רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ קינדער2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ חסידות, מוטער, עיקר חיבור, ווייב2, ווייב1, נומער אין דינאסטיע, קבורה ארט, הויף ארט, זיינע רביס ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ספרים | אור המאיר |
---|---|
פטירה |
איווניטץ |
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן: דער אור המאיר אויפן נאמען פון זיין ספר, אוועק ה' סיון ה'תקנ"ז[1]). איז געווען פון די דריטער דור פון חסידות, פון די גריסע פון די תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. איז געווען אנפאנג א וויין סוחר און דערנאך געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט די תורת החסידות אין זיטאמיר.
ביאגראפיע
גאר ווייניג איז באקאנט איבער זיין יונגוואר און איבער זיין שטאמונג. זיין מאמע האט געהייסן יהודית[2]. האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר, נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו טויבא, טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות רב אין מעזריטש[3], און האט געהאט מיט איר דריי זון.
ר' וועלוו'עלע איז געווען א תלמיד פון מעזריטש'ער מגיד[א]. איז געווען זייער נאנט מיט אלערליי צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי פינחס פון קאריץ, רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ דעם וואס ער האט געשעצט זייער דעם שפאלע'ר זיידע, האט ער געשטיצט אויך רבי נחמן מברסלב אין זייער מחלוקת.
אין זיטאמיר האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך אויך געפנט א חסידישער שוהל[4].
אין די לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איווניץ נעבן ז'יטומיר, און איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן.
ספר אור המאיר
נאך זיין פטירה אום יאר ה'תקנ"ח האט זיין תלמיד רבי אליעזר פון זיטאמיר גענומען די מי, און האט ארויסגעדרוקט די ספר "אור המאיר" פון זיינע דברי תורה, און פון דאן ווערט דאס פאררעכנט אלס א הויפט ספר אין חסידות. די ספר איז באצירט געווארן מיט די הסכמות פון רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב און פון רבי צבי פון אוסטראה.
אין מערערע ערטער אין ספר פאדערט ער זיך פירן מיט פשטות, און פארדאמט די נאכלויפן מותרות, ער מאכט זייער אוועק די אלע עולם הזה'דיגע פראדוקטן, פארמעגן, געלט, הנאות און פארשידנס, און האלט זיך נישט אפ פון צו קריקטירן די רבי'ס פון זיין דור וואס פירן זיך נישו אינגאנצן אזוי[5]. אזוי אויך שטעלט ער זאך זיך אנטקעגן סיגופים און פרעגט אפ אלערליי סארטן דרויסנדע פעולות אין עבודת ה' ווי צום ביישפיל תנועות ביים דאווענען, אדער פארלענגערן גדי דאווענען אד"ג.
אזוי אויך מעבר לכך הוא מקיף בספרו את כל השאלות המרכזיות, שעמדו בעולמה של החסידות[6]
פאמיליע
- רבי ישראל דוב בער, איידעם פון רבי חיים מקרסנה, ממלא מקום אביו בז'יטומיר.
- רבי מנחם מנדל מברדיצ'ב
- רבי צבי הירש
- רבי יוסף, חתנו של רבי צבי מנחם אוירבך מאניפולי.
- רבי דוד
- רבי יחיאל מיכל
- רבי פנחס מקולק, היה חתנו של רבי צבי אריה מאליק. חתניו של רבי פנחס היו רבי יוחנן מרחמסטריווקא, רבי יחיאל מיכל מסקאליט ורבי אהרן מלעכוויטש.
תלמידים
- רבי שכנא צבי, נעמיראוו'ער מגיד, מחבר פון ספר הרי בשמים.
- רבי מאיר פון קאריסטשאוו, מחבר פון ספר מאיר עיני חכמים אויף חנוכה, בהשראת זיין רבי.
- רבי שניאור פון פאסטוב[7].
ליינט מער
- מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה.
דרויסנדע לינקס
- אן אשכול אויף אים אין אייוועלט.
- ספר אור המאיר אויף אוצר החכמה זייטל.
- זיין ציון אין איווניטץ, אוקראינע.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ ס'איז דא וואס זאגן אז ה'תקנ"ח, אזוי אויך איז דא וואס זאגן י"ד אדר ה'תק"ס, אבער אום יאר ה'תקנ"ח אויף די הסכמות צו די ספר שטייט שוין אויף אים זצ"ל, זעט נאך דא זייט 7;אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה;אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569 שטייט אז ער איז אוועק אין תק"ס (1800)
- ↑ זי איז געווען מיוחס צו רבי שאול וואהל
- ↑ די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם".
- ↑ רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב דערמאנט דאס אין די הסכמה צום ספר.
- ↑ זעט אין אנציקלופדיה העברית, די ארטיקל אויף ר' וועלוו'עלע, באנד ט"ז, זייט 569.
- ↑ סילבוס הקורס עיונים ב"אור המאיר" לר` זאב וולף מז`יטומיר ד"ר יורם יעקובסון
- ↑ [https://www.mytzadik.com/tzadik.aspx?id=2367 זעט דא.
קטגוריה:תלמידי המגיד ממזריטש
קטגוריה:דרשנים קטגוריה: מחברי ספרי חסידות קטגוריה:רבנים מווהלין
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער