אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת יתרו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏מנהגים: הגהה)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
{{דעסקריפציע|פינפטע פרשה פון ספר שמות}}
{{דעסקריפציע|פינפטע פרשה פון ספר שמות}}
{{פרשת שבוע
{{פרשת שבוע
שורה 158: שורה 156:


==צו ליינען מער==
==צו ליינען מער==
* [[הרב שלמה טולידאנו]], '''דברי שלום ואמת - ח"א''', מאמר ה'
* {{אוצר החכמה|הרב שלמה טולידאנו|דברי שלום ואמת|199778|page=167|קעפל=המנהג לעמוד בקריאת עשרת הדברות|באנד=א|מאמר ה'|סופיקס=יא}}
* [https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=33853 עמידה בעשרת הדיברות], אויף אוצר החכמה פארום
* [https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=33853 עמידה בעשרת הדיברות], אויף אוצר החכמה פארום


== דרויסנדע לינקס ==
== דרויסנדיגע לינקס ==
{{פרשה לינקס|בית חב"ד=473006|בינינו=7287|אתר פרשת השבוע=2011/01/yitro}}
{{פרשה לינקס|בית חב"ד=473006|בינינו=7287|אתר פרשת השבוע=2011/01/yitro}}


שורה 172: שורה 170:
{{פרשיות השבוע}}
{{פרשיות השבוע}}
{{ספר שמות}}
{{ספר שמות}}
[[:קאטעגאריע:פרשת יתרו|*]]
[[קאטעגאריע:פרשת יתרו|*]]
[[:קאטעגאריע:פרשיות ספר שמות|יתרו]]
[[קאטעגאריע:פרשיות ספר שמות|יתרו]]
[[:קאַטעגאָריע:שבט]]
[[קאַטעגאָריע:שבט]]
[[:קאטעגאריע:מתן תורה]]
[[קאטעגאריע:מתן תורה]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:פרשת יתרו]]
[[he:פרשת יתרו]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:16, 8 יולי 2024

Arrow r.svg יתרו Arrow l.svg
פסוקים שמות יח, א - כ, כב
צאל פסוקים 75 (47'סטע)
צאל ווערטער 1105 (46'סטע)
צאל אותיות 4022 (46'טע)
אינהאלט יתרו און צפורה שליסן זיך אן מיט כלל ישראל, שלושת ימי הגבלה, מעמד הר סיני
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (3)  לא תעשה (14)
אמונת השם, קידוש השבת בדברים, כיבוד אב ואם עבודה זרה, מאכן א פסל, בוקן צו עבודה זרה, שבועת שווא, מלאכה אום שבת, רציחה, לא תנאף, גנב'ן א מענטש, עדות שקר, גלוסטן, מאכן א צורה פון א מענטש, בויען דעם מזבח מיט אבני גזית, ארויפגיין אויפ'ן מזבח מיט טרעפ
הפטורה
אשכנזים און איטאליענער ישעיהו ו, א - ז, ו, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו
ספרדים, חב"ד און פאזנע ישעיהו ו, א–יג
תימנים ישעיהו ו, א–יג, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו
וַיִּתְיַצְּבוּ בְּתַחְתִּית הָהָר: די אידן פארזאמלט צופוסנס פון בארג סיני.

פרשת יִתְרוֹ איז די פינפטע סדרה פון ספר שמות, און די זיבעצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ח, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ', פסוק כ"ב, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 75 פסוקים[א] און פערצן פרשיות - פיר פתוחות און צען סתומות.

אין די פרשה ווערט געשילדערט דאס קומען פון יתרו צו כלל ישראל; און דאן דער מעמד קבלת התורה, אנגעהויבן מיט די הכנות דערצו.

פרשת יתרו ווערט געליינט צווישן י"ז און כ"ד שבט, און איז די פינפטע פון די שובבי"ם וואכן. די פרשה פון קבלת התורה ווערט געליינט אין ערשטן טאג שבועות.

אינהאלט

יתרו'ס אנקום

נאך וואס יתרו - משה'ס שווער, האט געהערט איבער די ניסים וואס גאט האט געטון צו די אידן, איז ער געקומען אינאיינעם מיט משה'ס ווייב צפורה, און זייערע צוויי זין, גרשום און אליעזר, צום רו-ארט פון די אידן אין מדבר. משה איז ארויס אים אנטפאנגען, און אים דערציילט אלעס וואס גאט האט מיט זיי געטון, אויף וועלכע יתרו רעאגירט מיט לויב ווערטער און קרבנות צו גאט, נאכגעפאלגט מיט א סעודה. צומארגנס האט יתרו צוגעזען די שווערע ארבעט פון משה זיך אפצוגעבן מיט'ן פאלק, און פארגעשלאגן ער זאל אפירזוכן פאסיגע קאנדידאטן וועלכע זאלן זיין געשטעלט אין א היערארכיע איבער א באשטימטע צאל מענטשן, "שָׂרֵי אֲלָפִים, שָׂרֵי מֵאוֹת, שָׂרֵי חֲמִשִּׁים וְשָׂרֵי עֲשָׂרֹת," און נאר די גרעסערע זאכן זאלן אנקומען צו אים און ער וועט אנפרעגן דערוועגן דעם אויבערשטן. משה האט טאקע געטון ווי זיין שווער'ס עצה[2].

