רוי:אינטערנעט פארום
פארום אדער אינטערנעט פארום איז א וועב באזירטער אפליקאציע פאר דארטן אפצוהאלטן דיסקוסיעס, שמועסן און פאסטן דארטן באנוצערס אינהאלט, פון זייערע ארבעט, געשרייבאכצער ווי ארגומענטס, אדער הילף, שאלות און עצות אדער סתם פיילס ווי בילדער און ווידעא. א.א.וו.
אינטערנעט פארומס זענען אויכט אין אלגעמיין אנגערופן וועב פארום'ס, מעסעדעזש בארד'ס, דיסקוסיע בארד'ס, (עלעקטאראניק) דיסקאסיע גרופעס, דיסקאסיע גרופעס, בולעטין בארד'ס, א.א.וו.
דער טערמין "פארום" אדער "בארד" קען מיינען די גאנצער קהילה אדער בלויז די דאזיגע אונטער- פארום וואס דינט מיט איין געוויסער טעמע.
די מעסעדזשס געשריבן ווערט אויסגעלייגט און אויסגעפארעמט אדער אין א כראנאקאלישער סדר אדער ווי א לאנגע קייט און פאדעם פון דיסקאסיעס.
א שפירונג פון א ווירטואלער קהילה ווערט אפט אנטוויקלט ארום די דאזיגע פאראום'ס וואס זיי האבן געוויינליך שוין כסדר'דיגע באנוצער.
טעכנעלאגיע, קאמפיוטער שפילן און\אדער ווידעא שפילן, מאדע, רעליגיע און פאליטיק זענען פאפולערע פעלדער פון פארום גענג, אבער עס איז פארהאן פארום'ס פאר א ריזן נומער פון פארשידענארטיקע טעמעס דורכאויס דעם אינטערנעט.
אידישע פארוםס
קאווע שטיבל
קאווע שטיבל איז א פארום וועבזייטל אויף דער יידישער שפראך. עס איז געגרינדעט געווארן אין אדר תשע"ב. עס האט זיך געגרינדעט אין ליכט וואס די פארוואלטונג פון אידישע וועלט פארומס צענזורירן א סאך. א העפטיגע דיסקוסיע איז אנטשטאנען אין די ערשטע טעג פונעם וועבזייטעל, איבער די ראלע פון צענזור אויף אידישע פארום זייטלעך.
זיי האלטן זיך מער אויפגעקלערט ווי די פון אידישע וועלט, און אונטערן פון טראכטן זעלבסטשטענדיג. בילדער פון פרויען זענען ערלויבט, אזוי אויך ציוניסטישע מיינונגען - וואס ביידע ווערן פארמעקט אויף איי-וועלט. עס ווערן דארט אויך ערלויבט אפענע דברי מינות און כפירה, מאכנדיג עס נישט פאסיג פאר ערליכע אידן.
און טאקע צוליב דעם איז זייער הצלחה אראפ און ערד אריין, אזש די גאנצע פארום "צימעס" וואס איז איבער פאליטיק איבער רבי'ס פארמאכט געווארן, אא'וו, און בערך און 2024 איז די גאנצע זייטל פארשפארט געווארן צו קענען שרייבן.
רעפערענצן
אלע יידיש-שפראך וועבזייטלעך
אידישע נייעס • יידישע וויקיפעדיע • אייוועלט • הייד פארק • תפוז יידיש • דער אלגעמיינער זשורנאל • פארווערטס • יוגנטרוף • לעבנס פראגן • יונג יידיש • מלחמה איבערלעבער • קאווע שטיבל • אידיש24
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!