כ"ג כסלו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ג כסלו איז דער דריי־און־צוואנציגסטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דריי־און־צוואנציגסטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז החא |
מאנטאג | מקץ |
השא השג |
דינסטאג | מקץ |
זחא זחג |
מיטוואך | וישב |
זשה זשג |
דאנערשטאג | וישב |
בחה בחג |
פרייטאג | וישב |
בשה גכה בשז גכז |
שבת | וישב |
חגים וזמנים
- טייל פירן זיך צו פאסטן אין דעם טאג אלס יום כיפור קטן, אנשטאט ערב ראש חודש טבת וואס געפאלט אין חנוכה[1].
געשעענישן
- ה'ק"י – 600 אידן ווערן אומגעברענגט אין נירנבערג און די איבריגע פארטריבן פון שטאט, אלס טייל פון די אומרוען צוליב די שווארצע מגיפה
- ה'תקס"א – דער רוסישער צאר באפעלט צו באפרייען רבי שניאור זלמן פון לאדי פון זיין צווייטן ארעסט[2]
- ה'תשס"ג – צען קעניער און דריי ישראלים קומען אום פון א טעראר אטאקע אין א האטעל אין מאמבעסע, ווען אין דער זעלבער צייט פרובירט אל קיידא אראפצושיסן א פליגער פון ארקיע וואס איז דאן ארויסגעפארן אין ריכטונג פון תל אביב
געבוירן
- ה'תקצ"ד – רבי אברהם יעקב גרשון לעססער, א רב אין עטליכע שטעט אין ליטע און דערנאך אין שיקאגא, נשיא פון אגודת הרבנים (נפטר ה'תרפ"ה)
- ה'תרנ"ב – רבי זאב וואלף לייטער, א רב און מחבר ספרים אין גאליציע און די פאראייניגטע שטאטן, בארימט אלס ביבליאפיל און זעלטענער בקי (נפטר ה'תשל"ד)
- ה'תרס"ד – רבי יצחק גליקמאן, א רב, פוסק און מחבר ספרים, אב בית דין אין בערגן-בעלזן, וואו ער האט בעיקר עוסק געווען אין מתיר זיין עגונות (נפטר ה'תשנ"ה)
יארצייטן
- ה'תקנ"ב – רבי דוד טעבלי שיף, רב פון לאנדאן און הויפט רב פון די פאראייניגטע קעניגרייך, מחבר פון "לשון זהב"
- ה'תקפ"ג – רבי יוסף מאמאן, א שד"ר און מנהיג פון די אידישע קהילה אין בוכארא[3]
- ה'תקצ"ז – רבי דוד פון נאווהארדאק, פון די גרויסע תלמידים פון רבי חיים פון וואלאזשין, מחבר פון "גליא מסכת"
- ה'תר"ה – רבי יהודה נבון, א שד"ר, חכם באשי און ראשון לציון אין ירושלים
- ה'תרס"ד – רבי שמשון אורנשטיין, רב פון אזארקאוו און קאליש (געבוירן ה'תקפ"ד)
- ה'תרס"ה – רבי אפרים פישל פעלדמאן, רב פון ביטשקוב, מחבר פון "ידות אפרים" (געבוירן ה'תקצ"ט)
- ה'תרצ"ב – אברהם ערלאנגער, גרינדער פון די ארטאדאקסישע קהילה אין לוצערן און פון די פירער פון ארטאדאקסישן אידנטום אין שווייץ (געבוירן ה'תרי"ג)
- ה'תרצ"ט – רבי אריה לייב הכהן פופקא, עלטסטער זון און רעכטער האנט פון דער חפץ חיים, שפעטער רב אין ראדין (געבוירן ה'תרכ"א)
- ה'תש"א – רבי בן ציון אלפס, א מחנך, דרשן און עסקן אין ווילנע און ארץ ישראל (געבוירן ה'תרי"א)
- ה'תש"ג – רבי אלימלך לאווי, דער "סבא קדישא" פון טאהש
- ה'תשכ"ז – רבי אברהם אלימלך שפירא, גראדזיסקער רבי פון ירושלים (געבוירן ה'תרנ"ד)
- ה'תשמ"ח – רבי דוב סאקאלאווסקי, א רב און ראש ישיבה אין ירושלים (געבוירן ה'תרנ"ז)
- ה'תש"ע – רבי משה דוב וויינבערגער, פאיער רב אין וויליאמסבורג
- ה'תשע"ד – ברכה קאפאח, פרוי פון הרב יוסף קאפאח, באקאנט מיט אירע חסד אקטיוויטעטן (געבוירן ה'תרפ"ב)
רעפערענצן
- ↑ כף החיים, סימן כ"ז סעיף ב'
- ↑ אגרות קודש אדמו"ר הזקן, נספח 27
- ↑ Rav Yosef Mamon, אויף Geni