מעמד הר סיני

Postscript-viewer-blue.svg מעמד הר סיני

די אידן האבן זיך געצויגן פון רפידים קיין מדבר סיני, און זיך באזעצט צופוסנס פון בארג סיני, וואו משה איז ארויף צו גאט, וועלכער האט אים באפוילן צו איבערגעבן פאר די אידן, אז אויב וועט מען איינהאלטן זיינע געבאטן וועלן זיי זיין די אפגעהיטענע, אויסגעוועלטע, הייליג פאלק. משה האט דאס איבערגעגעבן פאר די זקנים, און דאס פאלק האט אינאיינעם גענטפערט דערויף: כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה. גאט האט באפוילן משה צו הייליגן דאס פאלק, פאר דריי טעג, און זיין גרייט אויפ'ן דריטן טאג ווען ער וועט זיך באווייזן אויפ'ן בארג סיני, און אז ער זאל אנזאגן די אידן זיך נישט צו דערנענטערן צום בארג.

צום פרימארגן פון דריטן טאג וַיְהִי קֹלֹת וּבְרָקִים וְעָנָן כָּבֵד עַל הָהָר וְקֹל שֹׁפָר חָזָק מְאֹד וַיֶּחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַּחֲנֶה. משה האט ארויסגעטראגן דאס פאלק צו גאט, און זיי האבן זיך געשטעלט ביים בארג, וְהַר סִינַי עָשַׁן כֻּלּוֹ מִפְּנֵי אֲשֶׁר יָרַד עָלָיו ה' בָּאֵשׁ, און דאס פאלק איז דערציטערט געווארן. דער קול פונעם שופר איז געווארן אלץ שטערקער, ווען מֹשֶׁה יְדַבֵּר וְהָאֱלֹקִים יַעֲנֶנּוּ בְקוֹל[3].

דאן האט גאט געגעבן די עשרת הדברות, און די אידן וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן דאס הערן די רייד פון גאט אליין, האבן געבעטן משה ער זאל רעדן פאר זיי. דאן ווערן אויסגערעכנט עטליכע דינים איבער בויען דעם מזבח[4].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[5] איז פארהאן זיבעצן מצוות אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינטיגע צייטן באפוילענע
אמונת השם אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וגו' (כ, ב) יא יעדער
נישט גלייבן אין עפעס אויסער גאט לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹהִים אֲחֵרִים עַל פָּנָי (כ, ב) יא יעדער
נישט מאכן אן אפגאט לֹא תַעֲשֶׂה לְךָ פֶסֶל וְכָל תְּמוּנָה (כ, ג) יא יעדער
זיך נישט ביקן צו עבודה זרה לֹא תִשְׁתַּחְוֶה לָהֶם (כ, ד) יא יעדער
נישט טון געצנדינערישע ריטואלן וְלֹא תָעָבְדֵם (כ, ד) יא יעדער
נישט שווערן פאלש אדער אומזיסט לֹא תִשָּׂא אֶת שֵׁם ה' אֱלֹקֶיךָ לַשָּׁוְא (כ, ד–ו) יא יעדער
הייליגן דעם שבת מיט רייד זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ (כ, ז) יא יעדער
נישט טון קיין מלאכות אום שבת לֹא תַעֲשֶׂה כָל מְלָאכָה (כ, ט) יא יעדער
כיבוד אב ואם כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ (כ, יא) יא יעדער
פארבאט אויף רציחה לֹא תִּֿרְצָח (כ, יב) יא יעדער
לא תנאף לֹא תִּֿנְאָף (כ, יב) יא יעדער
לא תגנוב לֹא תִּֿגְנֹב (כ, יב) יא יעדער
לא תענה ברעך עד שקר לֹא תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָׁקֶר (כ, יב) יא יעדער
לא תחמוד לֹא תַחְמֹד בֵּית רֵעֶךָ וגו' (כ, יג) יא יעדער
נישט מאכן א צורה פון א מענטש לֹא תַעֲשׂוּן אִתִּי וגו' (כ, יט) יא יעדער
נישט בויען דעם מזבח מיט אבני גזית לֹא תִבְנֶה אֶתְהֶן גָּזִית (כ, כא) ניין די בויערס פון משכן און בית המקדש
נישט ארויפגיין דעם מזבח מיט טרעפ וְלֹא תַעֲלֶה בְמַעֲלֹת עַל מִזְבְּחִי אֲשֶׁר לֹא תִגָּלֶה עֶרְוָתְךָ עָלָיו (כ, כב) ניין די בויערס פון משכן און בית המקדש

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די אשכנזים און איטאליענער ליינען פון קאַפּיטל ו', פסוק א' ביז קאַפּיטל ז', פסוק ו', און לייגן צו קאַפּיטל ט', פסוקים ה'–ו'. די ספרדים, תימנים, קהלות חב"ד און פאזנע ליינען קאַפּיטל ו', פסוקים א'–י"ג, און די תימנים לייגן אויך צו ט, ה–ו ווי די אשכנזים.

אין די הפטורה ווערט געשילדערט די אנטפלעקונג פונעם אויבערשטן צו ישעיהו, וואו ער ווערט געהייליגט אלס נביא.

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ישעיהו לג, יג - לד, י.

מנהגים

ביים ליינען די קבלת התורה איז דער מנהג ביי אשכנזים און א קליינע טייל ספרדים אז דער קהל שטייט[6], כאטש וואס אין תשובות הרמב"ם[7] שטייט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן[ב]. אין טייל מזרח-אייראפע'אישע קהילות האט מען זיך געפירט צו זאגן יוצרות דעם "מאורה פיוט" פון רבי יהודה הלוי וואס הייבט זיך אן "אמרות הקל טהורות"[13].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת יתרו", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. דאס איז די צאל פסוקים לויט אונזער נוסח מיט'ן טעם התחתון וועלכע ווערט געליינט ביחיד, וואו די עשרת הדברות פארנעמען דרייצן פסוקים. אין די חומשים איז באצייכנט די צאל און דער סימן אלס 72, וועלכע איז לויט'ן טעם העליון מיט'ן נוסח אז יעדער דיבור פון די עשרת הדברות איז א באזונדערע פסוק (מיר ליינען אבער היינט בציבור דעם טעם העליון לויט'ן נוסח אז אנכי און לא יהיה זענען איין פסוק[1]).
  2. באזירט אויפ'ן גמרא (ברכות יב, א) וואו עס ווערט דערמאנט א חשש פון "תרעומת המינין", אז מען וועט זאגן אז נאר דאס איז דער ריכטיגער תורה. אזוי פסק'נט להלכה רבי עובדיה יוסף[8], וואס שרייבט אז די אחרונים וואס זענען מתיר האבן פארזען דעם תשובת הרמב"ם.
    די ספרים ברענגען פארשידענע טעמים צום מנהג, און פארוואס עס איז נישטא קיין חשש פון תרעומת המינים: רבי שמואל אבוהב[9] שרייבט אז דאס איז אלס כבוד פון קבלת פני השכינה, ווי מיר אלע זענען געשטאנען ביים בארג סיני ביי קבלת התורה "ויתיצבו בתחתית ההר", און וויבאלד די סיבה איז באקאנט איז נישט דא דערביי א פראבלעם. רבי יהודה עייאש[10] פסק'נט אז דער חשש איז נאר ביים צולייגן שטיקלעך דאווענען, אבער סיי וועלכע מנהגים ביי פרשיות, ארויסצוברענגען די ספעציעלקייט פון די קריאה וואס מ'ליינט סייווי, איז נישט קיין חשש. ענליך צו די אויבנדערמאנטע שרייבט דער חיד"א, און פירט אויס אז אין פלעצער וואו מען פירט זיך צו שטיין טאר א יחיד נישט בלייבן זיצן[11]. רבי משה פיינשטיין שרייבט אז וויבאלד די גאנצע זאך איז נאר א חשש, לייגן מיר נישט צו נאך זאכן וואס ווערן נישט געברענגט, ספעציעל אז מיר שטייען אויך ביי די קריאה פון שירת הים, איז פארשטענדליך אז דאס שטיין האט אן אנדערע סיבה[12].

רעפערענצן

  1. זעט הכתב והקבלה, הערה ב׳ (סוף ספר דברים), די פארשידענע נוסחאות אין די צעטיילונג פון פסוקים פון די עשרת הדברות.
  2. קאַפּיטל י"ח.
  3. קאַפּיטל י"ט.
  4. קאַפּיטל כ'.
  5. ספר החינוך, מצוות כהמא.
  6. קצות השלחן - חלק ג, סימן פ"ד סקכ"ב.
  7. תשובות הרמב"ם חלק ב, סימן רס"ג, יהושע בלאו, חברה מקיצי נרדמים, תש"כ, עמ' 495
  8. שו"ת יחוה דעת, חלק א', סימן כט.
  9. דבר שמואל, שאלה רעו.
  10. מטה יהודה - חלק א, סימן א סק"ו.
  11. טוב עין, סימן יא.
  12. אגרות משה - חלק ו, או"ח ד', סי' כב.
  13. זעליגמאן באער, סדר עבודת ישראל, מנהג פולין, רעדעלהיים, תרכ"ח, עמ' 645; ברכות קריאת שמע לשבת יתרו אויף וויקיטעקסט.