אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מרדכי טווערסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "טקסט מוקטן" ב־"קליין")
ק (החלפת טקסט – " חשוון" ב־" חשון")
שורה 28: שורה 28:
*[[רבי דוד לייקעס]]
*[[רבי דוד לייקעס]]
| דינאסטיע = [[טשערנאבילער גזע|טשערנאביל]]
| דינאסטיע = [[טשערנאבילער גזע|טשערנאביל]]
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג | שם התפקיד = [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער]] רבי | למניין = צווייטער | התחלת כהונה = [[י"א חשוון]] [[ה'תקנ"ח]] | סיום כהונה = [[כ' אייר]] [[ה'תקצ"ז]] | הקודם בתפקיד = [[רבי מנחם נחום פון טשערנאביל|רבי מנחם נחום]] | הבא בתפקיד = [[רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל|רבי אהרן]] ([[טשערנאביל]])}}
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג | שם התפקיד = [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער]] רבי | למניין = צווייטער | התחלת כהונה = [[י"א חשון]] [[ה'תקנ"ח]] | סיום כהונה = [[כ' אייר]] [[ה'תקצ"ז]] | הקודם בתפקיד = [[רבי מנחם נחום פון טשערנאביל|רבי מנחם נחום]] | הבא בתפקיד = [[רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל|רבי אהרן]] ([[טשערנאביל]])}}
| תפקיד2 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{קליין|[[רבי משה טווערסקי|רבי משה]] (קאריסטשאוו)}}}}
| תפקיד2 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{קליין|[[רבי משה טווערסקי|רבי משה]] (קאריסטשאוו)}}}}
| תפקיד3 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{קליין|[[רבי יעקב ישראל טווערסקי|רבי יעקב ישראל]] (טשערקאס)}}}}
| תפקיד3 = {{תפקיד מנהיג|הבא בתפקיד={{קליין|[[רבי יעקב ישראל טווערסקי|רבי יעקב ישראל]] (טשערקאס)}}}}

רעוויזיע פון 16:11, 5 סעפטעמבער 2023

טשערנאבילער מגיד
רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
געבורט 1770
ה'תק"ל
טשערנאביל
פטירה 1837 (אלט: 67 בערך)
כ' אייר ה'תקצ"ז
קיעוו
כינוי רבי מאטעלע טשערנאבילער
מקום קבורה אנאטיווקא
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט טשערנאביל
טעטיגקייט אָרט טשערנאביל און ארום
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים מגיד מישרים
רבי'ס דער מאור עינים
תלמידים רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג.
ספרים ליקוטי תורה
ווייב
  • זוו"ר: חיה שרה (פערלאוו)
  • זוו"ש: פייגא (לייקעס)
דינאסטיע טשערנאביל
צאל קינדער 11
חותנים
צווייטער טשערנאבילער רבי
י"א חשון ה'תקנ"חכ' אייר ה'תקצ"ז
רבי משה (קאריסטשאוו)
רבי יעקב ישראל (טשערקאס)

רבי מרדכי טווערסקי, (גערופן: טשערנאבילער מגיד; טשערנאביל, ה'תק"לקיעוו, כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און רחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.

ביאגראפיע

רבי מאטעלע איז געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון מאור עינים.

אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז ער א חתן געווארן מיט חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1]. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג-תקמ"ד[1]. מיט זיין ערשטע רעבעצין האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.

ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע איינוואוינער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען, האָט ער אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל[2].

נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. רבי שלום רוקח פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[3].

אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[4].

די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.

ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין רבי ישראל פון רוזשין א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.

ער איז אוועק אין אנאטיווקא, נעבן קיעוו, אום כ' אייר ה'תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דעם דארף, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי חיה שרה האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי פייגא האט ער געהאט:

זייערע קינדער און אייניקלעך פון די "טווערסקי" פאמיליע זענען געווען רבי'ס אין רוסלאנד און פוילן, און צווישן זיי זענען אויך געווען סוחרים און געלערנטע.

תלמידים

צווישן זיינע תלמידים האבן זיך געציילט רבי ישראל דב פון ווילעדניק; רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין"; און רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב').

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

ספר ליקוטי תורה:

תולדות און עובדות:

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
  2. די משפחה נאמען טווערסקי, אורות, אייר תשפ"ג, אויף Academia.edu

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן