רבי זאב וואלף פון זיטאמיר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער "אור המאיר"
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
שער בלאט פון ספר "אור המאיר"
שער בלאט פון ספר "אור המאיר"
כינוי רבי וועלוועלע פון זיטאמיר
פטירה ה' סיון ה'תקנ"ז
איוועניץ
מקום קבורה איוועניץ
מדינה רוסישע אימפעריע (היינטיגע אוקראינע)
וואוין אָרט זיטאמיר; איוועניץ
טעטיגקייט אָרט רוסישע אימפעריע (היינטיגע אוקראינע)
רבי'ס רבי דוב בער פון מעזריטש
ספרים אור המאיר
ווייב עטיא אסתר, טויבא
קינדער רבי ישראל דוב בער, רבי מנחם מענדיל, רבי צבי הירש, רבי יוסף,
רבי דוד, רבי יחיאל מיכל, רבי פנחס פון קאלק

רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן דער אור המאיר אויפן נאמען פון זיין ספר, אוועק ה' סיון ה'תקנ"ז[1]), איז געווען פון דריטער דור פון חסידות, פון די גרויסע תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. ער איז קודם געווען א וויין סוחר, דערנאך האט ער געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט דעם תורת החסידות אין זיטאמיר.

ביאגראפיע

ווייניג איז באקאנט איבער זיין אפשטאם און זיינע יונגע יארן. זיין מאמע האט געהייסן יהודית, און זי איז געווען מיוחס צו רבי שאול וואהל. רבי זאב וואלף האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר. אין די שפעטערע יארן, נאך וואס זי איז אוועק, האט ער חתונה געהאט צו טויבא, א טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות דער רב אין מעזריטש, וואס זי איז געווען די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ דער מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם", און ער האט געהאט מיט איר דריי זון.

רבי זאב וואלף איז געווען א תלמיד פון דער מעזריטשער מגיד[א]. ער האט מקבל געווען אויך פון רבי פינחס פון קאריץ[2], און ער איז געווען נאנט מיט נאך צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ וואס ער האט זייער געשעצט דעם שפאלער זיידן, האט ער געשטיצט אויך רבי נחמן מברסלב אין זייער מחלוקת [מקור פארלאנגט].

אין זיטאמיר האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך האט ער אויך געעפנט א חסידישער בית מדרש[3].

אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איוועניץ נעבן זיטאמיר[4]. ער איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן. ווען ער איז אוועק זענען נאך געווען אין שטוב דריי פיצלעך יתומים, זיינע קינדער פון זיין צווייטן זיווג.

ספר אור המאיר

דורכאויס די יארן האט זיין תלמיד רבי אליעזר פון זיטאמיר אראפגעשריבן די דברי תורה פון זיין רבי'ן, און די כתבים זענען פארשפרייט געווארן צווישן אנדערע תלמידים[5]. אין יאר תקנ"ח, נאך די פטירה פון רבי זאב וואלף, האט רבי אליעזר געדרוקט פון די כתבים דעם ספר "אור המאיר", וואס איז פון דאן געווארן פאררעכנט אלס א וויכטיגער ספר אין חסידות. דער ספר איז באקרוינט געווארן מיט די הסכמות פון רבי יהודה לייב אב"ד שידלאוו, רבי יוסף אב"ד קאסנטין, רבי מרדכי פון קאריץ א זון פון רבי פנחס קאריצער, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי צבי פון אוסטראה, רבי מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאביל, רבי ישראל פון פיקאוו (א זון פון רבי לוי יצחק בארדיטשובער).

אין מערערע ערטער אין ספר פאדערט ער זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט די נאכלויפן מותרות, ער מאכט זייער אוועק די אלע עולם הזה'דיגע פראדוקטן, פארמעגן, געלט, הנאות און פארשידנס, און האלט זיך נישט אפ פון צו קריקטירן די רבי'ס פון זיין דור וואס פירן זיך נישו אינגאנצן אזוי[6]. אזוי אויך שטעלט ער זאך זיך אנטקעגן סיגופים און פרעגט אפ אלערליי סארטן דרויסנדע פעולות אין עבודת ה' ווי צום ביישפיל תנועות ביים דאווענען, אדער פארלענגערן גדי דאווענען אד"ג.

אזוי אויך קומט ער אדורך דוראויס די ספר מיט קלארקייטן איבער אלע הויפט שאלות וואס האבן באנומען די 'עולם החסידות'[7]. עס ווערן דערמאנט דורכאויס די ספר, אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[8], דער מוכיח פון פולנאה[9], רבי נחמן קאסוב'ער[10], רבי יחיאל מיכל פון האראדנא[11], און אזוי אויך די ספרים פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה[12].

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי עטיא אסתר האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי טויבא האט ער געהאט:

  • רבי דוד.
  • רבי יחיאל מיכל[ג].
  • רבי פנחס פון קאלק[ד], איידעם פון רבי צבי אריה פון אליק.
    • זיין זון רבי זאב אב"ד קאלק.
      • זיין זון רבי ישראל יוסף (בארדיטשוב).
      • זיין זון רבי מרדכי אב"ד ליפאוויטש, איידעם פון רבי אלטר יוסף פון ליפאוויטש[13], איידעם פון רבי אריה לייב פון באנדער.
    • זיין איידעם רבי יוחנן פון מרחמיסטריווקא.
    • זיין איידעם רבי יחיאל מיכל פון סקאליט.
    • זיין איידעם רבי אהרן פון לעכאוויטש.

תלמידים

ליינט מער

  • מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה.

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין זיין ספר (פרשת צו) שילדערט ער וויאזוי עס האט זיך אפגעשפילט די תורה זאגן ביים מגיד.
  2. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיינע רבי'ס, רבי ישראל דער בעש"ט, און רבי דוב בער פון מעזריטש (אריינפיר צו 'אור המאיר', הוצאת 'אבן ישראל', ה'תשנ"ה).
  3. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב (אריינפיר צו 'אור המאיר', דארט).
  4. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי פנחס קאריצער (אריינפיר צו 'אור המאיר', דארט).

רעפערענצן

  1. לויט טייל איז ער אוועק ה'תקנ"ח, אדער אום י"ד אדר ה'תק"ס (אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569); אבער אין יאר ה'תקנ"ח שטייט שוין אויף אים זצ"ל אין די הסכמות צו זיין ספר. זעט: גליון דברי תורה ליזענסק, במדבר תשע"ט זייט 7; אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה
  2. אמרי פנחס השלם, עמוד ר' אות מ"ה; דארט, עמוד רל"ב אות ט'
  3. דערמאנט דורך רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אין זיין הסכמה צום ספר
  4. כתבי ר"י שו"ב, אות תתע"ח
  5. ווי רבי מרדכי פון קאריץ שרייבט אין זיין הסכמה: ”רבים שתו דבריו בצמא, ויפוצו מעינותיו חוצה בעודו בחיים חיותו”
  6. זעט אין אנציקלופדיה העברית, די ארטיקל אויף ר' וועלוו'עלע, באנד ט"ז, זייט 569.
  7. סילאַבאַס פֿאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר" ד"ר יורם יעקאבסאהן.
  8. אין פרשת צו.
  9. אין פרשת מקץ; פרשת כי תצא.
  10. אין פרשת בחוקותי.
  11. אויף שבועות.
  12. אין פרשת צו
  13. זון פון רבי יצחק יואל פון ליניץ, זון פון רבי גלדיה פון ליניץ, בעל 'תשואות חן'.
  14. זעט דא.
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי