רוי:דיכטונג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דיכטונג (אדער פאעזיע) איז א ליטערארישע זשאנער. דאס איז די קונסט פון שרייבן טעקסט אויף א שיינעם פורעם (ווי צום ביישפיל מיט גראמען אדער קלאנגען אד"ג). א דיכטונג איז אין אלגעמיין אן אפטייל פון טעקסט מיט אפגעשניטענע שורות אויף די זעלבע לענג. און איז מיינסטנס געמישט מיט מעטאפערען און פאנטאזיע. עס קען זיין א קורצער טעקסט אדער לאנג ווי א בוך.

לידער זענען אנדערש ווי דיכטונגען. לידער זענען טעקסטן וואס מען האט געשאפן כדי צו מאכן פון זיי מעלאדיעס. לידער איז געבויט אויף א פאַל וואס דער פראסטער מענטש קען פארשטיין, אבער דיכטונגען זענען טיפערע טעקסטן וואס מען קען זיי אנאליזירן.

דער וואס שרייבט דיכטונגען הייסט א דיכטער.

דיכטונגען זענען צעטיילט אין עטליכע זשאנערס:

אין א דיכטונג קען זיין פון די פאלגענע ליסטע:

פאעמע

פאעמע איז א לאנגע דיכטונג אפטמאל מיט גראמען.

זע אויך

זע פיוט פאר מער טראדיציאנאלע הייליגע פאעטיקע.

פאעטישע פרייהייט

פּאָעטישע ערלויבעניש (poetic license) מיינט די רעכט וואָס אַ פּאָעט נעמט זיך — צו טוישן די סדר פון ווערטער, צו רעדן אַנדערש ווי מ'רעדט אין געווענליכע שפּראַך, אדער צו בייגען אויסשפּראַך און דיקציע — כּדי ס׳זאָל שטימען מיטן ניגון און ריטעם פון זיין פּאָעזיע.

בדרך כלל איז אַ פּאָעזיע זייער אויסגעמאָסטן און דורכגעטראכט אין לשון. דער מעטֶר — ס׳הייסט, דער סדר פון שטאַרקע און שוואַכע סילאַבען — צוזאַמען מיט די קלאַנגען פון די ווערטער און זייערע שטימונגען, מאַכן אויס דעם חן און געפיל וואָס דער פּאָעט וויל איבערגעבן אָדער אויפרופן אינעם לייענער. צוליב דעם קען אַ פּאָעט זיך אָפּנייגן פון די געווענליכע געזעצן פון פּראָזע, און נעמען זיך אַן "היתר", ווי מ׳זאָגט, אינעם שרייבן, וואס מיר רופן אַ פּאָעטישע ערלויבעניש. דאָס איז אַ שיינפילדיקע זאַך, און עס קומט אָן אויף דעם געפיל און די אויסגעשמאקסטע טעיסט פונעם פּאָעט, צי אַזאַ טויש ברענגט אַ תּועלת צום קונסט־אויפטו פון דעם ליד.

דער וואָרט פּאָעטישע ערלויבעניש ווערט אויך אַ מאָל גענוצט אויף אַ געלעכטערדיגער אָדער באַשולדיקנדער אופן, צו אַנטשולדיגן שלעכטע, נישט אויסגעהאלטענע שרייבעריי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל