באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/אלף הראשון

יאר-טויזנט אין אידישן לוח

דער אלף הראשון איז די ערשטע טויזנט יאר פון די וועלט באשאף, פון "שנת תוהו" (דער ערשטער יאר וואס האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג) ביז יאר תתקצ"ט. די זענען בערך אין פּאראלעל צו די יארן 3761 ביז 2761 פצ"ר אינעם שפּעטערן גרעגאריאנישן קאלענדער.

די ערשטע צוויי טויזנט יאר איז, לויט דער גמרא, אן עפּאכע פון "תוהו" (וויסטעניש)[1]. מענטשן האבן דאן געלעבט גאר לאנג; די גאנצע טויזנט יאר באשטייט פון בערך 9 דורות, און דער ערשטער מענטש האט געלעבט כמעט די גאנצע טויזנט יאר.

לויט'ן רמב"ן זענען די זעקס יאר-טויזנטער וואס די וועלט שטייט, אקעגן די זעקס טעג פון די וועלט באשאף; "אזוי אין די ערשטע צוויי טעג איז די וועלט געווען אינגאנצן וואסער, און גארנישט איז געווען בשלימות אין זיי. זיי ווייזן אויף די ערשטע צוויי טויזנט יאר ווען עס איז נישט געווען איינער וואס האט געדינט דעם באשעפער. און אזוי האבן חז"ל געזאגט: שני אלפים תוהו. אבער די באשאפונג אויף דער ערשטער טאג אין געווען די ליכטיגקייט, אנטקעגן צו די טויזנט יאר פון אדם וואס איז געווען דער ליכט פון דער וועלט און אנערקענט זיין באשאפער. און אפשר האט אנוש נישט געדינט קיין געצן ביז צום טויט פון אדם הראשון"[2].

די יארן ווערן דא גערעכנט לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), וועלכע נעמט אן אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה שנת ב' לבריאת העולם, און שנת א' האט אנטהאלטן בלויז די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית. דער ספר סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע רעכענען אנדערש[3].

געשעענישן

געבוירן

נפטר געווארן

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. סנהדרין צז,א, עבודה-זרה ט,א.
  2. רמב"ן בראשית ב, ג. זעט אויך רבנו בחיי און ריקאנטי דארט, מדרש רבי דויד הנגיד - שמות (ירושלים, תשכ"ח), זייט רא-רא.
  3. נעמליך, אז אדם הראשון הראשון איז באשאפן געווארן ראש שנה שנת 0, און שנת א' האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען איין יאר אלט. לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען צוויי יאר פון די חשבונות. זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 4. פארהאן הסברים פאר דער שיטה, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'; יצחק מאיר גולדשטיין, סדרי פרשיות, קרית ספר, תשע"ו, עמ' מד-מו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  4. (תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות). לויט רב אדא איז עס געווען כ'-כ"ו אדר (יסוד עולם, מאמר רביעי פרק י"ד). דער רד"ל שרייבט עס איז געווען א'-ז' ניסן (פירוש הרד"ל אויף פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א אות י"ח).
  5. ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה א'.
  6. פרקי דרבי אליעזר, פרק ח'.
  7. פסחים נד, א.
  8. ילקוט שמעוני, בראשית, רמז לד.
  9. בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד'; פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א. לויט אנדערע איז עס געווען א יאר שפעטער, שנת ב' (חזקוני, בראשית ד, ג); אדער פערציג יאר שפעטער, שנת מ"ב (מדרש תנחומא, פרשת בראשית, אות ט'). לויט רבי יהושע אז בניסן נברא העולם איז עס געווען שנת א'.
  10. תרגום יונתן, בראשית פרק ד פסוק ג, פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א. לויט אנדערע איז עס געווען חנוכה צייט (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד'); און לויט זיי, לויט רבי יהושע אז בניסן נברא העולם איז עס געווען שבועות (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד').
  11. מדרש תנחומא, בראשית י"א; רש"י, בראשית ד, כג.
  12. פענח רזא פרשת בראשית, געברענגט אין רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, רס"ו. דער רמב"ן, בראשית ב, יג זאגט אז עס קען זיין אז אנוש האט נישט געדינט עבודה זרה ווילאנג אדם הראשון האט נאך געלעבט.
  13. ירושלמי שקלים יז.
  14. בראשית רבה, פרשה כ"ג, פסקה ו'.
  15. ספר הישר, פרק ד'.
  16. בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'. לויט אן אנדערע דעה איז הבל געבוירן שפעטער (תוספות, סנהדרין לח, ב, ד"ה וירדו), אין ט"ו תשרי (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד').
  17. רש"י, בראשית ד, כג.
  18. רבי שלמה בן שם טוב גבאי, עבד שלמה, אויף בראשית ז, ד.
  19. ספר הישר, פרק ד'.
  20. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, תתקע"ד.
  21. מדרש תנחומא, בראשית י"א; רש"י, בראשית ד, כג. לויט אן אנדערע שיטה איז ער געשטארבן ביים מבול, יאר א'תרנ"ו (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה י"ב; רמב"ן, בראשית ד, יז).