המכלול:דיסקוסיע זאַל
ברוכים הבאים צום דיסקוסיע זאַל! | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
דער דיסקוסיע זאל איז געאייגנט צו דיסקוטירן פּאליסיס און כלליות'דיגע טעמעס. פאר אנדערע זאכן גייט צו די פאלגנדע בלעטער:
|
| |||||||||||||||
|
↓ אראפ צום אונטן פון בלאט↓ אראפ צום אונטן פון בלאט
טיטלען פאר רבנים - לעבעדיגע און נפטרים
לאמיר דא אויפברענגען די שאלה, בנוגע צו די די נעמען פון די ארטיקלען איבער רבנים וגדולי ישראל, החיים אתנו און די וועלכע נישט.
קודם די פאקטן: אין וויקיפעדיע רופט מען די אלע ארטיקלען בלויז אויפ'ן נאמען פון מענטש, אן קיין טיטלען. אזוי איז אין אלע אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס, בשייכות צו אלע שטעלעס און פראפעסיעס. אין העברעאישן המכלול, אבער, האט מען ריכטיג באשלאסן נישט ארויסצושרייבן די נעמען אן די מינימאלע כבוד הראוי - דארט שטעלט מען "רבי" ביי נפטרים און "הרב" ביי לעבעדיגע. מיר וועלן אוודאי אויך באטיטלען שוין אין קעפל, אבער די פראגע איז: וויאזוי?
- אזוי ווי ביים שוועסטער-פראיעקט: רבי פאר נפטרים, הרב פאר לעבעדיגע. דער עיקר פראבלעם דערמיט איז אז מיר נוצן געווענליך נישט "הרב" פאר לעבעדיגע; עס שפירט זיך נישט היימיש.
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען ביי נפטרים צולייגן "ז"ל" נאכ'ן נאמען. דאס איז שטארק נישט ענציקלאפעדיש, און עפנט דעם טיר פאר ענדלאזע דיסקוסיעס (פון וועלכע דורות און ווייטער שרייבט מען ז"ל? קומט זיך עס טאקע פאר הרב פלוני, אדער ענדערש שר"י?...)
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען ביי לעבעדיגע צולייגן א שטערנדל נאכ'ן נאמען. דאס איז אויך נישט צו ענציקלאפעדיש, און קען שאפן פארשידענע מאדנע פראבלעמען מיט וויקי-סינטעקס.
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען נישט דירעקט לינקן צו ארטיקלען איבער לעבעדיגע, נאר דורך א מוסטער וואס וועט צולייגן א שטערנדל צום נאמען. דאס קען ברענגען אסאך איבריגע קאפוויי (ווען דער רב גייט אריבער לעולם שכולו טוב, וועט מען דארפן געדענקען צו טוישן אלע לינקס דורכ'ן מוסטער צו פשוט'ע לינקס), ווי אויך בלייבט נישט אלעמאל דער סימן (למשל אין קאטעגאריעס, וועט נאר געברענגט ווערן דער לינק זעלבסט).
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", און שוין. (חוץ ווען מען נוצט יא "רב", ווי רב האי גאון). דאס איז די גראדסטע און פשוט'סטע, לדעתי. עס קען אויסקוקן ווי מיר געבן דא עפעס אויף, מען גייט נישט זען קיין חילוק בין חיים לחיים, אבער קודם כל: צו וואס פעלט אזוי שטארק אויס צו זען דעם חילוק שוין אויפ'ן נאמען? און וואס איז מיט אנדערע חילוקים וואס מ'קען מאכן צווישן ארטיקלען עד אין סוף? מארגן וועט איינער באשליסן צו באצייכענען אלע שטעט וואו אידן האבן אמאל געוואוינט מיט א שטערנדל, אלע חיות וועלכע זענען כשר מיט שטרעכלעך, און אלע פלאנעטן וועלכע זענען קלענער ווי אונזער וועלטל מיט א פראגע צייכן - צי א מענטש לעבט אדער נישט, פונקט ווי דאס אלעס, איז אינפארמאציע וואס געהערט אין אן ארטיקל און נישט ביים נאמען. צווייטנס, דווקא אין וויקי-פארמאט ליגט שוין די אינפארמאציע כמעט אין נאמען: שטעלט אייער מייזל איבער'ן נאמען, און עס קומט ארויף די ערשטע פאר שורות פונעם ארטיקל, וואו עס שטייט געווענליך צי דער רב לעבט אדער נישט - אן דעם וואס איר זאלט דארפן עפענען דעם ארטיקל.
כ'שטעל זיך פאר אז אויך אין העברעאישן מכלול איז מען נישט געקומען בכוונה תחילה מאכן דעם חילוק שוין אין נאמען, נאר היות ביי זיי רופט מען יא אסאך לעבעדיגע רבנים "הרב", האט מען באשטימט דעם טיטל פאר לעבעדיגע כדי צו פארמיידן "רבי/הרב" וכוחים. ביי אונז, וואס מיר האבן נישט די סיבה, פעלט עס נישט אויס. וואס זאגט איר? — צמא לדעת • שמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 04:36, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איך וואלט געוועלט צו שרייבן "רבי" ביי יעדעם, ווייל דאס איז די וועג פון רעדן אויף אידיש.
- די פראלבעם פון הבדלה בין חיים לחיים איז פונקט אזוי ביי - להבדיל - אלגעמיינע פערזענליכקייטן, און אויף וויקיפעדיע צייכענט מען דאס אויך נישט אן. פונקט ווי די משלים וואס צמא לדעת ברענגט, ווערט נישט א כשר'ע חיה באזונדער צוגעצייכענט, און אזוי ווייטער ביי אנדערע נושאים. מען וועט זען צי יענער לעבט אויב עס איז דא א "ביז דאטום..." (1900 - 1975)
- אויסער ביי רבנים מחוץ למחנה דוברי האידיש, בפרט מזרחי'סטישע רבנים, וואס דארט זאל מען שרייבן "הרב" אלץ טיטל וויאזוי ער ווערט אנגערופן ביי זיי. (איך בין נוטה דאס צו שרייבן אויך אין קעפל, פשוט - ווייל איינמאל מען שרייבט די טיטל ביי רביים זאל דאס זיין די סדר איבעראל). עברי אנכי (שמועס) 17:59, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- אלץ אגאסט פר אמינוט חשוב צו מאכן זיכער אז איר שטעלט אוף אאנציקלאפעדיע נישט אצייטונג פון סאטמער. מאכט זיכער אס צו נעמען אין חשבון. איך בין מציע יעדעם איינעם לאזן די אייגינע דעות אינדרויסן פון דא. מקוה (שמועס) 22:21, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- א געמיינזאמע ענציקלאפעדיע פארטרעט די מיינונג פון די וואס נעמען א טייל דערין. די וואס רעדן אידיש אנערקענען נישט אין אלגעמיין אין רבנים פון געוויסע קרייזן (ווי מאדערן ארטאדאקסיע אדער מזרחי) אויף די שטאפל ווי זיי וואלטן באטיטעלט זייערע רביים און רבנים - כאטש ס'זענען דא שארפע מיינונג'ס פארשידנהייטן איבער די שטאפל פון התנגדות צו זיי. דא איז אנדערש ווי המכלול העברי, וואס סערווירט אויך די ציבור דתיים לאומיים.
- אויב איר, אדער א צווייטער האלט אנדערש קען מען דאס אויסשמועסן. דאס איז מיין בליק. (משל לדבר: די נושאים ארום פאלעסטינע/מדינת ישראל, ווערט אראפגעלייגט אנדערש אויף די ענגלישע וויקי ווי אויף דעם העברעאישן, ווייל די קהל וואס שרייבט די ערכים איז אנדערש אויף ביידע.)
- איך האב דאס נישט געשריבן צו אנצינדן די קינדישע מחלוקה וואס גייט דא פארגיין בהמשך איבער די ענין פון קנאות והמסתעף (דיה לצרה בשעתה...). עס איז געשריבן בלויז מיט א פערספעקטיוו פון אן אלגעמיינע, גשמיות'דיגע אידיש-רעדנדע בליק, אן אריינעמען עניני השקפה. אויב איז אין די אלגעמיינע בליק אויך דא מיינונג'ס פארשידנהייטן טרעט איך אפ... עברי אנכי (שמועס) 22:42, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- לדעתי, לאמיר טאקע נישט אריינגיין אין איבריגע וויכוחים, און אוודאי נאכנישט יעצט... הרב מקוה דערמאנט אונז א וויכטיגע זאך, אז מיר שרייבן דא אן ענציקלאפעדיע און מיר דארפן פרובירן שרייבן אביעקטיוו און מיט א נייטראלע שפראך - כאטש דאס באדייט אויך נישט אז מ'דארף שרייבן זאכן וואס מ'האלט נישט פאר ריכטיג. וויאזוי גענוי דאס קומט אויס אין פראקטיק, וועלן זיך נאך פירן לאנגע דיסקוסיעס ווי הרב עברי אנכי זאגט ריכטיג. לענינינו מאכט עס נישט אויס, ווייל הכל מודים אז די רבנים פון מזרחי זענען אויך געווען רבנים, און פון די אנדערע זייט, רופט מען זיי געווענליך "הרב" אניף אידיש.
- בקיצור, איז דער כלל צו שרייבן ווי מען רעדט אויף היימיש אידיש, און ווען עס מאכט זיך א וויכוח אדער אומקלארקייט קען מען אלעמאל שאפן א ווייטערפיר. — צמא לדעת • שמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 23:13, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- אלץ אגאסט פר אמינוט חשוב צו מאכן זיכער אז איר שטעלט אוף אאנציקלאפעדיע נישט אצייטונג פון סאטמער. מאכט זיכער אס צו נעמען אין חשבון. איך בין מציע יעדעם איינעם לאזן די אייגינע דעות אינדרויסן פון דא. מקוה (שמועס) 22:21, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- בנוגע די טעכנישטע פראבלעמען וועגן א שטערנדל, וויל איך אנמערקן אז מען דארף נישט רעדן פון א שטערנדל אינעם נאמען ווי אן עמאודזשי, נאר א באזונדערע מוסטער וואס מאכט א שטערנדל, כדוגמת אויסדערוועלטע ארטיקלען אויפן וויקי. דאס דארף נישט צו מאכן קיין טעכנישע פראבלעמען, ווי אויך קען מען דאס אייביג שפעטער צולייגן/אראפנעמען אן אריבעררפירן דאס בלאט. –תנא קמא (שמועס) 22:57, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איז דאס נישט די פערטע אויסוואל אויבן?
- חוץ פון וואס איז שוין געשריבן אויבן, קוק איך אן דאס באצייכענען אין נאמען זעלבסט אלס א חסרון מער ווי א מעלה. אויב איז דער רב שוין נפטר געווארן, און קיינער איז נישט אנגעקומען אוועקצונעמען דעם פארגעסענעם לינק, טוען מיר בידים פארפירן דעם ליינער. דאס איז אינפארמאציע וואס קומט בכלל נישט אין נאמען נאר אין ארטיקל; אזאנס רופט זיך א category mistake. — צמא לדעת • שמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 23:18, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
פיצעלע/אומוויכטיגע ארטיקלען
דריי באגריפן קענען גרינג ווערן אויסגעמישט, אבער עס איז כדאי זיי אפצוטיילן:
- א שטומף איז אן ארטיקל וואס גאר יסודות'דיגע אינפארמאציע פעלט דערפון.
- א פיצעלע ארטיקל איז נאך מער באגרעניצט; עפעס וואס ווי עס איז קומט עס ממש אין א ווערטערבוך, און דער וואס ווייסט שוין די דעפיניציע קען דא גארנישט פריש געוואויר ווערן.
- אן ארטיקל איבער עפעס וואס איז אומוויכטיג, און פארמאגט נישט קיין ענציקלאפעדישע חשיבות. דער ארטיקל קען זיין לאנג און ברייט, אבער איבער א גארנישט, דאס איז אין קאנטראסט צו די ערשטע צוויי, וועלכע זענען טאקע קורץ אבער קענען זיין איבער א וויכטיגע נושא.
לויט די אפגעשריבענע פראצעדור, דארף מען מיט שטומפן גארנישט טון ספעציעל (זיי זענען שוין קאטעגאריזירט, געווענליך, און סייווי פארמאגט יעדע ענציקלאפעדיע אויך שטומפן); פיצעלע ארטיקלען דארף מען באצייכענען, אויף צו באשליסן שפעטער; אבער וועגן אומוויכטיגע האט מען בכלל נישט גערעדט. דאס האט געברענגט אביסל אומקלארקייט, ווען טייל האבן באטראכט פיצעלע ארטיקלען אלס אומוויכטיגע.
לדעתי דארף מען יא לאזן פיצעלע ארטיקלען אויף דערווייל, און שפעטער וועט מען גרינטליכער דורכטון די נושא. איי, זיי געבן דאך נישט צו קיין שום אינפארמאציע? איז דער ענטפער אז דווקא דא אויף המכלול געבן זיי יא צו, ווייל מיר פארבינדן זיי צו המכלול העברי וואו די טעמעס זענען אסאך מער פארברייטערט. אז א איד וועט זוכן אויף אידיש איבער "דינגען" למשל, וועלן זיינע אויגן אויפלייכטן ווען דאס וועט אים ברענגען צו ע:שכירות. עס קומט אויס, אז מיט מעקן די "פיצעלע ארטיקלען" אנשטאט לאזן, נעמען מיר אוועק עכטע אינפארמאציע בידים. מעגליך אז מען דארף דאס פארט טון, צוליב'ן געזונט פון אונזער פראיעקט, אבער דאס האט מען צייט דורכצוטראכטן און באשטימען שפעטער.
אומוויכטיגע ארטיקלען - דהיינו עפעס וואס קומט נישט דאהי אפילו פארברייטערט, און א מענטש וועט געווענליך נישט אנטוישט ווערן פון המכלול ווען ער טרעפט עס נישט דא און יא אויף וויקיפעדיע - קען מען טאקע מעקן ווען מען באגעגנט זיי.
גאנץ א גרינגע סימן, צו באשליסן אויב עפעס איז וויכטיג, איז צו קוקן אויף אנדערע וועלכע האבן שוין געמאכט דעם וועג בעפאר אונז. אויב איז פארהאן אזא ערך אויף המכלול, אדער אויף א שיינע פאר אנדערע וויקיפעדיעס (וואס איר קענט גרינג געוואויר ווערן דורך אינסטאלירן דעם ויקינתונים טשאטשקע), דאן קומט עס נישט געמעקט צו ווערן אן קיין דין ודברים. אויב זעט איר נישט קיין חשיבות, און עס האט זיך נישט פארדינט קיין ערך אויף המכלול אדער אויף א שיינע פאר אנדערע וויקיפעדיעס, דאן מעקט געזונטערהייט. (א ביישפיל דערצו איז ײדישע פאן וואס איך האב געמעקט, ווייל די יידישיסטן האבן נעבעך פארגעסן מודיע צו זיין פאר אנדערע פעלקער אז מיר פארמאגן דעם פאן).
אקטיווע מכלולאים, וואס זאגט איר? — צמא לדעת • שמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 17:30, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איך פארשטיי זייער גוט פארוואס איר האלט אז מען זאל לאזן די פיצעלע ארטיקלען. איך וויל פרובירן ארויסברענגען די סיבות פארווס איך מיין אז מען זאל יא מעקן רוב פיצעלע ארטיקלען:
- עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען א באגרעניצטע צאל רעדאגירער מיט אן אומגעהויערע לאסט פון ארבעט, דערווייל האלטן מיר נאך ביים רייניגן די גראבע שמוץ. דערנאך איז נאך דא אזויפיל ארבעט אריינגערעכנט שטומפען מיט וויכטיגע באדייטן, און די פיצעלע ארטיקלען זענען גאר נידריג אויף די ליסטע פון זאכן וואס מען דארף אויסברייטן. מען גייט זיך בפשטות נישט נעמען דערצו אינעם נאנטן צוקונפט.
- אז עס זענען דא צופיל שטומפען/יידישע ארטיקלען און אין צוגאב אויך פיצעלע ארטיקלען, ווערן אין א געוויסע זין די רייכע ארטיקלען פארשוועמט אין א ים פון מיסט/טרעש. און דאס שלעפט אביסל אראפ די ניווא פון דאס פלאץ.
- צו וואס געבן קרעדיט פאר וויקיפעדיע אז די ארטיקלען האבן זיך אנגעהויבן דורך זיי, ווען אין פאקט האבן זיי אונז גארנישט געגעבן (בלויז די איידיע צו מאכן אן ארטיקל אויף דעם נושא).
- עס איז טאקע כדאי צו מאכן ליסטעס/פראיעקטן פון ווערטפולע ארטיקלען וואס איז כדאי געשריבן צו ווערן /ארטיקלען וואס האבן א פאראלעל אין העברעאיש המכלול.
- --תנא קמא (שמועס) 17:44, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- דאס זענען אלעס זייער גוטע ארגומענטן פארוואס די בלעטער זאלן ענדגילטיג געמעקט ווערן. למעשה זענען אויך פארהאן ארגומענטן פארוואס זיי צו לאזן, עכ"פ טייל פון זיי, און ווייניגסטנס נאר אלס placeholder בלע"ז ביז ווען זיי ווערן דא איבערגעשריבן אדער פארברייטערט, אדער לפחות נאר ביז ווען איינער מאכט די ליסטע פון וועלכן איר רעדט - א ליסטע וואס וועט זיך קענען ארויסהעלפן מיט דעם ליסטע פון פיצעלע ארטיקלען. דערפאר, וויבאלד עס זענען פארהאן ארגומענטן לכאן ולכאן, וואלט איך פארשטאנען אז מען וועט דאס אויסשמועסן שפעטער, נאך וואס די וויכטיגע ארבעט איז שוין געטון געווארן.
- (איין געדאנק, וואס איך האב געהאט געפלאנט אויפצוברענגען ווען מען האלט שוין דארט, וואלט געקענט זיין אז יעדן טאג ברענגט מען אויף נאך 50 פיצעלע ארטיקלען צום מעקן, און יעדע פון די ארטיקלען קען נאר בלייבן אויב איינער נעמט עס אויף זיך עס צו פארברייטערן אביסל אין די קומענדיגע וואך. אזוי וועלן בלייבן נאר די וויכטיגסטע אדער וועלכע ציען די מערסטע אינטערעסע).
