רבי יעקב כ"ץ פאפרש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יעקב כ"ץ פאפרש
שו"ת שב יעקב חלק א, פרנקפורט תק"ב
שו"ת שב יעקב חלק א, פרנקפורט תק"ב
געבורט פראג
פטירה כ"ב שבט ה'ת"ק
פראנקפורט
מקום קבורה

אור-אלטן בית החיים אין פראנקפורט

50°06′46″N 8°41′24″E / 50.112718°N 8.6898981°E / 50.112718; 8.6898981 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טעטיגקייט אָרט קאבלענץ, פראנקפורט
רבי'ס רבי אהרן שמעון מפראג, רבי אברהם ברודא
בני דורו רבי יעקב יהושע פלק
ספרים שו"ת שב יעקב
רב פון פראנקפורט
ה'תע"ח–ה'ת"ק

רבי יעקב כ"ץ פּאָפּרשׂ (נפטר כ"ב שבט ה'ת"ק) איז געווען א דייטשער רב און פוסק, דער מחבר פונעם ספר "שב יעקב". ער איז געווען דער רב פון קאבלענץ און פראנקפורט, איז געווען א פוסק הדור, און האט געפירט א גרויסע ישיבה.

ביאגראפיע

נוסח פון זיין מציבה

 ה"ה הגאון המפורסם אב"ד
ור"מ פה קהילתינו החסיד מהור"ר
יעקב כ"ץ זצ"ל מפראג ת"ק לפ"ק
פה טמון וגנוז האי שופרא דיעקב
איש תם בדרכיו צדיק במעשיו
הרביץ תורה בישראל והעמיד
תלמידים הרבה דור ודור
ידע שמו שמעתתו מבדרין בעלמא
הדין אשר הניח אחריו הרבה
חידושין לומד אמרינן וקיים את
התורה אדם כי ימות באהל
ענוותן כהלל לראש גולת אריאל
ויקם עדות ביעקב ותורה שם
בישראל רבן של כל בני הגולה ה"ה
אמ"ו נ"י פ"ה ע"ה מהור"ר יעקב
כ"ץ זצ"ל … כל אלה תחת
כסא הכבוד חקוקה וצרורה עשצ"ו
שבג"ע נ' במש"ק פ׳ יתרו כ"ב שבט
וישכב יעקב במקום ההוא לפ"ק[1]

רבי יעקב איז געבוירן געווארן אין פראג צו זיין פאטער רבי בנימין הכהן פאפרשׂ, זון פון רבי יעקב הכהן, רב אין טריביש. דער אייניקל רבי יעקב האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער און אין פארשידענע ישיבות.

אנהייב איז ער געווען אַן "אפילאנט" (דיין אינעם העכערן בית דין פאר ערעורים) אין פראג. אין תנ"ח איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין שטאט קאבלענץ, אויפ'ן רהיין, פאר צוואנציג יאר. אין יאר תע"ח האט ער באקומען א פארשלאג צו ווערן רב אין האלבערשטאט, אבער אויפ'ן וועג האט ער אנגענומען דעם רבנות פונעם גרויסן שטאט פראנקפורט, וואו ער האט איבערגענומען דעם גרויסע ישיבה פון רבי אברהם ברודא.

צווישן זיינע טויזנטער תלמידים[2] זענען געווען רבי יעקב בערלין; רבי יוסף שטיינהארט, רב אין פיורדא; רבי יוסף וואשׂערטרילינג, דיין פון אנסבאך; רבי יעקב משה דוד טעבלי שייאר, מיינצער רב[3]; רבי דוד טעבלי שיף, לאנדאנער רב[4]; רבי מאיר ברבי[5]; און רבי יעקב'ס יונגערער ברודער רבי אברהם. רבי יעקב האט געפירט א קארעספאנדענץ מיט די גדולי הדור פון זיין תקופה איבער הלכה'דיגע און אנדערע דאן-אקטועלע פראגעס.

רבי יעקב איז געווען צווישן די רבנים וועלכע האבן ארויפגעלייגט א חרם אויף רבי משה חיים לוצאטו (רמח"ל) אין יאר תפ"ה, צוליב וואס ער האט אויסגעלערנט קבלה, און אויך צוליב א חשד אז ער האלט מיט די שבתאי'שע דאקטרינע. נאכ'ן זיין געצוואונגען צו פארלאזן איטאליע איז דער רמח"ל אנגעקומען קיין פראנקפורט, וואו ער איז געשטעלט געווארן פאר'ן בית דין פון רבי יעקב. נאך לאנגע דיסקוסיעס איז ער פארפליכטעט געווארן צו צוזאגן נאכאמאל אז ער וועט נישט אויסלערנען קבלה און נישט זיך באשעפטיגן מיטן דאס לערנען ביז ער ווערט פערציג יאר אלט.

רבי יעקב איז נפטר געווארן שבת יתרו, כ"ב שבט ה'ת"ק[6] אין פראנקפורט, וואו ער איז באערדיגט געווארן אין אלטן בית החיים. זיין ממלא מקום אלס שטאטס-רב איז געווען דער פני יהושע.

ספרים

רבי יעקב "האט פארפאסט פילע ספרים אן א שיעור אויף דער גמרא, חידושי הלכה ותוספות, ראשונים און אחרונים, שו"ת, דרשות און לימודים"[7]. ערשינען איז בלויז א צוויי-חלקימ'דיגער ספר שאלות ותשובות "שב יעקב" (פראנקפורט, תק"א-תק"ב דורך זיינע זין). א צאל פון זיינע חידושים זענען אריינגענומען געווארן אינעם ספר "מנחת כהן" (פיורדא, תק"א) פון רבי שבתי בן משה, און אין שפעטערע ספרים און קובצים[8].

פאמיליע

זיין יונגערער ברודער רבי אברהם איז געווען אב"ד און מרא דאתרא אין טיפליץ, בעהמען. ער האט געגעבן א הסכמה אויף זיין ברודער'ס שו"ת ספר.

זיין ערשטע ווייב, אסתר, איז נפטר געווארן א' סיון תפ"ד[9]. ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט ליבלה, אלמנה פון רבי בצלאל בומסלא (נפטרה אין פראנקפורט ד' אלול תקי"ב)[10].

צוויי זין זענען אים אוועק אין קאבלענץ[11]; זיין טאכטער​​ פרימט איז געשטארבן ביים געבן געבורט אין כ"ב סיון תצ"ג[12]; זיין זון ר' יהודה לייב איז נפטר געווארן אין פראנקפורט י"ח אב תקי"ד[13]; און זיין זון רבי זאב וואלף איז געווען א דיין אין פראנקפורט, און שפעטער רב אין פרידבערג (נפ' ח' כסלו תקי"ח).

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. מרדכי הורוויץ, אבני זכרון, פראנקפורט, תרס"א, עמ' 244, מצבה 2319
  2. חיד"א אין רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים מערכת סופרים אות י', סעיף רלב שרייבט אז אין זיין ישיבה האבן געלערנט מער ווי 400 תלמידים; זעט אויך אין הקדמה פון שב יעקב "מקווי אקווהתא לאלפים ורבבות תלמידים בעדרי עדרים".
  3. נינו רבי שמואל באנדי, בהקדמה ל'תורי זהב' (מיינץ תרל"ה), עמ' יג
  4. נכד אחותו בהקדמה לספרו 'לשון זהב' מהדורה הראשונה, ד"ה בית דוד
  5. רבי מאיר ברבי, מהר"ם ברבי חידושי הלכות, דיהרנפורט, תקמ"ו, עמ' א: "מורי ורבי הגאון אמיתי בעל שב יעקב"
  6. לויט די מציבה, און נישט ווי אין מליצי אש
  7. פראנקפורטער מעמארבוך, Ms. Heb. 4°1092, מאנוסקריפט אויף נבמ"י, געברענגט אין ר"מ הורוויץ,‏ רבני פרנקפורט,‏ תשל"ב,‏ עמ׳ ‎303-304‎‏.
  8. קובץ, "דרושים על התורה ומועדים", פעמי יעקב יט, תשנ"ב;
    "אמת ליעקב – ספר בראשית", ירושתנו ו, תשע"ב, עמ' פו–קיד;
    "אמת ליעקב – ספר שמות", ירושתנו ז, תשע"ד, עמ' סב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
    "אמת ליעקב – ספר ויקרא", ירושתנו ח, מכון מורשת אשכנז, תשע"ה, עמ' מח (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
    "אמת ליעקב – ספר במדבר", ירושתנו ט, מכון מורשת אשכנז, תשע"ו, עמ' נ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
    "אמת ליעקב – ספר דברים", ירושתנו י, מכון מורשת אשכנז, תשע"ט, עמ' נו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  9. מרדכי הורוויץ, אבני זכרון, מציבה 1840, פראנקפורט, תרס"א
  10. הורוויץ, אבני זכרון, מציבה 2750
  11. שו"ת שב יעקב ח"א סי' יד
  12. פראנקפורטער מעמארבוך, זייט 196, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; הורוויץ, אבני זכרון, מציבה 2096
  13. הורוויץ, אבני זכרון, מציבה 2799