רוי:רבי שמואל יעקב קאהן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שמואל יעקב קאהן
דער תולדות אברהם יצחק רבי, רבי שמואל יעקב קאהן
דער תולדות אברהם יצחק רבי, רבי שמואל יעקב קאהן
געבורט ט"ו אלול ה'תש"ג
ירושלים
טעטיגקייט אָרט מאה שערים, ירושלים
תארים תולדות אברהם יצחק רבי
דינאסטיע תולדות אברהם יצחק
1'טער תולדות אברהם יצחק'ער רבי
ה'תשנ"ז-
טעקע:Shmuel yakov kohen.jpg
דער רבי איינגעבויגן מיט אן הויקער ווי דער פאטער זיינער (2)

רבי שמואל יעקב קאהן (געבוירן ט"ו אלול ה'תש"ג) איז דער תולדות אברהם יצחק רבי. ער איז דער עלטסטער זון פון דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבי.

ביאגראפיע

רבי שמואל יעקב קאהן איז געבוירן געווארן תש"ג אין ירושלים[1] צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן, דער רבי פון תולדות אהרן, און זיין ווייב מרת יענטא.

ער האט געלערנט אין תלמוד תורה תורה ויראה און שפעטער אין תלמוד תורה עץ חיים[1]. אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת תולדות אהרן. אין ישיבה גדולה האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען קיין וויזשניץ, ער האט געלערנט אין וויזשניץ איין זמן, דארט האט ער מקבל געווען פון דעם אמרי חיים, אין וועמען ער איז געבליבן מקושר, ער איז אויך געווען א תלמיד מובהק פון רבי יהודה'לע דזשיקעווער, ער האט אנגענומען דעם וויזשניצער נוסח פון דאווענען און נאך וויזשינצער מנהגים,

שבת ברענט ער ווי א קאכעדיג קעסל, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך ביי די טישן אין תולדות אברהם יצחק יעדן שבת, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן יונגעלייט, האבען געמאכט דארט זייער קביעות, אסאך רופן אים דער "ירושלים רבי", אדער דער "שבת רבי", אין זיינע יונגערע (געזונטערע) יארן האט ער גיקענט פירן טיש 6-7 שעה.

אויך ווען ער פארט קיין חוץ לארץ, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות.

אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבען זיך אנגעקלעבט אין תולדות אברהם יצחק רבי.

ער פלעגט לערנען אסאך קבלה מיט רבי דניאל פריש.

צווישן זיינע חסידים ציילן זיך רבי מאיר בראנסדארפער, רבי דניאל פריש און נאך.

משפחה

רבי שמואל יעקב האט געהייראט מרת שרה חנה פייגא, די טאכטער פון הרב ישעיה שנייבאלג דער רב פון שטעטל בני ראם. זיי האבן זעכצן קינדער:

דרויסנדיגע לינקס

מקורות

  1. 1.0 1.1 שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 60
  2. אידישע טריבונע, אויסגאבע 1952 (ז' כסלו תשס"ט)
  3. ‏מוטי ארגמן, הקדוש רבי אריה ליבוש טיטלבוים הי"ד, חדשות בחדרי חרדים, 29 בנובמבר 2008.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!