אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייוועלט"

8,820 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
פארברייטערט
אין תקציר עריכה
(פארברייטערט)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|חסיד'ישע פארום וועבזייטל}}
 
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
{{וועבזייטל
{{וועבזייטל
שורה 7: שורה 7:
| סוג = פארום
| סוג = פארום
| תאריך ההקמה = 2006
| תאריך ההקמה = 2006
| מייסדים = 'קרעמער', 'ארענדאר'
| מייסדים ="קרעמער" (ניק), "ארענדאר" (ניק)
| מנכ"ל = 'וויכטיג מאכער'
| מנכ"ל = יחזקאל שטיין ("וויכטיג מאכער")
| אתר אינטרנט = https://www.ivelt.com/
| אתר אינטרנט = https://www.ivelt.com/
| שפות תכנות = [[PHP]]
| שפות תכנות = [[PHP]]
}}
}}
'''אידישע וועלט''' (גערופן '''אייוועלט'''; ivelt.com) איז א חסידי'שע [[אינטערנעט פארום|פארום וועבזייטל]] אויף [[אידיש]] וואו היימישע אידן פארברענגען אויף אן ערליכן שטייגער, און צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט, מיטהאלטן נייעס און אנטוויקלונגען פון ארום די וועלט, ליינען א שטיקל היסטאריע, הנאה האבן פון א זאפטיגע ארטיקל, און געפינען עצות און הילף אויף פילע הינזיכטן פון לעבן.
'''אידישע וועלט''' (גערופן '''אייוועלט'''; ivelt.com) איז א חסיד'ישע אידישע [[אינטערנעט פארום|פארום וועבזייטל]] וועלכע פארמאגט אן איבערזיכט צו האלטן דאס פלאץ ריין און ערליך פאר היימישע אידן צו פארברענגען דערויף. עס איז געגרינדט געווארן אין יאר תשס"ה אלס א סוב-פארום אויף היידפארק מיט די נאמען "היימישע קרעטשמע", און נאך עטליכע גלגולים איז עס אנגעקומען צו יעצטיגע דאמעין און אויסשטעל. לכתחילה האט עס געהאט מערערע אפטיילונגען אריינגערכנט נייעס, בילדער, און א וויקי; דער סערווער פונעם וועבזייטל האט אבער געקראכט אין יאר תשס"ח, און בלויז די פארום אפטיילונג איז געליבן.  מיט ארום 15,000 באניצער, און איבער 4 מיליאן תגובות אין 60,000 אשכולות, איז אייוועלט פון די פאפולערסטע וועבזייטלעך ביים היימישן ציבור, און געוויסע ציבור'ישע פערזענליכקייט ניצן אויס דעם פלאטפארמע צו אדרעסירן דעם פובליקום.
 
די פארום פארמאגט א נייעס אפטיילונג, וועלכע פארמאגט א שנעלע ראטע פון ברענגען נייעס; עס ווערן דארט באריכטעט אלגעמיינע, אידישע, און לאקאלע נייעס פון היימישע געגנטן. עס זענען פארהאן אפטיילונגען ארויפצושטעלן לענגערע ארטיקלען, דורכצושמועסן אקטועלע טעמעס, פאליטיק, היסטאריע, היינטיגע און פארצייטישע ניגונים און מוזיק, און תורה'דיגע טעמעס. פארהאן אשכולות געווידמעט ארויסצוהעלפן אנדערע מיט פארשידענס, אריינגערעכנט געזונט, תורת הנפש, טעכנאלאגיע, קאמפיוטערס, שפראך און נאך. אין דער אינטערהאלטונגס פארום וואו עס ווערן דיסקוטירט היימישע אונטערהאלטונגען, ווערן אויך ארויסגעלייגט גע'כשר'טע בילדער און ווידיאוס.
 
די באניצער אויפ'ן זייטל פירן אן מיט עטליכע פראיעקטן, צווישן זיי "מורשת חכמי אמעריקא", א פראיעקט נאכצוגיין און פארשן אידישע היסטאריע אין אמעריקע; א פראיעקט איבערצודרוקן אלטע כתבי יד וואס זענען נישט געדרוקט געווארן פריער; פובליצירן אויסגאבעס און ביכער וועמענ'ס אינהאלט איז באזירט אויף ווערק פובליצירט אויפ'ן וועבזייטל; און פובליצירן סידיס פון סינגלס און טרעקס וואס זענען געלופטערט געווארן אויפ'ן געוועב. עס קומען כסדר פאר אויפ'ן זייטל פארמעסטן, אין שרייבן, גראפיק, פאעזיע און נאך. אזוי אויך זענען געפירט געווארן אויפ'ן וועבזייטל עטליכע געלט-אקציעס אויפצוטרייבן געלט פאר פארשידענע צדקה'ס.
 
