אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי משה טויב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 32: שורה 32:


==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
רבי משה איז געבוירן אין [[מיהאליפאלווא]] אין [[רומעניע]] צו [[רבי מנחם שלמה טויב|רבי מנחם שלמה]] און ריזל, א טאכטער פון [[רבי ישכר דוב רוקח (לינסק)|רבי ישכר דוב רוקח]] דער [[לינסק (חסידות)|לינסק]]ער רבי, אן אייניקל פון צדיקי בית [[בעלזא]] און [[ראפשיץ (חסידות)|ראפשיץ]]. ער הייסט נאך זיין זיידן [[רבי משה טויב (א)|רבי משה טויב]], דער קאלובער רבי בעל "עת רצון".
רבי משה איז געבוירן אין [[מיהאליפאלווא]] אין [[רומעניע]]{{הערה|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|58|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}} צו [[רבי מנחם שלמה טויב|רבי מנחם שלמה]] און ריזל, א טאכטער פון [[רבי ישכר דוב רוקח (לינסק)|רבי ישכר דוב רוקח]] דער [[לינסק (חסידות)|לינסק]]ער רבי, אן אייניקל פון צדיקי בית [[בעלזא]] און [[ראפשיץ (חסידות)|ראפשיץ]]. ער הייסט נאך זיין זיידן [[רבי משה טויב (א)|רבי משה טויב]], דער קאלובער רבי בעל "עת רצון".


אין יאר ת"ש האט זיך די משפחה אריבער געצויגן קיין [[אראד]], וואו רבי מנחם שלמה האט געפירט זיין הויף ביז תש"ו. דאן האט רבי מנחם שלמה איבערגעלאזט זיין משפחה אין אראד און זיך געוואלגערט אין פארשידענע לענדער, ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין תש"ח, און זיך באזעצט אינעם [[לאוער איסט סייד|איסט סייד]] געגנט וואו די רעבעצין און די קינדער זענען שוין פריער אנגעקומען. רבי משה איז אריין לערנען אינעם [[ליובאוויטש (חסידות)|ליובאוויטש]]ער תלמוד תורה, ווילנדיג לערנען ביי מלמדים וואס לאזן זיך וואקסן דעם בארד, א זאך וואס איז נישט געווען מצוי אין יענע תקופה. נאך א קורצע צייט האט זיך די משפחה אריבער געצויגן קיין בארא פארק, און נאך עטליכע יאר קיין וויליאמסבורג, וואו רבי מנחם שלמה האט אויפגעשטעלט זיין הויף.
אין יאר ת"ש האט זיך די משפחה אריבער געצויגן קיין [[אראד]], וואו רבי מנחם שלמה האט געפירט זיין הויף ביז תש"ו. דאן האט רבי מנחם שלמה איבערגעלאזט זיין משפחה אין אראד און זיך געוואלגערט אין פארשידענע לענדער, ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין תש"ח, און זיך באזעצט אינעם [[לאוער איסט סייד|איסט סייד]] געגנט וואו די רעבעצין און די קינדער זענען שוין פריער אנגעקומען. רבי משה איז אריין לערנען אינעם [[ליובאוויטש (חסידות)|ליובאוויטש]]ער תלמוד תורה, ווילנדיג לערנען ביי מלמדים וואס לאזן זיך וואקסן דעם בארד, א זאך וואס איז נישט געווען מצוי אין יענע תקופה. נאך א קורצע צייט האט זיך די משפחה אריבער געצויגן קיין בארא פארק, און נאך עטליכע יאר קיין וויליאמסבורג, וואו רבי מנחם שלמה האט אויפגעשטעלט זיין הויף.
שורה 53: שורה 53:
==קינדער==
==קינדער==
;זין
;זין
*[[דרעפט:רבי אליעזר צבי טויב|רבי אליעזר צבי]], קאלובער רב אין ארץ ישראל, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין ארץ ישראל. חתונה געהאט צו מירל בריינא פערל, עלטסטע טאכטער פון [[רבי שמואל יעקב קאהן]] פון [[תולדות אברהם יצחק]]
*רבי אליעזר צבי, קאלובער רב אין ארץ ישראל, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין ארץ ישראל. חתונה געהאט צו מירל בריינא פערל, עלטסטע טאכטער פון [[רבי שמואל יעקב קאהן]] פון [[תולדות אברהם יצחק]]
*רבי אהרן שמעון, קאלובער רב אין בארא פארק, חתונה געהאט צו רות, טאכטער פון [[רבי חיים מאיר וואזנער]] גאב"ד זכרון מאיר
*רבי אהרן שמעון, קאלובער רב אין בארא פארק, חתונה געהאט צו רות, טאכטער פון [[רבי חיים מאיר וואזנער]] גאב"ד זכרון מאיר
*רבי ישכר דוב, קאלובער רב אין וויליאמסבורג, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין חוץ לארץ, חתונה געהאט צו רייזל, טאכטער פון רבי יצחק יחיאל פאנעט, [[דעעש (חסידות)|דעעש]]ער רבי
*רבי ישכר דוב, קאלובער רב אין וויליאמסבורג, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין חוץ לארץ, חתונה געהאט צו רייזל, טאכטער פון רבי יצחק יחיאל פאנעט, [[דעעש (חסידות)|דעעש]]ער רבי
שורה 91: שורה 91:
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון ישיבת בעלזא]]
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון ישיבת בעלזא]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]


[[he:הרב משה טויב (השני)]]
[[he:הרב משה טויב (השני)]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:14, 29 יולי 2024

קאלובער רבי
רבי משה טויב
רבי משה טויב, אדמו"ר פון קאלוב
רבי משה טויב, אדמו"ר פון קאלוב
געבורט כ"ח אלול ה'תרצ"ח (יארגאנג: 86)
מיהאליפאלווא, רומעניע
מדינה ניו יארק
למד ב ישיבות בעלז, צאנז קלויזנבורג, און בית מדרש עליון
וואוין אָרט וויליאמסבורג
טעטיגקייט אָרט אמעריקע, ארץ ישראל, אייראפע
תקופת הפעילות תשל"ח–הווה
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים קירוב רחוקים
רבי'ס רבי אהרן רוקח און רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם
ווייב יוכבד בת רבי לוי יצחק קלוגהויפט פון סטרעליסק-לאנדאן
דינאסטיע קאלוב
טאטע רבי מנחם שלמה טויב
מאמע ריזל, א טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח פון לינסק
חתנים רבי דוד האגער פון וויזשניץ-לאנדאן, רבי מנחם נחום טווערסקי
4'טער קאלובער רבי
ד' שבט ה'תשל"ח – דינט

רבי משה טויב (געבוירן כ"ח אלול תרצ"ח) איז דער היינטיגער קאלובער רבי און פון די עלטערע חסיד'ישע רבי'ס אין אמעריקע. ער וואוינט אין וויליאמסבורג און איז באקאנט מיט זיינע אקטיוויטעטן אין קירוב רחוקים.

ביאגראפיע

רבי משה איז געבוירן אין מיהאליפאלווא אין רומעניע[1] צו רבי מנחם שלמה און ריזל, א טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח דער לינסקער רבי, אן אייניקל פון צדיקי בית בעלזא און ראפשיץ. ער הייסט נאך זיין זיידן רבי משה טויב, דער קאלובער רבי בעל "עת רצון".

אין יאר ת"ש האט זיך די משפחה אריבער געצויגן קיין אראד, וואו רבי מנחם שלמה האט געפירט זיין הויף ביז תש"ו. דאן האט רבי מנחם שלמה איבערגעלאזט זיין משפחה אין אראד און זיך געוואלגערט אין פארשידענע לענדער, ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין תש"ח, און זיך באזעצט אינעם איסט סייד געגנט וואו די רעבעצין און די קינדער זענען שוין פריער אנגעקומען. רבי משה איז אריין לערנען אינעם ליובאוויטשער תלמוד תורה, ווילנדיג לערנען ביי מלמדים וואס לאזן זיך וואקסן דעם בארד, א זאך וואס איז נישט געווען מצוי אין יענע תקופה. נאך א קורצע צייט האט זיך די משפחה אריבער געצויגן קיין בארא פארק, און נאך עטליכע יאר קיין וויליאמסבורג, וואו רבי מנחם שלמה האט אויפגעשטעלט זיין הויף.

אלס יונג בחור האט רבי משה געלערנט אין קלויזענבורגער ישיבה ביי רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער קלויזענבורגער רב. ווען ער איז אלט געווען זעכצן יאר איז ער געפארן לערנען אין ארץ ישראל אינעם בעלזער ישיבה. זייענדיג א בעלזער אייניקל, האט אים דער בעלזער רב, רבי אהרן רוקח, שטארק מקרב געווען. נאך צוויי יאר האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע וואו ער איז אריין אין די ישיבה פון בית מדרש עליון אין מאנסי.

ער האט חתונה געהאט מיט יוכבד, א טאכטער פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט, דער סטרעליסקער רבי פון לאנדאן. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן נעבן זיין שווער, וואו ער האט געלערנט אינעם כולל פון רבי שלום שניצלער, דער טשאבער רב פון לאנדאן, א זון פון רבי שרגא שמואל.

רבי משה פלעגט גיין צום סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים אין פארשידענע צייטן, בפרט פלעגט ער זיך באטייליגן ביי שלש סעודות אין שובבי"ם ווען ער פלעגט זאגן שטארקע דברי התעוררות. אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע קירבה ביים קלויזענבורגער רב.

רבי'סטעווע

נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות אין ד' שבט תשל"ח, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום, פירנדיג זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג. ער האט אויפגעשטעלט שטיבלעך אין בארא פארק, מאנסי, און ביתר עילית אין ארץ ישראל.

דער קאלובער רבי איז באקאנט מיט זיינע אויפטוען אין פעלד פון קירוב רחוקים. אנגעהויבן פון די פערציג יאר איז ער אלע יארן ארומגעפארן אין ווייטערע שטעט איבער די וועלט און מקרב געווען אידישע הערצער לאביהם שבשמים; איבערהויפט פלעגט ער פאדערן פון די שוואכע אידן זיך אונטערצונעמען קבלות טובות אין אידישקייט. אינערהאלב די פעולות האט ער אויפגעשטעלט א קירוב ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "חסד לישראל", וואס איז שפעטער געטוישט געווארן צו "אור עולם". דער רבי שטייט אין שפיץ פון די ארגאניזאציע, וואס פארמאגט צענדליגער ארבעטער אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אויפצוטון פאר אידישקייט. באזונדער זענען באקאנט זיינע פעולות פאר די אידן פון פראנקרייך[2].

אין יאר תשע"ד איז ער קראנק געווארן מיט א מחלה וואס האט אים פאראליזירט, און ער קען נאר רירן די שווארצאפלען. מיט א ספעציעלע טעכניק קאמוניקירט ער מיט זיינע נאנטע דורך די אויגן[3].

זיינע תורות ווערן אראפגעשריבן דורך זיין אייניקל הרב לוי יצחק האגער, צווייטער זון פון זיין איידעם רבי דוד האגער פון וויזשניץ לאנדאן, און עס ווערט געדריקט אין די גליונות מיט'ן נאמען "לקח טוב".

קינדער

זין
  • רבי אליעזר צבי, קאלובער רב אין ארץ ישראל, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין ארץ ישראל. חתונה געהאט צו מירל בריינא פערל, עלטסטע טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן פון תולדות אברהם יצחק
  • רבי אהרן שמעון, קאלובער רב אין בארא פארק, חתונה געהאט צו רות, טאכטער פון רבי חיים מאיר וואזנער גאב"ד זכרון מאיר
  • רבי ישכר דוב, קאלובער רב אין וויליאמסבורג, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין חוץ לארץ, חתונה געהאט צו רייזל, טאכטער פון רבי יצחק יחיאל פאנעט, דעעשער רבי
  • רבי נפתלי מרדכי, קאלובער רב אין מאנסי, ער איז חתונה געהאט צו ציפורה ברכה, טאכטער פון רבי ישראל האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי
טעכטער אין איידעמער
  • חנה מרים, פרוי פון רבי דוד האגער, וויזשניצער רבי פון לאנדאן
  • יענטא פריידא, פרוי פון רבי אשר מרדכי ראזענבוים, מאשאלויער רבי
  • שפרה פיגא, פרוי פון רבי רבי מנחם נחום טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי פון אוק ענד וויין, לעיקוואד
  • דינה חיה, פרוי פון רבי שאול שמחה פריעדמאן, רב דקהל שמן למנחה נאדיפאלי אין לעיקוואד, זון פון רבי חיים אלעזר פריעדמאן גאב"ד טענקא
  • הינדא טשיפא, פרוי פון רבי יעקב מאסקאוויטש, אב"ד אור תורה ותורת חמ"ד נייטרא וראש ישיבה קטנה נייטרא אין וויליאמסבורג, זון פון רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש
  • מלכה רעכיל, פרוי פון רבי אלכסנדר סענדער אשכנזי אב"ד קאריץ, זון פון רבי חנוך דוב, הארעדענקער רבי פון פלעטבוש
  • זיסל אסתר, פרוי פון רבי אלעזר יונה גינזבערג, סוואליווע רב אין וויליאמסבורג, זון פון רבי משולם פייש, חוסטער רבי אין בארא פארק

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 58
  2. במעמד גדולי ישראל בארה"ב נוסדה "קרן ילדי צרפת", אויף JDN(העברעאיש)
  3. האדמו"ר מקאלוב כתב לנשיא ארה"ב ברק אובמה דרך העיניים: "תעניק חנינה לסאמט", אויף JDN(העברעאיש)