י"ז כסלו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י"ז כסלו איז דער זיבעצנטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעצנטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה גכה בשז גכז |
זונטאג | וישב |
הכז החא |
דינסטאג | וישב |
השא השג |
מיטוואך | וישב |
זחא זחג |
דאנערשטאג | וישלח |
זשה זשג |
פרייטאג | וישלח |
בחה בחג |
שבת | וישלח |
חגים וזמנים
געשעענישן
- א'תרנ"ז – נח'ס תיבה האט גערוהט אויף די בערג פון אררט אין דעם טאג, לויט רבי יהושע
- ג'תי"ד – אידן זענען זיך מתוודה פאר עזרא הסופר, וועלכער פאסט און וויינט אין דעם טאג[1]
- ה'ת"א – פארטוגאל ווערט זעלבסטשטענדיג, נאך זעכציג יאר שפאנישע הערשאפט
- ה'תרפ"ה – ערשטע לעקציעס געגעבן אין דער טעכניאן
- ה'תרצ"ז – הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג אויפגענומען אלס צווייטער רב הראשי פון מדינת ישראל
- ה'תש"א – צווייטע וועלט-מלחמה: אמעריקאנער מיליטערישער פארט אין פערל הארבער אטאקירט דורך יאפאן
- ה'תש"ג – ערשטע אידן פון נארוועגיע קומען אן קיין אוישוויץ
- ה'תש"ח – די אלגעמיינע אסעמבלי פון די פאראייניגטע פעלקער נעמט אן דעם באשלוס צו אויפשטעלן מדינת ישראל אויף א חלק פון ארץ ישראל
- ה'תשכ"ז – בארבאדאס ווערט זעלבסטשטענדיג פון בריטאניע
- ה'תשל"ו – דריי בחורים פון ישיבת הגולן אומגעברענגט דורך פאטאך טעראריסטן וועלכע האבן זיך אריבערגעשווערצט פון סיריע
- ה'תשס"ב – זעלבסטמארד אטאקע אויף אן אגד באס אין חליסה געגנט אין חיפה, פון וועלכע פופצן זענען אומגעקומען
געבוירן
- ה'תק"ז – רבי שניאור זלמן פון לאדי, לויט איין שיטה[2] (נפטר ה'תקע"ג)
- ה'תרל"ח – רבי שלום מאסקאוויטש פון שאץ (נפטר ה'תשי"ח)
- ה'תרנ"ז – רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן, סאדיגורער רבי פון תל אביב (נפטר ה'תשל"ט)
- ה'תשט"ו – רבי ברוך שוחט, דער רבי פון קארלין סטאלין
יארצייטן
- ה'תק"ל – רבי מאיר פישלס, ראש ישיבה, דיין און ראב"ד פון פראג במשך פערציג יאר
- ה'תקס"ה – רבי יצחק קורייאט (צווייטער), א רב, דיין און שד"ר אין טיטואן און ליווארנא, מחבר פון ספר מעשה רק"ם
- ה'תר"פ – רבי יוסף יוזל הורוויץ, "דער אלטער" פון נאווהארדאק
- ה'תרפ"ה – רבי שמואל אביגדור פייוולזאהן, רב אין פלונגיאן (געבוירן ה'תרי"ט)
- ה'תש"ה – רבי שלמה היימאן, ראש ישיבת תורה ודעת און א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'תשכ"ז – אברהם יוחנן בלומענטאל, דער גרינדער פון בית היתומים בלומענטאל (געבוירן ה'תרל"ז)
- ה'תש"ס – רבי שלום בראנדער, ראש ישיבת בעלזא אין ירושלים (געבוירן ה'תרע"ב)
- ה'תשפ"א – רבי אהרן חדש, דער מירער משגיח