- למעשה זענט איר אויך גערעכט אז דאס ברענגט א שפאר ביסל איבריגע ארבעט, און איך קען אויך באשטיין צו האלטן שוין נאך דעם גאנצן מעקונג פראצעדור ווען עס קומט די זיסע ארבעט פון שאפן פרישע תוכן. עס גייט מיר בכלל נישט אין לעבן אז די ארטיקלען זאלן יעצט נישט געמעקט ווערן; עס איז אבער יא זייער וויכטיג אז מיר זאלן וויסן קלאר וואס מיר טוען, און זיך האלטן דערצו.
- לאמיר הערן פון די וועטעראן מכלולאים: איסתרק, גאון הירדן, יואל וויס, מקוה, נייטראלער, שמש מרפא, שרגא; לדעתכם, ערכים מילוניים שיש חשיבות בנושאם (ראו דוגמאות), עדיף למחוק בכמויות או לקטלג ולדון אח"כ? למחוק, או להשאיר ולהרחיב בבוא העת? — צמא לדעת • שמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 19:21, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- --תנא קמא (שמועס) 17:44, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- רעקאציע צו תנא'ס נקודות
- צוליב דיין ערשטע נקודה האב איך אביסל נאכגעלאזט טאקע פון לינקן צו העברעאישע מכלול, און איבערגעלאזט ערכים וואס דארפן ווערן קאטעגאריזירט אויף שפעטער. מען האט זיך נעכטן קוים גערוקט מיט א פראצענט אין די רייניגונג פראיעקט, און דאס איז מיט דעם וואס מ'האט געווענליך נאר געקוקט און נישט געטון די דורכדרינגעליכע ארבייט... (כאטש צמא איז גערעכט אז ענדע גייט דאס דארפן געטון ווערן און עס איז א שאד צו ארבייטן דאפעלט. דארף מען זיך טאקע נעמען...)
- די צווייטע נקודה פון פארשוועמט ווערן איז א גערעכטע, אבער וועט ווערן ווייניגער פראבלעם מיט וואס א טאג עס גייט אריבער און מער רייכע קומען צו בעז"ה...
- ווער עס קוקט אויף די קרעדיטס זאל טאקע אריינגיין אין די לינק און זיך איבערצייגן למי החותמת והפתולים.
- -- עברי אנכי (שמועס) 18:03, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- הערת אגב, דער פארשריט מוסטער איז אביסל אונטערשטעליג, ווייל דער סיסטעם טוישט נישט גלייך דעם נומער ווען א בלאט ווערט פארמעקט, (און ווען עס ווערט בלויז איבערגעקוקט און געטוישט קאטעגאריע, דארף מען צומאל אויך אויסמעקן דעם "מטמון" פונעם מוסטער אז עס זאל זיך צייגן). דאס טייטשט אז מיר האבן זיך נעכטן גערוקט מיט היבש מער ווי א פראצענט. אין מיינע אויגן איז עס אינגאנצן נישט ווייניג, און נעמענדיג אין באטראכט אז מיר הייבן קוים אן, און די טשאטשקעס וכדומה ארויסצוהעלפן קומען הערשט יעצט צו, איז עס אפילו אסאך.
- ווען מען שרייבט איבער אן ארטיקל פון פונדאמענט ארויף (וואס וועט בהכרח אלעמאל זיין, מיט די פיצעלע ארטיקלען), דארף מען נישט געבן קיין קרעדיט אויך נישט. — צמא לדעת • שמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 19:30, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- -- עברי אנכי (שמועס) 18:03, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
מיין ענטפער צו עברי אנכי אין פריוואט (כ'האף ער העט נישט ברוגז זיין...).
תנא קמא, 11 min כאניש קיין כח צו שרייבן דאר העלעך שרייבן דא כאניש געהעריג פארשטאנען דיינע תגובות, במחילה מסתם האבט מיר נישט פארשטאנען ווייל ס'האט געפעלט אין מיין הסברה
עברי, 10 min su chxy thhchd aukshd דו ביסט אייביג שולדיג טאקע ווארט א רגע
תנא קמא, 10 min איך האב מיך בלויז באצויגן צו פיצעלע ארטיקלען ווי דינגען וכדו'
עברי, 10 min כ'גיי פרובירן זיך צו בעסער מסביר זיין
תנא קמא, 9 min פליז טו עס קודם דא
עברי, 8 min די אלע ארטיקלן גייען ענדע דארפן געשריבן ווערן ס'זאל האבן א צורה, אויב איז עס נישט שלעכט און די ליידיגע בלאט ווייזט אז דאס דארף ווערן פארברייטערט, פארוואס מעקן?
תנא קמא, 7 min ארטיקלען ווי דינגען "גייען ענדע דארפן געשריבן"? איך בין לגמרי מחולק מיט דעם איך גלייב שווערליך ס'זאל זיך יאווען א קאמפעטענטער עורך (נישט אורח) זאל זיין אינטערעסירט דאס צו מאכן. און ביז דאן (ווען?) פארוואס זאל עס ארומליגן און אנלייגן דאס פלאץ
עברי, 7 min כ'הער גראדע האלט איך אז אידישע ווערטער זאלן זיין א פריאריטעט צו מאכן דערוי ף ערכים ווייל איך וויל מיך טאקע אויסלערנען שפראך און אידיש
אבער דינגען איז מער א באגריף ווי א ווארט כ'הייב אן צוריקצוציען... מאכסט א גוטע קעיס
תנא קמא, 5 min טענקס
עברי, 3 min כ'האב געטוישט אז אויף די ערשטע נקודה בינעך מסכים מיט דיר... צוליב דיין ערשטע נקודה האב איך אביסל נאכגעלאזט טאקע פון לינקן צו העברעאישע מכלול, און איבערגעלאזט ערכים וואס דארפן ווערן קאטעגאריזירט אויף שפעטער. מען האט זיך נעכטן קוים גערוקט מיט א פראצענט אין די רייניגונג פראיעקט, און דאס איז מיט דעם וואס מ'האט געווענליך נאר געקוקט און נישט געטון די דורכדרינגעליכע ארבייט... (כאטש צמא איז גערעכט אז ענדע גייט דאס דארפן געטון ווערן און עס איז א שאד צו ארבייטן דאפעלט. דארף מען זיך טאקע נעמען...)
תנא קמא, 1 min עס איז בכלל געווען א דיסקוסיע צו מען זאל אנהייבן פון סקרעטש. די גאנצע סיבה פארוואס מ'איז למעשה געגאנגען מיט וויקי איז כדי מען זאל אנהייבן מיט "עפעס". אבער דער עפעס דארף נישט זיין "אלעס". מען מעג שניידן שטיקער דערפון. גראבע שטיקער
עברי, 1 min לאנגע שטיקער ברייטע אויך
תנא קמא, Now וכ"ש פיצעלע
--תנא קמא (שמועס) 18:27, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
טיטל פאר המכלול שרייבער
אויפן ראט פון תנא קמא עפן איך דעם דיסקוסיע, איבער דעם טיטל פאר די באנוצער פונעם סייט. לויט ווי איך זע האט אנגענומען דערווייל צו נוצן דעם טיטל 'מכלוליסט', וואס שטאמט פונעם העברעאישן 'מכלולאי'. למעשה שפירט זיך עס אביסל אומהיימליך צו מיר, צוליב וואס עס דערמאנט פון ציוניסטן און קאמוניסטן א.ד.ג. און בכלל קלער איך אז עס איז אומריכטיג ווייל מיר זענען נישט עוסק אין המכלוליזם, אז מיר זאלן ווערן המכלוליסטן.
איך וואלט פארגעצויגן אז מען זאל קוקן אויף די אנדערע אידישע טיטלען, וואס מען נוצט יא צאמגשטעלטע ווערטער, ווי: ישיבה-בחור, כולל-יונגערמאן, ארבעטס-לייט, צייטונג-שרייבער. די זעלבע וואלט דא געפאסט: 'המכלול-באנוצער'.
וואס זאגט דער עולם דערצו?
רושם רשימות (שמועס) 01:46, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
- צו א אלנגע נאמען, עפע וואס מען קען טראכטן שנעלער. אולי מכלולמאן? שווערמער (שמועס) 01:52, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
- און אפשר פשוט באניצער? טאקע גענוי ווי ישיבה בחור, כולל יונגערמאן, צייטונג שרייבער. — צמא לדעת • שמועס • ה' שבט ה'תשפ"ג 02:00, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
- רושם רשימות גאר א גוטע הערה. דערווייל איז טאקע מער אנגענומען צו נוצן "באניצער" (מיט א יודעלע), אדער מכלולאי. ווי שווערמער זאגט, המכלול באניצער איז לאנג און דער געדאנק פון אזא טיטל איז ס'זאל זיין קורץ און געשמאק. (אין ויקי עברי איז עס "ויקיפד" און אין ענגליש wikipedian). צמא האקט... --תנא קמא (שמועס) 02:02, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
אינערליכע פארבינדונגען
אקטיווע מכלולאים, כ'ווייס נישט אויב עמיצער האט עס שוין ארויפגעברענגט דא אויף המכלול - אבער כ'האב עפעס באמערקט אז ס'פארהאן נאך א גאנצע "געביט" דא אינדערזייט, מיטן נאמען "רוי" (רוי? עפעס אזוי). בקיצור, נאך עמיצער האט עס באמערקט? איינער ווייסט וואס דאס איז?...
בכל אופן, ווען מ'שרייבט אין המכלול, זאל מען פרובירן צופאסן די אינערליכע פארבינדוגען לויט די בלאט-נעמען אין יענעם געביט, אדער זאל מען שפעקולירן מיט ריינער המכלול-ברילן וויאזוי מיר וואלטן (וועלן אי"ה!) א נאמען געגעבן דעם בלאט? א דאנק. נייטראלער • שמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 22:07 (IDT)
- אגב, ס'פארהאן אן אויסוועג: גיין מיט דער צווייטער אפציע און לויט דעם עפענען א ווייטערפיר אינעם רויען געביט... אבער כ'וויל דאך נישט אריינשטעקן מיינע פינגער אין יענעמ'ס געביטן... נייטראלער • שמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 22:09 (IDT)
- דער צווייטער אפציע, אוודאי. און פארשטייצעך אז דער אויסוועג איז א גוטער באנוס. (דער שמועס קומט לכאורה אין דיסקוסיע זאַל). תנא קמא (שמועס) 22:13, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- איך מיין אז די רוי חברה זאל זיך פרובירן צו צושטעלן צו אונז דאס מערסטע זיי קענען, מיר דארפן נישט באזונדער ארבעטן פאר זייערס וועגן שווערמער (שמועס) 22:13, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- איך בין איינשטימיג אז עס איז בעסער צו שרייבן ווי מיר וואלטן געשריבן און נישט זיי נאכטאנצן, אבער לאמיר אביסל ארויסברענגען די אנדערע זייט: אויב שרייבט מען ווי עס איז אין "רוי", וועט עס יעצט ווערן פארבינדן אהין, און ווען מיר וועלן ערזעצן דעם ארטיקל וועלן מיר שוין ממילא איינמאל פאר אלעמאל צופאסן די קישורים, אנשטאט צו דארפן יעצט מכריע זיין איינמאל און נאכאמאל וויאזוי דער "ריכטיגער" נאמען דארף זיין (און יעדער וועט מכריע זיין אנדערש).
- אלזא, מ'איז טאקע נישט מחויב צו שרייבן ווי אין רוי, אבער אויב ווייסט מען פון דעם רוי ארטיקל זאל מען עס אדער שרייבן ווי אין רוי (דהיינו אז דאס זאל זיין דער דיפאלט, אויב האט מען נישט קיין סיבה פארקערט), אדער שוין יעצט אריבערפירן דעם רוי ארטיקל צום ריכטיגן ארט - און ווייטער שרייבן ווי אין רוי. — צמא לדעת • שמועס • ח' שבט ה'תשפ"ג 22:41, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- אה, אויף דער תגובה האב איך געווארט... קומט אויס אז רוי וועט זיין אונזער דיפאלט וועגווייזער אויף בלאט-נעמען. ד.ה. לויט דיין הכרעה, אין פאל מ'וויל נישט אריבערפירן דארט אין רוי (צב"ש מ'האט נישט קיין קלארע שטעלונג אויפן נאמען), דארף מען זיך לכאורה צושטעלן צום יעצטיגן רויען נאמען. איא?
כ'קען דערווייל פרובירן צו ארבעטן אויף דעם וועג, אבער קודם וויל איך דא מאכן א דיסקלעימער באפי תלתא אז "נעמען אין אינערליכע פארבינדונגען, באקומען נישט קיין דין מוחזק" (כ'האף צו געדענקען צוריקצוקומען יעדע דריי יאר שרייען "פלניא גזלנא")...
ווייל כ'וויל נישט הערן אין א וויילע ארום, צב"ש ווען ס'וועט זיך מאכן א העפטיגע דעבאטע [ה"י] וויאזוי מ'זאל רופן אלע חסידות'ן/הויפן/חצרות, צי "חסידות" אדער "הויף" (צופעליגער ביישפיל), אן ארגומענט אזויווי: "שוין דא צופיל אינערליכע פארבינדונגען אויף דעם וועג"... ניטאמאל אלס צירוף!
ווייל טאמער געבט מען יא גערעכט פאר דעם ארגומענט (וואס כ'קען הערן אזא צד) - דאן וועט מען ביי יעדער מוטל-בספק'דיגער אינערליכער-פארבינדונג שוין דארפן מאכן גאנצעטע דעבאטעס [ח"ו]. און כ'מיין אז דאס פעלט אונז נישט יעצט אויס... שטימט? נייטראלער • שמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 23:19 (IDT)- גענאגלט! נאכמער, כ'וואלט אפילו נישט געזאגט ממש אז מען דארף זיך צושטעלן צום יעצטיגן רויען נאמען, דאס איז אביסל צו א שארפע אויסדרוק, נאר אז די ערשטע הנחה דארף זיין אז מיר גלייכן זיך אויס אויפ'ן וועג - זיי מיט אונז און אונז מיט זיי. אויב זע איך א רויטלינק אין אונזערס אן ארטיקל, עפעס וואס עקזיסטירט אין רוי מיט א שינוי שם, קען איך אננעמען אז דער שרייבער פונעם ארטיקל האט נישט געוואוסט פון יענץ, און איך קען פאררעכטן דעם רויטלינק (אדער אריבערפירן דעם רוי ארטיקל, לויט ווי עס זעט מיר אויס ריכטיגער). אויב שטעלט זיך ארויס אז ער האט יא געוואוסט, און פארט האט ער געשריבן אנדערש (און נישט געטוישט אין רוי), וועל איך אים פרעגן מהיכן דנתני. — צמא לדעת • שמועס • ח' שבט ה'תשפ"ג 23:37, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- פון דיינע יעצטיגע שורות שפיר איך אז גיין מיט מיין "אויסוועג" אפציע (פאר פוילע אידן, וואס ווילן נישט דארפן מכריע זיין, אדער ענטפערן מהיכן דנתך) - איז אויך נישט געפערליך... שפיר איך גוט? נייטראלער • שמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 23:44 (IDT)
- מיט ווייטערפירן בלייבט די שאלה ווייטער קאנצענטרירט אויף איין פלאץ, עס מכריע צו זיין אויף איין וועג ווען מען שרייבט איבער דעם ארטיקל מיט אלע זיינע ווייטערפירן, איז עס טאקע נישט געפערליך. הגם לענ"ד וועט פארט אויסקומען גרינגער אין לענגערן טערמין אן אנצולייגן דעם געביט מיט איבריגע ווייטערפירן, אבער דאס איז שוין מער א פערזענליכע געשמאק, כרצון איש ואיש. — צמא לדעת • שמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 01:05, 31 יאַנואַר 2023 (IST)
- פון דיינע יעצטיגע שורות שפיר איך אז גיין מיט מיין "אויסוועג" אפציע (פאר פוילע אידן, וואס ווילן נישט דארפן מכריע זיין, אדער ענטפערן מהיכן דנתך) - איז אויך נישט געפערליך... שפיר איך גוט? נייטראלער • שמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 23:44 (IDT)
- גענאגלט! נאכמער, כ'וואלט אפילו נישט געזאגט ממש אז מען דארף זיך צושטעלן צום יעצטיגן רויען נאמען, דאס איז אביסל צו א שארפע אויסדרוק, נאר אז די ערשטע הנחה דארף זיין אז מיר גלייכן זיך אויס אויפ'ן וועג - זיי מיט אונז און אונז מיט זיי. אויב זע איך א רויטלינק אין אונזערס אן ארטיקל, עפעס וואס עקזיסטירט אין רוי מיט א שינוי שם, קען איך אננעמען אז דער שרייבער פונעם ארטיקל האט נישט געוואוסט פון יענץ, און איך קען פאררעכטן דעם רויטלינק (אדער אריבערפירן דעם רוי ארטיקל, לויט ווי עס זעט מיר אויס ריכטיגער). אויב שטעלט זיך ארויס אז ער האט יא געוואוסט, און פארט האט ער געשריבן אנדערש (און נישט געטוישט אין רוי), וועל איך אים פרעגן מהיכן דנתני. — צמא לדעת • שמועס • ח' שבט ה'תשפ"ג 23:37, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- אה, אויף דער תגובה האב איך געווארט... קומט אויס אז רוי וועט זיין אונזער דיפאלט וועגווייזער אויף בלאט-נעמען. ד.ה. לויט דיין הכרעה, אין פאל מ'וויל נישט אריבערפירן דארט אין רוי (צב"ש מ'האט נישט קיין קלארע שטעלונג אויפן נאמען), דארף מען זיך לכאורה צושטעלן צום יעצטיגן רויען נאמען. איא?
- אלזא, מ'איז טאקע נישט מחויב צו שרייבן ווי אין רוי, אבער אויב ווייסט מען פון דעם רוי ארטיקל זאל מען עס אדער שרייבן ווי אין רוי (דהיינו אז דאס זאל זיין דער דיפאלט, אויב האט מען נישט קיין סיבה פארקערט), אדער שוין יעצט אריבערפירן דעם רוי ארטיקל צום ריכטיגן ארט - און ווייטער שרייבן ווי אין רוי. — צמא לדעת • שמועס • ח' שבט ה'תשפ"ג 22:41, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- איך בין איינשטימיג אז עס איז בעסער צו שרייבן ווי מיר וואלטן געשריבן און נישט זיי נאכטאנצן, אבער לאמיר אביסל ארויסברענגען די אנדערע זייט: אויב שרייבט מען ווי עס איז אין "רוי", וועט עס יעצט ווערן פארבינדן אהין, און ווען מיר וועלן ערזעצן דעם ארטיקל וועלן מיר שוין ממילא איינמאל פאר אלעמאל צופאסן די קישורים, אנשטאט צו דארפן יעצט מכריע זיין איינמאל און נאכאמאל וויאזוי דער "ריכטיגער" נאמען דארף זיין (און יעדער וועט מכריע זיין אנדערש).
