אפיקומן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער אפיקומן איז א שטיקל פונעם מיטלסטן מצה פון די דריי מצות וואס ליגן אויפ'ן סדר טיש.

אפיקומן איז וויאזוי עס ווערט גערופן[1] די מצה וואס ווערט געגעסן ביים ענדע פון סדר נאכט, ביי "צָפוּן", אלס זכר און אויפ'ן פלאץ פון קרבן פסח.

מען פירט זיך צו נוצן דערפאר די גרעסערע העלפט פון די מיטלסטע פון די דריי מצות וואס ליגן אויפ'ן סדר טיש, וואס ווערט אפגעבראכן ביי "יַחַץ" און באהאלטן ביז סוף סדר. ביי טייל אשכנז'ישע קהילות איז דער מנהג אז די קינדער גנב'ענען און באהאלטן דעם אפיקומן, און באקומען דערפאר א געשאנק.

אריגינעל איז דאס ווארט אפיקומן נישט א צונאמען פאר מצה, נאר עפעס וואס ווערט געטון נאכ'ן עסן. אמוראים קריגן זיך איבער איר מיינונג אין גמרא.

מקור

הונטערגרונט

אין משנה (פסחים י, ח) שטייט: "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן". דאס הייסט, מען זאל עסן דעם קרבן פסח ביים סוף פונעם נאכט, און נישט ענדיגן מיט "אפיקומן".

אמוראים אין די גמרא[2] קריגן זיך, רב האלט אז דאס מיינט אז מען זאל נישט גיין עסן ביי א צווייטע חבורה, ווייל ער קען צוקומען צו עסן פון קרבן פסח וואס איז אסור צו עסן אויף צוויי פלעצער. דאס ווארט אפיקומן טייטשט, לויט דעם, "אפיקו מאני" - ארויסנעמען כלים, אז מען זאל נישט ארויסטראגן די געשיר פונעם הויז אין וועלכע ער געפונט זיך צו טראגן צו א צווייט הויז[3].

לויט שמואל און רבי יוחנן איז דער באדייט אז מען זאל גארנישט עסן - אפילו אויפ'ן זעלבן ארט - נאכ'ן עסן דעם קרבן פסח, אנדערש ווי דער שטייגער צו עסן "קינוח" נאך א סעודה. דאס ווארט אפיקומן טייטשט, לויט דעם, "אפיקו מין" - ארויסברענגען מינים, אז מען זאל נישט ארויסברענגען פארשידענע סארטן נאכשפייז נאכ'ן קרבן פסח[4]; אדער איז עס פון גריכישן ווארט פאר נאכשפייז, επικωμον[5]. אין די ראשונים זענען פארהאן עטליכע ערקלערונגען צו דעם דין: כדי דער טעם פון די מצוה זאל בלייבן אין מויל[6]; כדי צו זיכער מאכן אז מען איז מקיים די הלכה אז קרבן פסח ווערט געגעסן "על השובע" - ווען מען איז זאט, ווייל אז מען וועט נישט קענען עסן נאכדעם וועט מען עסן צו די זעט בעפאר[7]; אדער כדי דער מענטש זאל געדענקען צו זאגן הלל אויך ווען ער גייט אריבער צו א צווייט פלאץ נאכ'ן עסן, ווי עס איז געווען דער סדר אין די צייטן פון בית המקדש[8][9].

די הלכה איז ווי רב יהודה אין די שיטה פון שמואל, אז אויך היינטיגע צייטן איז ביי מצה דא דער דין אז מען זאל נישט עסן נאכדעם: "אין מפטירין אחר המצה אפיקומן"[10]. וויבאלד מען דארף ענדיגן מיט מצה און דערנאך נישט פארזעצן מיט אפיקומן (ד.ה. עסן סיי וואס), רופט מען דעם לעצטן שטיקל מצה "אפיקומן"[11].

דער מצה פאר אפיקומן

אין די ראשונים זענען פארהאן עטליכע שיטות איבער וואס עס איז דער גדר פון די לעצטע שטיקל מצה וואס מען עסט פאר "אפיקומן":

  • רש"י און דער רשב"ם האלטן אז דאס איז אויפ'ן פלאץ פון די מצה וואס מען האט געגעסן אינאיינעם מיט'ן קרבן פסח, און מען איז פונקט ווי דאן יוצא דערמיט דעם עיקר חיוב פון אכילת מצה[12][א].
  • דער רא"ש האלט אז עס קומט אלס זכר צום קרבן פסח וואס מען האט געגעסן ביים סוף פונעם סעודה[14].
  • תוספות[15] און דער ריטב"א זאגן אז די מצה פון אפיקומן קומט נאר אויף צו ענדיגן די סעודה, אז דער טעם פון מצה זאל פארבלייבן[16].

הלכות

לויט די ראשונים, דארף מען עסן פונעם אפיקומן א כזית (אין וועלכע עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען וויפיל עס איז, מיט מאָסן צווישן 7 קיוביק ס"מ ביז 50 קיוביק ס"מ), אזויווי אלע מצוות פון עסן, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[17]. טראצדעם שרייבט דער מהרי"ל אז לכתחילה זאל מען עסן צוויי כזיתים, אז עס זאל זיין דערין דער שיעור פון אכילה צו ווערן זאט[18][ב], און אזוי ווערט געברענגט אין משנה ברורה[20][ג].

מען דארף עסן דעם מאָס אין די צייט-אפשניט וואס ווערט גערופן 'כדי אכילת פרס' (וואס אין איר לענג זענען פארהאן מיינונגען צווישן 3 און 9 מינוט).

מען עסט די מצה אנגעלאנט, און דערנאך טאר מען נישט עסן.

אין שולחן ערוך און רמ"א שטייט אז מען זאל נישט טרינקען נאך די פיר כוסות נאר וואסער[21].

סוף זמן אכילה

סוף זמן אכילת אפיקומן
(הויפט מקורות)
Shmura Matzo.jpg
מקרא שמות יב, ח–יא
משנה משנה, זבחים ה, ח
תלמוד בבלי פסחים קכ, ב
משנה תורה לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נישטא קיין הלכות זמנים.משנה תורה לרמב"ם, הלכות זמנים, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ו'–א'
שולחן ערוך שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ז
מקורות נוספים אבני נזר אורח חיים, סימן שפא

דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח

ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז חצות פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מדאורייתא ביז'ן עלות השחר[22]. לויט אביי איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר מדרבנן "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות[23]. אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם[24]: ”כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר.”

ביי אכילת מצה

אין מסכת פסחים[25] זאגט רבא אז לויט רבי אלעזר בן עזריה דארף מען אויך היינטיגע צייטן עסן די מצה פאר חצות, כאטש עס איז שוין נישטא קיין קרבן פסח.

הלכה למעשה

לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה, און דערפאר דארף מען ענדיגן אויך די אפיקומן בעפאר חצות[26]. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט[27], און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה[24]. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן פרי חדש דארף מען לכתחילה אויך דעם אפיקומן עסן בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן)[28], ווידער לויט רבינו מנוח איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור כרת (צוליב נותר). דער רא"ש וואס האלט אז אפיקומן איז א זכר צום קרבן פסח זאגט אויך מען זאל עסן פאר חצות, אזויווי דער דין פון קרבן פסח, און קלערט אז אפילו לויט רבי עקיבא איז מעגליך מדרבנן אויך א חיוב צו עסן פאר חצות "להרחיק את האדם מן העבירה"[29].

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט: ”ויהא זהיר לאכלו קודם חצות”[17]. דאך זענען געווען גדולים וואס האבן נישט מקפיד געווען דערויף, און האבן זיך נישט געיאגט מיט'ן סדר צו ענדיגן בעפאר חצות[30].

חידוש פון אבני נזר

דער אבני נזר[31] לערנט אז דער טעם פון רבי אלעזר בן עזריה איז צוליב וואס ער לערנט ארויס דעם דין פון פסוק וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה[32] - וואס דער אויבערשטער האט גע'הרג'עט די מצרי'שע בכורים ביי חצות, דערפאר וואלט מען געדארפט עסן דעם קרבן פסח און אפיקומן גענוי ביי חצות, נאר וויבאלד מען קען נישט עסן פונקט ביי חצות דארף מען דאס עסן בעפאר חצות און גארנישט עסן דערנאך, כדי דער טעם זאל בלייבן אין מויל ביי חצות ווען עס איז דער עיקר צייט פון די מצוה.

דערמיט איז ער מחדש, אז אויב איינער האלט נאכנישט ביי צפון בעפאר חצות, קען ער דאן עסן דעם אפיקומן מיט א תנאי אויב די הלכה איז ווי רבי אלעזר בן עזריה, און צואווארטן מיט'ן סעודה ביז נאך חצות. דערמיט וועט ער יוצא זיין די שיטה פון רבי אלעזר בן עזריה, וויבאלד ביי חצות האט ער געהאט דעם טעם פון די מצה אין מויל. דאן, נאך חצות, קען ער פארזעצן די סעודה און דערנאך ווידער עסן אפיקומן, צו יוצא זיין די שיטה פון רבי עקיבא אז מען קען עס עסן ביז'ן עלות[ד].

גנב'ענען דעם אפיקומן

אין גמרא ווערט געברענגט א ברייתא:

תניא, רבי אליעזר אומר: חוטפין מצות בלילי פסחים, בשביל תינוקות שלא ישנו

רש"י טייטשט אז מען הייבט אויף די קערה מיט די מצות, אדער אז מען עסט געשווינד, אבער דער רמב"ם לערנט אפ אז דאס מיינט כאפן די מצות פון איינעם צום צווייטן צו ציען אינטערעסע ביי די קינדער[33].

ביי "יחץ", צעברעכט דער פירער פונעם סדר א מצה אז עס זאל זיין "לחם עוני", ארעמע ברויט. מען פירט זיך אוועקצולייגן די אנדערע העלפט פאר אפיקומן, און ארום דעם שטיקל מצה האט זיך געשאפן דער מנהג אז די קינדער כאפן דאס אוועק, און ביי צפון קריגן זיי הבטחות פאר מתנות אין אויסטויש פאר'ן צוריקברענגען.

היינט איז דער מנהג פארשפרייט ביי פילע געמיינדעס, אבער אין די פארגאנגנהייט איז עס געווען איינגעפירט בלויז ביי א טייל אשכנז'ישע קהילות און ביי אנדערע טיילן פון כלל ישראל איז עס נישט געווען באקאנט. עס זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאט טענות דערויף אז מען לערנט די קינדער צו גנב'ענען[34].

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. דער משנה ברורה אין שער הציון[13] שרייבט מען זאל אינזין האבן ביי די ברכה פון אכילת מצה אויך דעם אפיקומן, צוליב די שיטה אז מען איז דערמיט יוצא דעם חיוב פון עסן מצה.
  2. דער טעם פון מהרי"ל איז אלס "באליבטע מצוה", ווידער דער ב"ח שרייבט מען זאל עסן צוויי כזיתים צו יוצא זיין ביידע שיטות פון די ראשונים, א כזית פאר א זכר צום מצה פון קרבן פסח און א כזית פאר זכר צו קרבן פסח[19].
  3. פארהאן א דריטע דעה פונעם חינוך, וואס זאגט אז מען זאל עסן "אביסל מצה" זכר לפסח. דאס שטימט מיט די מיינונג אז אפיקומן קומט נאר אויף צו בלייבן מיט'ן טעם פון מצה אין מויל.
  4. נאכ'ן צווייטן אפיקומן וועט ער ווייטער גארנישט עסן ביז צום עלות, דער זמן פון די מצוה לויט רבי עקיבא.

רעפערענצן

  1. אנגעהויבן פון די תקופה פון בעלי התוספות
  2. פסחים קיט, ב
  3. רשב"ם, פסחים קיט, ב
  4. רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב
  5. זעט פירוש המשניות להרמב"ם אויף פסחים י, ח; ערוך השלם ערך אפיקומן; תוספות רבי עקיבא איגר אויף משניות, דארט, אין נאמען פון ספר התשבי

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ח'–ט'
  7. דער רמב"ן אין מלחמות ה', און בעל המאור, פסחים כו: בדפי הרי"ף
  8. בעל המאור, פסחים כו: בדפי הרי"ף
  9. זעט נאך א טעם ביים חידוש פון אבני נזר אפטיילונג
  10. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ח, סעיף א'
  11. שלטי הגבורים אויף רי"ף, פסחים פרק עשירי, בשם לשון ריא"ז; בית יוסף אויף טור, אורח חיים, סימן תע"ח

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".רש"י, פסחים קיט, ב, ד"ה אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן.
  13. סימן תע"ז, סעיף קטן ד'
  14. פסחים פרק י סימן לד
  15. לויט איין וועג אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תוספות, פסחים קכ, א, ד"ה באחרונה
  16. ריטב"א, סדר ההגדה
  17. 17.0 17.1 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ז, סעיף א'

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יעקב הלוי בן משה מולין, ספר מהרי"ל
  19. אין טור אורח חיים, סימן תע"ג ס"ק כ"ו
  20. משנה ברורה, סימן תע"ז, סעיף קטן א'
  21. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תפ"א, סעיף א'
  22. ברכות ט, א
  23. זבחים נז, ב
  24. 24.0 24.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק קרבן פס"ח, הלכות ח'–ט"ו
  25. פסחים קכ, ב
  26. תוספות, מגילה כא, א

  27. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ו'–א'
  28. פרי חדש אורח חיים סימן תעז
  29. רא"ש פסחים פרק י סימן לח, מסכת ברכות פרק א סימן ט
  30. זעט אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מנהגי בעל החת"ם סופר;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מנחת יצחק, שו"ת מנחת יצחק חלק ט', סימן מח

  31. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בארנשטיין, אבני נזר, אורח חיים, סימן שפ"א
  32. שמות יב, יב

  33. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ז'–ג'

  34. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי שם טוב גאגין, כתר שם טוב - חלק ג


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער