געדענקן, וואס דאס ברענגט ארויס (מלבי"ם שם) אז דאס ווארט 'אנוש' אין לשה"ק באדייט אז עס איז נאר א בשר ודם - א קליינער מענטש - וואס איז צוזאמגעשטעלט פון אפאר כוחות אין אויב ווערט עפעס אפגעשוואכט ווערט ער קראנק און ער שטארבט.
'דור אנוש'
עס ווערט געברענגט אין חז"ל אז זיין דור איז געווען א זונדיגער דור, און אלס שטראף האט השי"ת פארפלייצט א דריטל וועלט.
אדם ביז נח | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!