- איך מיין אז די רוי חברה זאל זיך פרובירן צו צושטעלן צו אונז דאס מערסטע זיי קענען, מיר דארפן נישט באזונדער ארבעטן פאר זייערס וועגן שווערמער (שמועס) 22:13, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
- דער צווייטער אפציע, אוודאי. און פארשטייצעך אז דער אויסוועג איז א גוטער באנוס. (דער שמועס קומט לכאורה אין דיסקוסיע זאַל). תנא קמא (שמועס) 22:13, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
רוי
איך וויל ארויף ברענגן צו א דיסקוסיע אונזער פאליסי לגבי די ארטיקלען אין די רויער געביט. צמא לדעת האט לעצטענס מעורר געווען מוטל'ן אז ער זאל נישט אריבער ברענגן ארטיקלען פון די רויער געביט, נאר ליבערשט זיי שרייבן אומאפהענגיג, און האט פריער אפגעזאגט שמש מרפא'ס אנבאט אריבער צו פירן אברהם לינקולן צום הויפט געביט.
דער איינפיר, וואס איך געדענק נישט ווען מען האט אזוי מחליט געווען, איז לדעתי נישט אזוי ראטזאם. די איינציגסטע סיבה זיך נישט צו באזירן אויף רויער ארטיקלען, איז נישט צו דארפן געבן קרעדיט פאר וויקיפעדיע, און גלייכצייטיג אויפגעבן די רעכטן און לייסענסעס אויף אונזער שווערע הארעוואניע.
יעצט ממה נפשך: אויב איז עס גרייט צום הויפט געביט (ווי אין פאל פון אברהם לינקולן), האט מען דאך דא גארנישט אינוועסטירט, טא פארוואס זאל אונז שטערן די פרייע לייסענס? (און וואו גענוי כאפט דא א נפקא מינה צי עס איז אין הויפט אדער אין רוי?)
און אפילו אויב עס האט זיך פארלאנגט צואפסונגען (יידיש – וואס וועט געטון ווערן מער און וער אטאמאטיש, מקורות, אספקלריה), זענען זיי נישט אזעלכע שווערע אז מען זאל אזוי שטארק אנהאלטן די רעכטן דערויף.
ווידער אויב שרייבט מען סיי ווי איבער, דאן האבן מיר די פולע רעכטן דערויף. אויב אזוי וועם גייט אן די היסטאריע דערפון?
אויב איז בלויז האלב דערפון איבער געשריבן אינגאנצן, דאן איז דא די אפציע פון געבן רעכטן נאר פאר ספיציפישע חלקים – א אפציע וואס מען האט מיר לעצטענס אפגעזאגט אין העברי, אבער קען זיין ניצליך דא.
סך הכל הייסט מען נישט צולייגן גארנישט צו רוי ארטיקלען, נאר שרייבן פרישע, און די פרישע מוזן זיין הערסטו... אזאנס און אזעלעכס, "המכלול ארטיקלען".
לייג צו צו דעם אז א מערהייט היימישע שרייבער – צוקומפטיגע מכלולאים – האבן לכאורה נישט האבן קיין שום וויקיפעדישע ערפארונג, אדער סיי וועלכע ערפארונג אין שרייבן "ענציקלאפעדיש", דארום המכלול איז די סאמע ערשטע (ערוואקסענע) ענציקלאפעדיע אין היימישן אידיש (!!!).
אין המכלול העברי, ווי אין וויקיפעדיע, ראט מען פרישע חברה קודם צו ביישטייערן צו עקזעסטירנעדע ארטיקלען, איידער מען הייבט אן שרייבן זעלבסטשטענדיג. מיר האבן כמעט נישט דא אזא אפציע דערווייל.
אלזא, האבן מיר א רעצעפט פאר אונטערגאנג.
אנשטאט דעם, רוף איך אז מען זאל אריבערברעגן אלע גוטע, אדער האלב גוטע ארטיקלען צום הויפט געביט, אנגעהויבן ביי אברהם לינקולן, אריבער צו אלע אנדערע.
און אזוי אויף קען מען אידענטיפעצירן "נישט שלעכטע" ארטיקלען וואס דארפן בלויז מקורות אדער יידיש אויסראטן, און צופוצן – אדער גאר בלויז לייגן א מוסטער – און אנפולן דעם הונגעריגן הויפט געביט.
יעדער מכלולאי קען צעביסליך צופוצן די רוי ארטיקלען, צולייגן איין מקור אויפאמאל, צופוצן איין זאץ, מיט איין יידיש ווארט אפדעיטן דעם ראבאט, וכו'.
(לויט מיין חשבון רעדט מען נישט פון קיין סאך ארטיקלען סיי ווי, בערך 250...)
ובכן אקטיווע מכלולאים לאזט ענק הערן שווערמער (שמועס) 03:56, 15 פעברואר 2023 (IST)
[אחר החיתום] רוי געביט למה הוא דומה: עטץ קענסט די צעקנייטשטע פאפירעלעך מען פילט אן די משלוח מנות'ן עס צו מאכן אויסזען פולער? דאס.
- זייער א פארשטענדליכע נקודה, און א ריזן דאנק פארן אריינקומען אזוי קלאר!
כ'קלער אז מיר זאלן אין באטראכט נעמען אזא גאנג, נאך מיר האבן שוין גענוג (וויפיל?) "המכלול" ארטיקלען צו דינען אלס דוגמאות וואו אהין מיר צילן. וואס זאגסטו דערצו? נייטראלער • שמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 04:06 (IDT)- טאקע א גוטע נקודה. אין א קאנטער אפפער, אפשר מעקט מען אגרעסיוו יעדע שוואכע ארטיקל, און מ'לאזט דארט נאר די 5-10 טויזנט בעסטע? למעשה איז רוי ווי מ'שטייט איצט, כמעט א געהעריגער חלק פון המכלול. די לינקס פירן אהין, קומט ארויף ביי צופעליג און אין זוך וכו'. איז וואס איז די גאנצע נפק"מ? צו ס'שטייט רוי: פארן נאמען? נו..
בכלל, איך בין נישט זיכער אז ס'איז דא גאנצע 250 אדער אפילו 25 ארטיקלען וואס זענען ראוי, און אודאי נישט וואס פעססן טאקע דיינע, שווערמער'ס אנווייזונגען.
איז זאל מען אפשר ענדערש מעקן די גאר שוואכע, צוביסלעך מער און מער מיט אן אגרעסיע, און זאלן טאקע פרישע עורכים דארט רעדאגירן, אויב זיי ווילן. תנא קמא (שמועס) 04:07, 15 פעברואר 2023 (IST)- צוגעלייגט טעקסט צווישן די שורות - רוי שטייט ארויס מיט דעם וואס עס קוקט אויס אנדערש, לינקס אהין קוקן אויס אנדערש, אונטן פון יעדע בלאט שטייט אז עס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, מען קען עס נישט פירן צום הויפט געביט, און מען קען נישט צופיל רעדאגירן אן קיין ווארענונג. זאגסטו אז מען דארף דאס אלעס מאכן מער שרייענדיג? אפשר טאקע...
- עס קען אויסקוקן אנדערש פאר א היזיגן, אבער דאטא צייגט אז רוי באקומט גאר ווייניג באזוכערס. אז בלעטער וועלן באקומען מער באזוכערס, וועלן זיי טאקע דארפן שנעלער ערזעצט ווערן (זע אונטן). בהמשך, ווען מיר פארמאגן שוין גענוג אייגענע ארטיקלען (אדער ווען רוב בעסערע/וויכטיגערע פון רוי זענען שוין ערזעצט), וועט מען אנשטעלן אז רוי זאל מער נישט ארויפקומען אין צופעליג און אין זוך.
- מעקן מער אגרעסיוו איז נישט אפגעפרעגט, אבער עס דארף קומען געהעריג אוועקגעשטעלט, מיט קלארע ריכטליניעס און נישט אלס הפקר-וועלט, מעגליך אויך באלאנסירט מיט עפענען די בעסערע רוי ארטיקלען פאר רעדאגירונגען און אריבערפירונגען. אין אנדערע ווערטער, עס איז א גאנצע פרישע פראיעקט. א פראיעקט וואס האט זיך מעגליך זיין צייט, אבער די צייט איז נישט יעצט. יעצט איז די צייט צו ענדיגן וואס שנעלער מיט די רוי-פאטשקעריי און עס פרירן, זיך פארלייגן אויף זיך אליין בויען. בהמשך וועלן מיר קענען צוריקקומען צו ביידע רוי-פארשלאגן ביינאזאם, דיינס און שווערמער'ס. — צמא לדעת • שמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 10:39, 15 פעברואר 2023 (IST)
- כאטש איך פארשטיי דיין ווייטאג בנוגע אן עכטע גוטע ארטיקל, אבער כ'מיין אז תנא קמא איז גערעכט אז די צאל ארטיקלען פון וואס דו רעדסט זענען נענטער צו 25 ווי צו 250, און אם כן, פארוואס דארף מען טוישן די פאליסיס און ריכטליניעס? ענדערש זאל מען ווייטער גיין מיט'ן בליק אז רויע ארטיקלען זענען אין קוואראנטין, און אלץ א כלל זאל עס נישט דינען אלץ ענציקלאפעדישע מקור, און העכסטנס וועט מען מאכן אן אויסנאם פאר די 1% לויזע… --עברי אנכי (שמועס) 05:04, 15 פעברואר 2023 (IST)
- אלע האבן דא ריכטיגע נקודות, אבער ווי אנדערע ווייזן שוין אן רעדט מען סייווי נישט פון צופיל ארטיקלען (קאטעגאריע:נישט שלעכט אנטהאלט יעצט 39, און כ'גלייב אז שווערמער וואלט נישט אריבערגעפירט אלע פון דארט צום הויפט געביט). נישט דא שטעקט די ישועה; צי מיר ווילן צי נישט וועלן מיר סייווי דארפן שאפן כמעט אלע ארטיקלען מן היסוד.
(אגב, די סיבה פארוואס נישט צו פאטשקען און ברענגען פון רוי האט גארנישט מיט קרעדיט, נאר נישט צו עפענען דעם פתח אראפצוברענגען דעם ניווא פון המכלול איידער מיר זענען אליין גענוג געזעצט, ווי נייטראלער איז שוין מרמז. מ'קען טאקע צוריקקומען צו די סוגיא ווען מיר האבן דערגרייכט א פינפטל פון אונזערע "אלף כסף" און "אבן הפינה" צילן, לאמיר זאגן. נאך א מהלך קען זיין, אז פאר יעדע פופציג אייגענע ארטיקלען זאל מען קענען וועלן איין רוי ארטיקל אריבערצוברענגען און צופאסן).
וואס איז יא די עצה? צושטעלן דא ביי אונז די מעגליכקייט גרינג צו ביישטייערן צו עקזיסטירנדע ארטיקלען. דהיינו, שאפן דא ביי אונז מערערע קלענערע/גרינגערע ארטיקלען. די שבט שרייבן פאזע האט זיך ב"ה פיין אויסגעארבעט, און מיר וועלן נאך בעז"ה עסן די פירות דערפון טיף אריין אין אדר, אבער בהמשך דארפן מיר בעסער אויסנוצן אונזערע כוחות. מיר קענען זיך געמיינזאם פארלייגן אויף געציילטע ארטיקלען אויפאמאל, די מערסט-פארבונדענע און מערסט-געזעענע, און זיי געשווינד ערזעצן איינע נאך די אנדערע. דאס איז א מילתא דשויא לתרווייהו, אויך פאר תנא קמא, ווייל אזוי וועלן מיר גיך אפשניידן דעם רוי געביט פון אונז ווי מיט אן עלעקטערישן זעג - קיין רוי ארטיקל וועט נישט זוכה זיין צו צופיל דרויסנדיגע אויגן איידער עס ווערט ערזעצט דורך אונז.
דאס איז אלעס בהמשך (הקרוב, בעז"ה!). אויף יעצט דארפן מיר נאך אויסקוועטשן דאס מערסטע מעגליך פונעם שבט ליסטע, ווי אויך זיך פארלייגן ארויסצוקריכן פון "קאנסטרוקציע" פאזע (50 ארטיקלען, דערפון פינף "אבן הפינה"). — צמא לדעת • שמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 10:29, 15 פעברואר 2023 (IST)- איך מיין מען האט אביסל פארקראכן/ קיין שאלה נישט, אז אונז דא זאלן זיך קאנצענרירן אין שאפן נייע ארטיקלען. איך וויל נישט פארשלאגן א "פראיעקט", נאר אן "אפציע". אביסל מער פרייהייט. איך זע נישט קיין נייטיגקייט אין קיין שום פראיעקט איבער די רוי געביט, שרייבן "וויכטיגע ארטיקלען" פראיעקט קען אונז באגלייטן לאנגע געזונטע יארן. סך הכל וויל איך געבן דער עולם מער אפציע און מער געלעגנהייטן.
אויב איך האב אמאל א מינוט ווען איך נישט אין די כלים אויף צו שרייבן א נייע ארטיקל, האט עס א פשט צו אריינלייגן ארבעט אין א רויער? דאס הייסט צולייגן אפאר מקורות, אויסראטן אביסל יידיש, ערגענצן אביסל דעם תוכן, וכדומה.
כעת איז דאס נישט קיין אפציע. איך וויל אבער אז עס זאל יא זיין אן עתיד פאר די רויער ארטיקלען, און ארבעטן אויף א רוי ארטיקל זאל זיין פונקט אזוי לעגעטים ווי אנהייבן א נייע דרעפט. צופוצן פאוואליע אן עקזיסטירענדע ארטיקל איז גרינגער ווי בויען א נייע; און עס איז נישט דא קיין שום סיבה מיר זאלן דאס נישט טון, כאטש בין גברא לגברא. (צמא לדעת'ס עצה זעט מיר עפעס נישט אויס).
געדענקטס אז בקרוב ממש, אויב וועט איר וועלן טון עפעס פאר המכלול אן זיך אנשרענגען, וועט באקוקן ארטיקלען נישט זיין קיין אפציע...
על כן, זאל מען יא קענען רעדאגירן אלע רוי ארטיקלען, אנדערש ווי די ביז יעצטיגע ריכטליניעס.
שנית, אז רוי ארטיקלען זאלן עס גרינגער אריינמאכן אין הויפט. אויב איז דער ארטיקל בעצם גאנץ, זיין איינציגסטע חסרון איז אביסל מקורות אדער מילדע יידיש, זאל מען מקיל זיין און עס אריינלאזן צום הויפט געביט מיט א מוסטער. דאס קען אבער ווארטן כדי די סטאנדארטן זאלן זיין אוועקגעשטעלט. (הגם, מען קען זאגן אז די עצם עקזיסטענץ פון דער רוי געביט + דער באגלייטע מוסטערן + די פארלאנג צו האבן א בשטאטיגונג פון מנטרים = איז איבער גענוג). שווערמער (שמועס) 03:33, 16 פעברואר 2023 (IST)- אלזא, לאמיר טאקע אפטיילן די צוויי פראגעס: אריבערפירן רוי ארטיקלען צום הויפט געביט איז איין זאך, וואס די דיסקוסיע דערוועגן קען נאך זיכער ווארטן לכל הדעות, און לויזער מאכן די ריכטליניעס איבער רעדאגירן רוי ארטיקלען איז א צווייטע.
איך וואלט פארגעשלאגן, אויף דערווייל, אז רוי ארטיקלען זאלן טאקע זיין לכתחילה אפן פאר לייכטע רעדאגירונגען. ביי גרעסערע רעדאגירונגען וועט בלויז ארויפקומען אן איידעלע פארשלאג (נישט א שטרענגע ווארענונג ווי יעצט), אז אפשר וואלט ער געוואלט טון די ארבעט אין א אייגענע דרעפט.
וועט איר פרעגן, וואס איז דער אויפטו פון רעדאגירן רויע ארטיקלען אויב קען מען זיי סייווי נישט אריבערפירן? צוויי זאכן: איינס, ווען עס וועט קומען די צייט צו עפענען דעם אייגענעם דרעפט וועט מען זאפארט קענען קאפירן אלעס וואס מ'האט מוסיף געווען צום רויען ארטיקל און שוין אויפ'ן פלאץ האבן א כמעשה'דיגע דרעפט. ווי שווערמער זאגט, איז שווער אנצוהייבן אן ארטיקל פון גארנישט, אבער מיט דעם ארבעט-פלוס וועט עס קיינמאל נישט זיין פון גארנישט - רוי וועט דינען אלס crutch ביז ווען דער דרעפט קען שוין שטיין אויף די אייגענע פיס. צווייטנס, אז די רויע ארטיקלען, וועלכע זענען דערווייל פאקטיש א חלק פון המכלול ווי תנא קמא זאגט, זאלן באקומען א שטיקל פנים.
מען דארף דערביי דערמאנען אויך די חסרונות, אפילו פון אזא מילדע מהלך. קודם כל, וועט עס ברענגען אז די רוי ארטיקלען זאלן פאקטיש מער געזען ווערן, דורך אייגענע און דרויסנדיגע. (די מערסט-פאפולערע בלעטער זענען אלע אייגענע, ביז ווען מ'קומט אן צו די רויע ארטיקלען מיט וועלכע מיר האבן די מערסטע געפאטשקעט... גוגל אנאליטיקס צייגט קלאר אז רויע ארטיקלען ווערן כמעט נישט געזען פונדרויסן; דאס וועט זיך טוישן אויב וועלן מיר מער טון אין יענעם געביט). צווייטנס, ווען איינער וועט ווילן עפעס טון פאר המכלול, וועט זיך דרייען אין רוי ווייטער זיין אן אפציע... שווערמער דערמאנט עס אלס מעלה (און ער איז גערעכט), אבער עס איז אויך א חסרון. כ'האב געהאפט אז מיר זענען שוין געענדיגט מיט רוי; האבן מיר טאקע אזויפיל כוחות צו שווענדן אויף רוי און ס'זאל נישט גיין אויף אונזער אייגענע חשבון?
דער אויפטו פון דעם מהלך איז אבער אז עס איז בויגזאם און מיר לאזן נישט אויס קאנטראל (אנדערש ווי אריבערפירן, וואס ביי דעם איז שוין שווערער פארהאן א וועג צוריק). מ'קען צופאסן ארויף אדער אראפ דעם לימיט, ביי וויפיל בוכשטאבן עס קומט שוין ארויף דעם פארשלאג הנ"ל, מ'קען טוישן די ריכטליניעס אויף ווייכער אדער שטרענגער, לויט ווי עס פעלט אויס. און אויב ארבעט זיך עס גאר גוט אויס, קען עס נאך זיין א בריק צום ערלויבן אריבערפירן ארטיקלען אויך — צמא לדעת • שמועס • כ"ה שבט ה'תשפ"ג 10:14, 16 פעברואר 2023 (IST)- @צמא לדעת איך זע נישט אזוי דער גרויסע חילוק פון "איבערארבעטן רויע און אריבערפירן צום הויפט", ביז "איבער ארבעטן רוי, מאכן פון זיי דרעפטס און ענדיגן איבערארבעטן, און אריבערפירן צום הויפט". אויב דער איבעריגע (באן-)סטאנציע פעלט אויס פאר וועלכע סיבה - שיהיה. אלנפאלס זעמיר לכאורה מסכים צו דער געדאנק אז מען קען איבערארבעטן רויע און עווענטואל אריבערפירן צום הויפט, יא? שווערמער (שמועס) 22:09, 22 פעברואר 2023 (IST)
- דער חילוק איז נישט בלויז נאך א סטאנציע, נאר אז בלויז די אייגענע הוספות ווערן אריבערגעפירט צום דרעפט און פון זיי ווערט געשאפן דער פרישער ארטיקל - וואס איז געווען אין רוי איידער מ'האט אנגעהויבן פארבעסערן בלייבט ווייטער דארט.
ווי געשמועסט, דאס איז לאו דווקא א ענדגילטיגע גזירה, נאר וואס קוקט אויס ריכטיג פאר אונזער יעצטיגן שטאפל. ווען מיר וועלן האבן גענוג אייגענע, און גענוג צענטראלע אייגענע, (און גענוג באוויזן דעם פאטענציאל פון פארבעסערן און נוצן ארטיקלען פון רוי), וועט מען מעגליך באשליסן אריבערצופירן פון דארט דירעקט.
אין איין ווארט, רְאֵה דְבָרֶךָ טוֹבִים וּנְכֹחִים אבער עס איז נאכנישט געקומען די פאסיגע צייט, לדעתי. — צמא לדעת • שמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 11:04, 23 פעברואר 2023 (IST)
- דער חילוק איז נישט בלויז נאך א סטאנציע, נאר אז בלויז די אייגענע הוספות ווערן אריבערגעפירט צום דרעפט און פון זיי ווערט געשאפן דער פרישער ארטיקל - וואס איז געווען אין רוי איידער מ'האט אנגעהויבן פארבעסערן בלייבט ווייטער דארט.
- @צמא לדעת איך זע נישט אזוי דער גרויסע חילוק פון "איבערארבעטן רויע און אריבערפירן צום הויפט", ביז "איבער ארבעטן רוי, מאכן פון זיי דרעפטס און ענדיגן איבערארבעטן, און אריבערפירן צום הויפט". אויב דער איבעריגע (באן-)סטאנציע פעלט אויס פאר וועלכע סיבה - שיהיה. אלנפאלס זעמיר לכאורה מסכים צו דער געדאנק אז מען קען איבערארבעטן רויע און עווענטואל אריבערפירן צום הויפט, יא? שווערמער (שמועס) 22:09, 22 פעברואר 2023 (IST)
- אלזא, לאמיר טאקע אפטיילן די צוויי פראגעס: אריבערפירן רוי ארטיקלען צום הויפט געביט איז איין זאך, וואס די דיסקוסיע דערוועגן קען נאך זיכער ווארטן לכל הדעות, און לויזער מאכן די ריכטליניעס איבער רעדאגירן רוי ארטיקלען איז א צווייטע.
- איך מיין מען האט אביסל פארקראכן/ קיין שאלה נישט, אז אונז דא זאלן זיך קאנצענרירן אין שאפן נייע ארטיקלען. איך וויל נישט פארשלאגן א "פראיעקט", נאר אן "אפציע". אביסל מער פרייהייט. איך זע נישט קיין נייטיגקייט אין קיין שום פראיעקט איבער די רוי געביט, שרייבן "וויכטיגע ארטיקלען" פראיעקט קען אונז באגלייטן לאנגע געזונטע יארן. סך הכל וויל איך געבן דער עולם מער אפציע און מער געלעגנהייטן.
- אלע האבן דא ריכטיגע נקודות, אבער ווי אנדערע ווייזן שוין אן רעדט מען סייווי נישט פון צופיל ארטיקלען (קאטעגאריע:נישט שלעכט אנטהאלט יעצט 39, און כ'גלייב אז שווערמער וואלט נישט אריבערגעפירט אלע פון דארט צום הויפט געביט). נישט דא שטעקט די ישועה; צי מיר ווילן צי נישט וועלן מיר סייווי דארפן שאפן כמעט אלע ארטיקלען מן היסוד.
- כאטש איך פארשטיי דיין ווייטאג בנוגע אן עכטע גוטע ארטיקל, אבער כ'מיין אז תנא קמא איז גערעכט אז די צאל ארטיקלען פון וואס דו רעדסט זענען נענטער צו 25 ווי צו 250, און אם כן, פארוואס דארף מען טוישן די פאליסיס און ריכטליניעס? ענדערש זאל מען ווייטער גיין מיט'ן בליק אז רויע ארטיקלען זענען אין קוואראנטין, און אלץ א כלל זאל עס נישט דינען אלץ ענציקלאפעדישע מקור, און העכסטנס וועט מען מאכן אן אויסנאם פאר די 1% לויזע… --עברי אנכי (שמועס) 05:04, 15 פעברואר 2023 (IST)
- צוגעלייגט טעקסט צווישן די שורות - רוי שטייט ארויס מיט דעם וואס עס קוקט אויס אנדערש, לינקס אהין קוקן אויס אנדערש, אונטן פון יעדע בלאט שטייט אז עס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, מען קען עס נישט פירן צום הויפט געביט, און מען קען נישט צופיל רעדאגירן אן קיין ווארענונג. זאגסטו אז מען דארף דאס אלעס מאכן מער שרייענדיג? אפשר טאקע...
- טאקע א גוטע נקודה. אין א קאנטער אפפער, אפשר מעקט מען אגרעסיוו יעדע שוואכע ארטיקל, און מ'לאזט דארט נאר די 5-10 טויזנט בעסטע? למעשה איז רוי ווי מ'שטייט איצט, כמעט א געהעריגער חלק פון המכלול. די לינקס פירן אהין, קומט ארויף ביי צופעליג און אין זוך וכו'. איז וואס איז די גאנצע נפק"מ? צו ס'שטייט רוי: פארן נאמען? נו..
אנהייב
דער חלק פון אן ארטיקל וואס הייסט אין עברית "פתיח" און אין ענגליש "lead section" אדער "lead", האבעך באטיטלט דא "אנהייב". דאס שטעלט זיך אבער ארויס צו זיין אביסל אומפראקטיש און נישט אזוי ניצליך. האט איינער פון די אקטיווע מכלולאים עפעס א גוטע נאמען? ("אריינפיר" איז פסול, ווייל אן "אנהייב" איז קלאר נישט קיין "אריינפיר"). איך טראכט אפשר "פאדערטייל" און "פאדער" בקיצור. עטץ האלטס וואס? שווערמער (שמועס) 03:34, 16 פעברואר 2023 (IST)
- כ'ווייס נישט פארוואס דו פסל'סט אזוי שארף אפ "אריינפיר", איך זע עס דייקא אלס דער בעסטער ווארט פאר דעם. גערעכט טאקע אז דאס איז נישט דער איינציגסטער ציל פונעם פתיח, אבער א הויפט ציל איז עס דאך. און "פתיח" יוכיח, וואס איז מלשון פתח און טייטשט ממש אריינפיר. נאך געדאנקען זענען "פתיחה", "אָווערטור", "פאָרשטעלונג", "איינלייטונג", "הקדמה". תנא קמא (שמועס) 03:50, 16 פעברואר 2023 (IST)
- אן אריינפיר (אויב איך פארשטיי וואס עס מיינט...), איז ניט אמאל טיילווייל דער ציל פון דער פתיח, אפציעל. שווערמער (שמועס) 21:27, 20 פעברואר 2023 (IST)
- קאן זיין כ'ווייס נישט וואס אריינפיר באדייט, קאן זיין ס'האט מער ווי איין מיינונג. אריינפיר איז א צוזאמשטעל פון אריין פירן, און דאס איז, אין גרויס טייל וואס דער ערשטער חלק ארטיקל טוט. ער גיבט א קורצן סך הכל אויפ'ן ארטיקל דערביי אריינפירנדיג דעם ליינער צו ליינען מער אויספירליך דעם גאנצן ארטיקל. –תנא קמא (שמועס) 02:08, 21 פעברואר 2023 (IST)
- שיין מסביר געווען. דער פראבלעם איז אז רוב אריינפיר'ס וואס מען זעט אין ביכליעך, צייטונגען וכדומה, זענען מער אן הונטערגרונט אדער מאטיוואציע פאר דער ארטיקל, וואס איז נישט וואס דער "אנהייב" זוכט בכלל. אקטיווע מכלולאים, עוד הפעם, עפעס פארשאלגן? שטימען לכאן או לכאן? שווערמער (שמועס) 22:05, 22 פעברואר 2023 (IST)
- קאן זיין כ'ווייס נישט וואס אריינפיר באדייט, קאן זיין ס'האט מער ווי איין מיינונג. אריינפיר איז א צוזאמשטעל פון אריין פירן, און דאס איז, אין גרויס טייל וואס דער ערשטער חלק ארטיקל טוט. ער גיבט א קורצן סך הכל אויפ'ן ארטיקל דערביי אריינפירנדיג דעם ליינער צו ליינען מער אויספירליך דעם גאנצן ארטיקל. –תנא קמא (שמועס) 02:08, 21 פעברואר 2023 (IST)
- אן אריינפיר (אויב איך פארשטיי וואס עס מיינט...), איז ניט אמאל טיילווייל דער ציל פון דער פתיח, אפציעל. שווערמער (שמועס) 21:27, 20 פעברואר 2023 (IST)
- וואו זעט מען אז "אנהייב" שטעלט זיך ארויס אומפראקטיש? דאס הערט זיך ביי מיר בעסער ווי אנדערע מעגליכקייטן (פאדער, עפנונג, מבוא). — צמא לדעת • שמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 11:08, 23 פעברואר 2023 (IST)
- איך בין גוט מיט "אריינפיר", אבער נאך אן אפציע קען זיין "פראלאג" --עברי אנכי (שמועס) 06:46, 3 מערץ 2023 (IST)
פארשפארן "אומבאקוקט"
אין די פארגאנגענע וואך האבן מיר זיך געשטעלט א ציל דורכצוגיין אלע אומבאקוקטע ארטיקלען על סדר הא"ב, און שנעל רייניגן די וועלכע לאזן זיך גרינגער רייניגן, מיט די כוונה אז ווען עס בלייבן בלויז די שווערערע ארטיקלען וועלן זיי אלע ווערן פארשפארט - צוגענגליך בלויז פאר די עוסקים במלאכה.
