רוי:רבי דוד טעבלי שיף
הרב דוד טעבלי שיף (נפטר כ"ג כסלו ה'תקנ"ב) איז געווען דער רב פון דער גרויסער שול אין לאנדאן (אב"ד לאנדאן) און הויפט רב פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
ער איז געווען א זון פון שלמה שיף פון פראנקפורט, וואו ער האט געלערנט ביי רבי יעקב כ"ץ פאפרש, דער שב יעקב און ביים פני יהושע.[1] ער איז געווארן א מגיד אין וויען, ראש פונעם קלויז אין ווארמז און א דיין אין פראנקפורט ביי רבי אברהם אביש פראנקפורטער. אין תקכ"ו האט מען אים באשטימט רב אין דער גרויסער שול אין לאנדאן און אב"ד לאנדאן.
ער האט געהייראט בריינלא זינצהיים, און זיי האבן געהאט איין זון, משה. זיין ווייב איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך ווען זיי זענען אנגעקומען אין לאנדאן.
הרב שיף איז נפטר געווארן כ"ג כסלו תקנ"ב, און ער ליגט אין דעם אלטן אשכנזישן בית עולם אינעם איסט ענד פון לאנדאן.
צווישן זיינע תלמידים איז געווען רבי נתן אדלער פון פראנקפורט. זיין זון משה שיף האט ארויסגעגעבן א טייל פון זיינע תשובות, חידושים און דרשות מיטן נאמען "לשון זהב", געדרוקט צום ערשטן מאל אין אפנבאך, תקפ"ב. דאס ספר איז איבערגעדרוקט געווארן אין תשנ"ז.[1]
ביבליאגראפיע
- לשון זהב, לאנדאן, תשנ"ז, מבוא עמ' א-ז
דרויסנדיגע לינקס
- לשון זהב א, אופנבאך, תקפ"ב
רעפערענצן
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 אידישע טריבונע (לאנדאן) 2098, עמ' 8 (כ"ו כסלו תשע"ב)
ווייזהויפט רבנים פון די פאראייניגטע אידישע געמיינדעס פון דער קאמאנוועלט |
---|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!