אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טאהש (חסידות)"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:חסידות טאש) |
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
||
שורה 65: | שורה 65: | ||
{{רעפליסטע}} | {{רעפליסטע}} | ||
== | ==דרויסנדע לינקס== | ||
* [http://www.kiryastash.ca בילדער פונעם טאהשער שטעטל און פון טאהשער רבי'ן] | * [http://www.kiryastash.ca בילדער פונעם טאהשער שטעטל און פון טאהשער רבי'ן] |
רעוויזיע פון 11:35, 21 אפריל 2023
טאהש איז א חסידישער הויף געגרינדט דורך הר"ר משולם פייש לאווי אין טאש, אונגארן. רבי משולם פייש איז געווען א תלמיד פון רבי יצחק אייזיק קאמארנער, דער "היכל הברכה", א תלמיד פון רבי צבי הירש פון זידיטשויב, א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין. דער חוזה איז געווען א תלמיד פון דעם רבי'ן ר' מיילעך, דער "נועם אלימלך", א תלמיד פונעם "מגיד", דער הויפט תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב, דער מייסד פון חסידות.
היינט צוטאגס איז דער טאהשער הויף הויפטקווארטירט אינעם טאהשער שטעטל אין קאנאדע געגרינדעט געווארן דורך רבי משולם פייש לאָווי, דער פריערדיגער טאָהשער רבי. דער טאהשער רבי האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין קיין שום מחלוקת, און איז געווען שטארק באוואוסט מיט זיין גרויסע אהבת ישראל און פארטיילן גרויסע געלטער פאר צדקה.
דער היינטיגער רבי איז רבי אלימלך סג"ל לאווי, א זון פון רבי משולם פייש דער צווייטער.
טאהשער דינאסטיע
די דינאסטיע פון טאהש ציט זיך צוריק ביזן ערשטן רבין פון טאהש, הרב הקדוש רבי משולם פייש (תקע"ו, יאזעפסדארף, בעהמען - כ"ח סיון תרל"ג, טאהש) וועלכער איז באטיטלט געווארן דורך צדיקים אלץ דער "שרף" פון טאהש, צוליב זיין פלאם פייערדיגער עבודה. רבי משולם פייש איז געווען א זון פון רבי מרדכי סג"ל לאווי, אן אייניקל פונעם תוספות יום טוב, און זיין מוטער זעלדא.[1]
רבי משולם פייש איז געווען א תלמיד פון די צדיקים רבי דויד'ל דינאווער און רבי אייזיקל קאמארנער, ער איז אויך געפארן צו אלע אנדערע צדיקים פון זיין דור און זיי האבן אים אלע זייער מחשיב געווען, צווישן אנדערע איז ער געווען אין צאנז ביים דברי חיים און ביים ישמח משה, דער צאנזער רב האט אים אנגעכאפט די הענט און געפרעגט "פון וואנעט קומען די הייליגע הענטלעך?".
רבי משולם פייש איז געווען א איש קדוש און מפורסם אלס א אפענער בעל מופת ביי וועם מען האט געזען וואונדערליכע זאכן און מופתים.
זיין זון רבי אלימלך, וועם די טאהשער חסידים רופן מיט'ן טיטל דער "סבא קדישא" פון טאהש, איז געווען א תלמיד פון רבי אייזיק'ל קאמארנער, און פון רבי צבי אלימלך בלאזשעווער. אזוי ווי זיין טאטע איז ער אויך געווען אן איש קדוש ובעל מופת מפורסם צו וועמען מען איז געקומען צו פארן פון גאנצן לאנד זיך פראווען נאך ישועות.
רבי אלימלך טאהשער איז שטארק באוואוסט מיט זיין גרויסער עבודה אין יום טוב פורים.
רבי אלימלך איז נסתלק געווארן אום כ"ג כסלו תש"ג.
דער עלטסטער זון ביי רבי אלימלך איז געווען רבי מרדכי, רב פון דעמעטשער אין גלילות פון טאהש.
ער איז אומגעקומען אין דעם קריג צוזאמען מיט דער רביצין און עטליכע קינדער, אום חודש אלול תש"ד הי"ד.
נאך דעם קריג איז זיי זון רבי משולם פייש לאווי געווארן רבי. ער האט געפליכטעט קיין קאנאדע, וואו ער האט פריער געוואוינט אין מאנטריאל, און דארט צוריק איינגעפלאנצט דעם טאהשער הויף, ווען זיין בית המדרש'ל אויף דער דזשין מענס גאס איז באלד געווארן א צוציאונגס פונקט פאר הונדערטער חסידישע אידן.
שטעטל טאהש אין קאנאדע
נאך עטליכע יארן, האט דער טאהשער רבי צוגעטרעטן צו א געוואגטן פלאן - פון וואס יעדער האט אים פרובירט אפצורעדן - און ער האט געגרינדעט אן אייגן שטעטל אינדרויסן פון דער שטאט, מיט'ן ציהל צוריק צוברענגען דאס אייגנארטיגער שטעטל לעבן פון דער אלטער היים.
אין דעם שטעטל וואס געפינט זיך 30 קילאמעטער צפון פון מאנטריאל, האט ער מייסד געווען אלע נויטיגע מוסדות פאר בתי חינוך פאר אינגלעך און מיידלעך, א קהלה מיט אלע קהל'ישע צוגעהער, ישיבה גדולה און ישיבה קטנה, בית השחיטה, מקוה טהרה, און אלעס וואס א אידישע קהלה קען נאר פארמאגן.[2]
היינט אין קרית טאהש ציילן זיך פינף הונדערט משפחות פון חסידים אין קאנאדע.
דאס שטעטל וואס פארנעמט קוים א פינטל אויף א מאפע, איז אבער יארן לאנג געווען א צוציאונגס פונקט פאר טויזנטער חסידים פון דער גארער וועלט, וועלכע זענען געקומען צו פארן טעגליך, און בפרט אויף שבתים און ימים טובים, צו וויילן מיט'ן טאהש'ער רבי'ן ז"ל, אים זעהן, און באקומען פון אים א ברכה.
אומצאליגע חסידים פון פארשידענע שיכטן און קרייזן פלעגן זיך שטענדיג צו באווייזן אין קרית טאהש אויף שבתים און יומי דפגרי צו זעהן דעם טאהשער רבי'ס עבודה, אפילו ליטווישע און ספרדי'שע געסט איז נישט געווען קיין זעלטענע ערשיינונג צו בייוואוינען אין טאהש בשעת'ן לעצטן רבי'נס לעבן.
לעצטע אנטוויקלונגען
ווי אין יעדן פלאץ האט זיך ליידער דא אויך אריינגעכאפט דער יצר הרע פון מחלוקת, בפרט ווען דער רבי משולם פייש איז געווארן אביסל עלטער, און דער רב האט איבערגענומען דעם עול פון די מוסדות, און געווארפן טייל פון דער אדמיניסטראציע, און די יעניגע האבן זעלבסטפארשטענדליך פרובירט זיך קעגנשטעלן, האבנדיג געוויסע געלט תביעות.
וואס דאן האבן די אלטע מנהלים נישט געוואלט אויפגעבן די לעגאלע בעלות אויף די בנינים פון די מוסדות און שטעטל ביז מען קומט זיך דורעך אויף זייערע תביעות.
דערווייל האט דער נייער הנהלה נישט געקענט דעקען די הוצאות אין די מלמדים און די מגי"ש זענען נישט בייצאלט געווארן פאר א לענגערע צייט האט זיך דער תלמוד תורה און די ישיבה אפגעטיילט פון די צענטראלע הנהלה צו א פריוואטע הנהלה געפירט דורך נייטראלע עסקנים
נאך פארהאנדלונגען פון קנאפע צוויי יאהר, האבן זיך די נייע הנהלה אויסגעגליכן מיט דער אלטער, און באצאלט א סכום פון מיליאנען וואס יענע האבן געפאדערט אויף פארשידענע תביעות, און די בנינים זענען אלעס געווארן צוריק איבערגעשריבן אויפ'ן נאמען פון די הנהלת המוסדות און דעם רב.
אום כ"ז אב תשע"ו איז דער רבי משולם פייש זצ"ל נסתלק געווארן.
זיין זון רבי אלימלך סג"ל לאווי האט אים איבערגענומען און ער פירט היינט די חסידות און דאס שטעטל מיט אירע 500 משפחות.
ביי דער ערשטער יארצייט זענען זיך צוזאמענגעקומען קיין טאהש א ריזיגער ציבור וואס טאהש האט זעלטן ווען פאר דעם געזען.
זעט אויך
רעפערענצן
דרויסנדע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!