כדי צו האלטן דעם וועבזייטל באקוועם און אויסגעהאלטן פאר היימישע אידן, זענען דא תקנות און א צענזור וועלכע ווערן שטרענגט פארסירט דורכ'ן מעקן תגובות און ארויסשפארן באניצער. די תקנות פארבאטן ארויסצושטעלן אינהאלט מיט לשון הרע, פאליטיק, ראיות אסורות, און לינקס צו שמוציגע זייטלעך; ווי אויך איז פארבאטן ציונות, פאליטישע נייעס פון מדינת ישראל, און שרייבן אויף [[עברית]]. צו דער זייט פון די תקנות וואס האלטן דאס פלאץ ריין, ווערט אויך שטרענג פארסירט דעם ענין פון "גילוי", דאס הייסט אז מען טאר נישט פארעפנטליכן אדער נישטערן אין דער אמת'ער אידענטיטעט פון א צווייטער באניצער. באניצער אומצופרידן פון די רעגולאציעס האבן געעפנט אנדערע וועבזייטלעך, צווישן זיי "קאווע-שטיבל", וועלכע איז לויז אין אלע געביטן, און "אידטיש" וועלכע איז א עטוואס ווייכער כלפי חסיד'ישע פאליטיק.
 
==היסטאריע==
אנהייב פונעם 21'סטער יארהונדערט זענען אמעריקאנער חסיד'ישע יונגעלייט געווען היבש אקטיוו אויפ'ן [[הייד פארק (וועבזייטל)|היידפארק פארומס וועבזייטל]], בעיקר אין [[חסיד'ישע פאליטיק]], [[לשון הרע]], און [[מחלוקת|מחלוקות]]. א באניצער (ניק) "קרעמער" האט דעריבער אין יאר תשס"ה געעפנט א סוב-פארום אויף היידפארק אוועקגעשטעלט אויף פארברענגען און שמועסן געשמאק, אן קיין פלאץ פאר מחלוקת און אנדערע נישט-אויסגעהאלטענע זאכן{{הערה|{{אייוועלט|1=20343|2=אינטערוויא מיט'ן מייסד הקרעטשמע "קרעמער"|4=קרעמער}}}}.
 
אין יאר 2006 איז די "היימישע קרעטשמע" אריבער צו אן אייגענעם וועבזייטל. דער אדמין פונעם וועבזייטל האט זיך גערופן מיט'ן ניק נאמען "arender"{{הערה|{{אייוועלט|4|ברוכים הבאים|דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:37 pm|arender}}}}. ער האט באזירט דעם וועבזייטל אויף די אומזיסטע [[phpBB]] סאפטוועיר, און געעפנט אן אייגענעם [[דאמעין]] heimishekretchme.com.
 
א יאר שפעטער איז דער וועבזייטל איבערגעפרישט געווארן, איר נאמען איז געטוישט געווארן אויף "אידישע וועלט" און עס איז אריבערגעפירט געווארן צום דאמעין yiddishworld.com. מען האט דאן צוגעלייגט נאך טיילן צום וועבזייטל, אויסער דעם פארום, עס האט פארמאגט [[נייעס]] און בילדער אפטיילונגען, און א [[וויקי]]. מיט די צייט האט מען צוגעלייגט א פארקירצטער דאמעין ivelt.com, וואס האט שפעטער איבערגענומען אלע אנדערע דאמעינס.
 
אום יולי 21, 2008 האט דער וועבזייטל געקראכט צוליב א ביז-היינט אומבאקאנטער אורזאך, און דער גאנצער [[סערווער]] איז חרוב געגאנגען. מען האט באוויזן צוריקצוברענגען א גרויס חלק דערפון{{הערה|{{אייוועלט|11816|מיר זענען צוריק אפען + סך הכל|מוצ"ש אוגוסט 07, 2010 9:22 pm|arender}}; {{אייוועלט|11725|וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע|מיטוואך יולי 28, 2010 11:26 am}}.}}, און יענעם דעצעמבער האט מען אריבערגעפירט דעם וועבזייטל צו א נייער איבערגעפרישטער פלאטפארמע, וועלכע איז געבליבן בלויז מיט'ן פארום אפטיילונג, און עס איז איינגעפירט געווארן פארשידענע מאסנאמען אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן{{הערה|{{אייוועלט|12698|אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט.|זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:19 pm|arender}}}}.
 
אום זונטאג תרומה תשפ"ג, איז דאס וועבזייטל אריבער א גרעסערער אפדעיט צו דעם לעצטן ווערסיע פון phpBB, און צובאקומען א צאל פונקציעס, צווישן זיי א [[לייק|לייק קנעפל]] פאר קאמענטארן{{הערה|{{אייוועלט|60676|וועבזייטל אפדעיט זונטאג תרומה תשפ"ג באריכט|זונטאג פעברואר 19, 2023 11:10 am|arender}}}}{{הערה|{{אייוועלט|60685|ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט|זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm|אידישע וועלט}}}}. עטליכע חדשים שפעטער - אין צוזאמהאנג מיט'ן "מהפיכה-רעוואלוציע קאמפיין" פאר דער [[משה מארגארעטן|צדק ארגאניזאציע]], האט מען אריינגעלייגט נאך פארשידענע פונקציעס צו מאכן באקוועמער דעם וועבזייטל{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4319435#p4319435|שרייבער=מהפיכה קאמפיין|קעפל=מהפיכה קאמפיין - נאטיצן ביכל|זייטל=אייוועלט|דאטום=מיטוואך מאי 17, 2023 2:13 pm}}}}.


==היסטאריע==
==היסטאריע==