רוי:פאסט

פון המכלול
סיסטעם צו טראנספּארטירן דאקומענטן און אנדערע קליינע פּאקעטן
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Mail.gif
פאסט קעסטל

פּאָסט איז א קאמוניקאציע וועג אריבערפירן בריוו, פאסטקארטלעך, פעקעלעך און אנדערע זאכן. דער פאסט קען זיין א פריוואטע פירמע אבער אין א סך לענדער איז געווען אנגענומען אז דער פאסט איז א מאנאפאל פון דער רעגירונג.

מען באצאלט פאר די באדינונג דורך פאסטמארקעס, וואס מען קלעבט אויף די בריוו צו ווייזן אז מען האט באצאלט פאראויס.

פּאסט-טרעגער

אן אויסטראַלישער פּאָסט-טרעגער אויף א מאָטאָציקל אין מעלבארן
א סטאטוע פון א פּאָסט-טרעגער אין ראָזאַריאָ, ארגענטינע

א פּאָסט-טרעגער אדער בריווטרעגער איז אן אנגעשטעלטער פונעם פּאָסט־אַמט אדער אן אנדער בריוו-דינסט וואס צעפירט פּאָסט, למשל בריוו, צייטונגען און פעקעלעך.

אין מדינת ישראל

ווען מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן איז דער ישראל-פאסט געווען א מאנאפאל, אזוי ווי אין רוב לענדער פון דער וועלט דעמאלסט, און אלע בריווטרעגער האבן געארבעט פאר אים. פון אנהייב דעם 21סטן יארהונדערט איז געעפנט געווארן דער פאסט מארק צו קאנקורענצן און עס זענען דא היינט בריווטרעגער וואס ארבעטן פאר אנדערע פירמעס. אין יאר 2015 האבן געארבעט פאר ישראל פאסט עטליכע 1800 בריווטרעגער אבער יעצט איז די צאל בריווטרעגער אראפ צו 1200.[1]

דרויסנדיגע לינקס

בריווטרעגער פון יום טוב עהרליך

זעט אויך

רעפערענצן

Stub general.png דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל