פרשת בראשית
| |||||
פסוקים | בראשית א, א - ו, ח | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 146 | ||||
צאל ווערטער | 1931 | ||||
אינהאלט | בריאת העולם, עץ הדעת, קין און הבל, געבורט פון נח | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים | ישעיהו מב, ה – מג, י | ||||
ספרדים, חב"ד און קהילת פראנקפורט | ישעיהו מב, ה–כה | ||||
תימנים | ישעיהו מב, א–טז | ||||
איטאליענער | ישעיהו מב, א–כא |
פרשת בְּרֵאשִׁית איז די ערשטע פרשה פון ספר בראשית און פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ו', פסוק ח', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.
די פרשה שילדערט ווי דער אויבערשטער באשאפט די וועלט, אדם און חוה, און הייליגט דעם שבת. א שלאנג איבערצייגט חוה, וואס לאדנט דאן אדם, צו עסן פונעם עץ הדעת, וואס גאט האט זיי פארבאטן. גאט שעלט זיי און פארשיקט זיי פון גן עדן. איינער פון זייערע זין, קין, מארדעט זיין ברודער הבל פון קנאה. אדם און חוה האבן נאך א זון, שת. די אפשטאמלינגען פון אדם פאפולירן די וועלט, די דורות ווערן מער און מער קארופטירט, ביז דער אויבערשטער איז מחליט צו חרוב מאכן דאס מענטשהייט. איין מענטש, נח, געפונט חן ביי גאט.
פרשת בראשית ווערט געליינט די ערשטע וואך נאך שמחת תורה. די ערשטע עליה אינעם פרשה ווערט אויך געליינט אין שמחת תורה, גלייך נאכ'ן ענדיגן דעם ציקל פון קריאת התורה. דער וואס איז עולה דעם קריאה אין שמחת תורה ווערט גערופן דער "חתן בראשית".
פרשה אינהאלט
בריאת העולם
ספר בראשית הייבט זיך אן מיט א דעטאלירטע שילדערונג פון בריאת העולם דורך דעם אויבערשטן - "אלקים", אין זעקס טעג[1]:
- אנפאנג פונעם ערשטן טאג, איז די וועלט געווען ליידיג און פוסט, תוהו ובוהו, פינסטערניש האט געהערשט איבער'ן תהום, און דער "רוח אלקים" האט געשוועבט איבער'ן וואסער. דער אויבערשטער האט באשאפן די ליכטיגקייט, און האט אפגעטיילט צווישן דעם און די פינסטערניש.
- אינעם צווייטן טאג האט ער באשאפן די הימל, וואס טיילט אפ צווישן די מים העליונים און די וואסערן אויף דער ערד.
- אינעם דריטן טאג האט דער אויבערשטער איינגעזאמלט אריין אין די ימים דאס וואסער וואס האט פארשוועמט דעם ערד, און דאס טרוקעניש האט זיך אנטפלעקט. און דעם טאג האט ער אויך באשאפן די געוויקסן.
- אינעם פערטן טאג האט ער אויפגעהאנגען די זון, די לבנה, און די שטערנס אינעם הימל, און האט באשטימט אז דער זון זאל לייכטן בייטאג און די לבנה ביינאכט.
- אינעם פינפטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן באשעפענישן פון וואסער און די פייגלען פון הימל, און האט זיי געבענטשט זיי זאלן זיך מערן און אנפילן די וועלט.
- אינעם זעקסטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן די באשעפענישן וואס לעבן אויף דער ערד. ביים ענדע פונעם באשאף האט דער אויבערשטער באשאפן דעם מענטש (אדם).
- דער זיבעטער טאג: סוף פונעם זעקסטן טאג האט זיך געענדיגט דאס באשאף, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער גערוט פון יעדע ארבעט. ער האט געבענטשט דעם טאג און עס באשטימט אלס הייליגער טאג.
נאכ'ן שילדערן די זעקס טעג פון באשאף, טוט דער פסוק ווידערהאלן אז איידער דער מענטש'נס באשאף האט נאכנישט געשפראצט קיין געוויקסן וויבאלד גאט, וואס ווערט פון דא און ווייטער דערמאנט מיט ביידע שמות, הוי"ה און אלקים[2], האט נאכנישט בארעגנט דעם ערד, און עס איז נאכנישט געווען ווער עס זאל עס באארבעטן. עס ווערט געשילדערט דער באשאף פונעם מענטש[3], און דער גן עדן - א גארטן וואס גאט האט איינגעפלאנצט אין עדן און זיין ארום, זיינע טייכן און ביימער. דער אויבערשטער האט געלייגט דעם מענטש אין גן עדן און עס אים געגעבן "איר צו באארבעטן און באהיטן", און האט אים באפוילן צו עסן פון אלע פרוכט פון גארטן אויסער פון די פרוכט פונעם עץ הדעת - "דער בוים פון וויסן גוט און שלעכט", ווייל אינעם טאג וואס ער עסט דערפון וועט ער שטארבן. דערנאך האט דער אויבערשטער געזאגט אז "עס איז נישט גוט אז דער מענטש איז אליין - איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים". ער האט געברענגט פאר'ן מענטש אלע חיות אז ער זאל זיי רופן מיט נעמען, אבער פאר זיך האט דער מענטש נישט געטראפן קיין געהילף. האט דער אויבערשטער ארויפגעווארפן אויף אים א טיפן שלאף, גענומען איין ריפּ פון זיין קערפער און פון דעם האט ער אויסגעבויט דער פרוי און איר געברענגט צום מענטש, וואס האט איר אנגערופן אשה, "פרוי".
חטא עץ הדעת
דערנאך ווערט געשילדערט[4] ווי דער נחש הקדמוני האט איבערגערעדט די פרוי אז עס וועט זיי נישט קומען קיין טויט דורכ'ן עסן פון די פרוכט פון עץ הדעת וואס דער באשעפער האט זיי פארבאטן, נאר דער אויבערשטער וויל צוריקהאלטן פון זיי פארשטאנד און געטליכקייט. חוה האט געגעסן דערפון און געגעבן אויך פאר איר מאן צו עסן. זיי זענען געווארן באוואוסטזיניג אז זיי זענען אנטבלויזט, און האבן זיך אנגעגארטלט מיט פייגן בלעטער. דער אויבערשטער האט פארגעהאלטן דעם מענטש און זיין פרוי, און אלס שטראף געשאלטן דעם שלאנג, מיטן אפשניידן די פיס זי זאל זיך שלעפן אויפ'ן האלז, זי זאל עסן ערד און עס זאל הערשן א פיינטשאפט צווישן איר און די מענטשהייט. חוה איז באשטראפט געווארן מיט צער גידול בנים, מיט צער העיבור און אז דער מאן זאל געוועלטיגן איבער איר. אדם איז געשטראפט געווארן מיט דארפן שווער ארבעטן פאר ברויט און מיט ענדגילטיגע טויט.
דער מענטש האט גערופן זיין פרוי מיט'ן נאמען חוה, און דער אויבערשטער האט פאר זיי געמאכט העמדער. דאן האט ער זיי פארטריבן פון גן עדן.
קין און הבל
אדם און חוה האבן געבוירן צוויי זין, קין און הבל[5]. הבל איז געווארן א פאסטוך און קין - א פעלד ארבעטער. ביידע ברידער האבן געברענגט א מנחה פאר גאט, קין פון געוויקסן און הבל פון די בכורות פון זיינע שאף, אבער גאט האט זיך געוואנדן בלויז צו הבל'ס מנחה. אין רעאקציע האט קין גע'הרג'עט זיין ברודער, און געווארן באשטראפט מיט אייביגע וואגלנישן. צו זיין שוץ האט אים גאט געגעבן אן "אות", אז ער זאל נישט ווערן געטשעפעט דורך פיינט וואס וועלן אויסנוצן זיין שוואכקייט. דערנאך ווערט דערציילט איבער די דינאסטיע וואס איז ארויס פון קין, ביז למך און זיינע זין.
דינאסטיע פון שת
נאך הבל'ס טויט איז געבוירן געווארן צו אדם און חוה א דריטער זון מיט'ן נאמען שת. די פרשה[6] שילדערט די צען דורות פון אדם, דורך שת, ביז נח.
דור | נאמען | עלטער ביים געבוירן קומענדיגער דור | יארן געלעבט דערנאך | יארן געלעבט אין סך הכל |
---|---|---|---|---|
1 | אדם הראשון | 130 | 800 | 930 |
2 | שת | 105 | 807 | 912 |
3 | אנוש | 90 | 815 | 905 |
4 | קינן | 70 | 840 | 910 |
5 | מהללאל | 65 | 830 | 895 |
6 | ירד | 162 | 800 | 962 |
7 | חנוך | 65 | 300 | 365 |
8 | מתושלח | 187 | 782 | 969 |
9 | למך | 182 | 595 | 777 |
10 | נח | - | - | 950 (אין קומענדיגע פרשה) |
וועלט קארופציע
די פרשה ענדיגט זיך מיט א שילדערונג פון די עטישע קארופציע וואס האט געהערשט אויף דער וועלט, די בני האלהים וועלכע האבן זיך גענומען פרויען, און די נפילים וועלכע זענען געווען אין יענע צייט. דער אויבערשטער האט געצערנט אויף די מענטשן'ס שלעכטע מעשים און אפגעמאכט (כביכול) צו אפווישן אלע באשעפענישן פון דער וועלט. נח, אבער, האט יא געטראפן חן אין גאט'ס אויגן.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:
די מצוות | מקור | די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן | די וואס זענען באפוילן |
---|---|---|---|
פריה ורביה | וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ[7] | יא | מענער[א] |
לויט טייל ראשונים[8] איז דער פסוק אין בראשית א ברכה צו אדם אז ער זאל זיך מערן, און די מצוה לערנט מען ארויס פון פסוק אין פרשת נח ט, ז; וְאַתֶּם פְּרוּ וּרְבוּ שִׁרְצוּ בָאָרֶץ וּרְבוּ בָהּ[9].
טייל ראשונים האלטן אז גויים זענען אויך באפוילן מיט'ן חיוב פון פריה ורביה, וויבאלד דער אויבערשטער האט באפוילן "פרו ורבו" פאר אדם, דער טאטע פון די גאנצע מענטשהייט[10]. אנדערע ראשונים האלטן אבער אז בני נח זענען נישט מחוייב[11].
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
- השא יאר און הכז יאר, השג יאר און החא יאר - כ"ד תשרי
- גכה יאר און גכז יאר - כ"ו תשרי
- בשה יאר און בחג יאר, בשז יאר און בחה יאר - כ"ז תשרי
- זשג יאר און זחא יאר, זשה יאר און זחג יאר - כ"ט תשרי
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ישעיהו מב. די תימנים און איטאליענער הייבן אן ביי פסוק א', די ספרדים און אשכנזים הייבן אן ביי פסוק ה'. די תימנים ענדיגן ביי פסוק ט"ז, די ספרדים, איטאליענער און די קהילות פראנקפורט ד'מיין און פאזנע ביי פסוק כ"א, און די איבריגע אשכנז'ישע קהילות ביי קאַפּיטל מ"ג, פסוק י'. די הפטורה רעדט איבער די הנהגה פונעם אויבערשטן און הייבט זיך אן מיט'ן באשאף פון דער וועלט און די וואס לעבן אין איר:
כֹּה אָמַר הָאֵ-ל ה' בּוֹרֵא הַשָּׁמַיִם וְנוֹטֵיהֶם רֹקַע הָאָרֶץ וְצֶאֱצָאֶיהָ נֹתֵן נְשָׁמָה לָעָם עָלֶיהָ וְרוּחַ לַהֹלְכִים בָּהּ. אֲנִי ה' קְרָאתִיךָ בְצֶדֶק וְאַחְזֵק בְּיָדֶךָ וְאֶצָּרְךָ וְאֶתֶּנְךָ לִבְרִית עָם לְאוֹר גּוֹיִם.
ביי די ראָמאַניאָטן ליינט מען ישעיהו סה, טז – סו, יא.
אין יארן וואס דער ערשטער טאג ראש השנה געפאלט אום שבת, געפאלט ראש חודש חשוון זונטאג און מאנטאג נאך שבת בראשית, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ ממרא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט:
- פרשת בראשית, אויף שיתופתא
- פרשת בראשית, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת בראשית - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת בראשית, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בראשית", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת בראשית אויף קול הלשון
- פרשת בראשית, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת בראשית, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת בראשית, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת בראשית, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת בראשית", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת בראשית אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ לויט תנא קמא אין די משנה יבמות סה, ב; לויט רבי יוחנן בן ברוקא זענען פרויען אויך מחוייב.
רעפערענצן
- ↑ א, א – ב, א
- ↑ בראשית ב, ד
- ↑ ב, ז
- ↑ ג, א–כד
- ↑ ד, א–כד
- ↑ ה
- ↑ בראשית א, כח.
- ↑ רמב"ן, בראשית ט, ז; תוספות, יבמות סה, ב, ד"ה ולא; מהרש"א, סנהדרין נט, ב.
- ↑ רש"י, בראשית ט, ז; רמב"ן, בראשית ט, ז.
- ↑ רש"י, יבמות סב, א, ד"ה בני נח; מאירי, יבמות סב, א; שאילתות דרב אחאי גאון שאילתא קסה; תוספות, חגיגה ב, ב, ד"ה לא תהו בראה.
- ↑ תוספות, חגיגה ב, ב, ד"ה לא תהו בראה.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
אדם ביז נח | |
---|---|
|