דאס איז בעז"ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס: קרוב צו טויזנט ארטיקלען זענען באקוקט געווארן, און עלף אותיות זענען דערקלערט געווארן ריין פון גרינגע-אומבאקוקטע. דאס אלעס אין די פארגאנגענע וואך.
יעצט, אז מען האלט שוין ביי די לעצטע צען פראצענט צו באקוקן, אפשר קען מען שוין דא שליסן, אן דורכצוגיין די צווייטע העלפט פון די כ"ב אותיות? אויך די גרינגערע ארטיקלען קאסטן פארט צייט און כוחות צו באקוקן - צייט און כוחות וועלכע קענען אפשר מער פראדוקטיוו גענוצט ווערן פאר אנדערע צוועקן. רוב פון די פארבליבענע ארטיקלען זענען אדער נישט צו וויכטיג, אדער דארף מען זיי רייניגן מיט מתינות און כובד ראש; ווער זאגט אז מיר דארפן דאס אלעס יעצט טון?
לויט דעם געדאנק, וועט קאטעגאריע:אומבאקוקט ווערן פארשלאסן, אפן בלויז פאר די מיט די "עורך_אספקלריה" רעכט (וואס וועט געגעבן ווערן פאר אלע וואס טראגן זיך אן צו עוסק זיין במלאכה). פון פארשלאסענע ארטיקלען וועט מען גרינג קענען אנקומען צו א דעזיגנירטע בלאט, וואו מ'קען בעטן צו באקוקן און עפענען דעם ארטיקל. די וואס טוען דערין וועלן געבן פריאריטעט פאר די פארלאנגטע ארטיקלען, ווי אויך פאר אנדערע וויכטיגע וועלכע זענען נאך פארשפארט (אדער די וועלכע קומען ארויף אויפ'ן הויפטבלאט, וכדומה), און אפשר בין גברא לגברא אויך אנדערע פארשפארטע ארטיקלען. אזוי וועט מען בעז"ה קענען נוצן אונזערע כוחות אויף די מערסט-עפעקטיווע וועג, און נישט אז פארשטויסענע באן-סטאנציעס זאלן בהכרח קומען אויפ'ן חשבון פון פאטענציעלע "אבן הפינה" ארטיקלען.
(במאמר המוסגר, וועט דאס אונז אויך געבן מער פרייהייט צו לייכט-רעדאגירן און פארבעסערן די רוי ארטיקלען וועלכע זענען אפן, ווי דיסקוטירט אויבן, עפעס וואס שפירט זיך אביסל אומריכטיג ווען אלעס איז אויסגעמישט אין איין שיסל מיט אפענע פסול'ע תוכן).
וואס זאגט איר? — צמא לדעת • שמועס • כ"ח שבט ה'תשפ"ג 14:50, 19 פעברואר 2023 (IST)
- איידער איך בין מסכים דערמיט וויל איך ערשט אויך ארויסברענגען די אנדערע צד... דורכאויס דעם וועג פון באקוקן האט זיך גאר אסאך מאל געמאכט אז מ'איז מיד געווארן און געוואלט אפשטעלן די ארבעט דארט, אבער צמא האט אלץ געזאגט אז ס'איז א שאד צו ענדיגן דא, און מחזק געווען צו גיין ווייטער ביז'ן סוף... 90% איז טאקע גאר אן ערנסטע נומער, אבער אזוי לאנג ווי די ארבעט פארט אויף גוטע רעלסן, אפשר לוינט זיך צו ענדיגן די איבריגע (מן הסתם ארום 5%) וואס זענען לייכט.
די עיקר שוועריגקייט יעצט איז צו טרעפן די גרינגע צווישן די ים פון שווערערע, אבער בעצם איז נאך דא גענוג און נאך גרינגע און אפילו וויכטיגע ארטיקלען.
אבער די הויפט אישו מיט שוין יעצט אפשפארן די המכלול:רייניגונג פראיעקט איז, אז סוכ"ס גייט עס בלייבן צולאסט אין הונטערן-באוואוסטזיין און די עול דערפון גייט מעגליך נאכאלץ שטערן. דאס איז א שטיקל שאד ווען מ'האלט שוין אזוי נאנט צו זיין פארטיג.
אבער מיט דעם אלעם מיין איך אז הגיע הזמן צו מאכן א פויזע און זיך נעמען צום אינהאלט מיט א פלייס. ווען מען זעט וואס קומט ארויס ב"ה ווען מען ארבעט אויף תוכן איז שווער צו פארצייען דערויף און פאטשקען מיט רויע ערכים. און דערפאר בין איך מסכים מיט צמא'ס פארשלאג צו פארשפארן די פארבליבענע רוי ארטיקלען און לייגן די פראיעקט אין סעמי-היבערנאציע... --עברי אנכי (שמועס) 20:13, 19 פעברואר 2023 (IST)- איר זאגט זייער גוט, אבער לאמיר אביסל ערקלערן וואס איז יעצט אנדערש ווי פארגאנגענע מאלן...
קודם כל, בלייבן שטעקן ערגעץ אינדערמיט איז נישט קיין תכלית, נישט נאר פאר די מכלולאים וועלכע לויפן אהין און צוריק, נאר אויך פאר די באזוכער וועלכע ווערן אנטמוטיגט ווען יעדע צווייטע בלאט איז פארשפארט. גאר עפעס אנדערש איז צו לאזן א צענטל, מיט א קלארן חשבון אויף ווייטער. מיר גייען כסדר ווייטער עפענען די בלעטער וועלכע קומען ארויף און זענען וויכטיג, און עס וועט מעגליך נעמען א שטיקל צייט פאר באזוכער און נייע באניצער צו באמערקן אז טייל בלעטער זענען פארשפארט... (אלס א צושטעל, אויף המכלול העברי זענען יעצט פארשפארט 89,068 ערכים, וואס באטרעפט כמעט 28% פונעם סך הכל). ווען מיר וואלטן געבליבן שטיין ביי 50-60% וואלטן מיר נישט געוואוסט ווען און וויאזוי ווייטער ממשיך צו זיין, אבער יעצט איז דער וועג אויסגעטראטן בעז"ה.
צווייטנס, יעצט האלטן מיר שוין פאקטיש אינמיטן העפטיג שרייבן, עס איז נישט חלומות שחלמו אחרים על אחרים. עס קומען פארנומענע טעג, וויכטיגע ארטיקלען צו פארטיגן אויף פורים און פסח, און באקוקן נאך א 5% איז נישט גענוג וויכטיג צו קומען אויף זייער חשבון.
די ארבעט לויפט נישט אוועק, מיר וועלן כסדר ווייטער באקוקן נאך אביסל, לויט וואס פעלט אויס און קומט אריין. אויב וועט עס טאקע בלייבן צולאסט, קען מען אלעמאל אויסנוצן א בין-גברא-לגברא, צווישן איין שרייב-פראיעקט און די קומענדיגע, אפצוענדיגן די איבריגע. עס וועט דאן האפנטליך גיין נאך שנעלער ווי יעצט, מיט פרישע און באנייטע כוחות בעז"ה. — צמא לדעת • שמועס • כ"ט שבט ה'תשפ"ג 12:35, 20 פעברואר 2023 (IST)
- איר זאגט זייער גוט, אבער לאמיר אביסל ערקלערן וואס איז יעצט אנדערש ווי פארגאנגענע מאלן...