אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אריסטו"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
[[קאַטעגאָריע:פילאסאפן]] | [[קאַטעגאָריע:פילאסאפן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:31, 27 נאוועמבער 2022
אַריסטא (גריכיש: Ἀριστοτέλης אַריסטאטעלעס; 384- ביז 7טן מערץ 322-) איז געווען פון די װעלט־גרעסטע פילאסאפן. ער האט געלעבט אין די צייטן פון די חכמי המשנה, ער האט זיך געטראפען מיט שמעון הצדיק דער כהן גדול, און איז זייער באאיינדרוקט געווארן פון זיין גרויס קלוגשאפט. ער איז געווען דער לערער פון אלעקסאנדער דער גרויסער.
אריסטא איז געווען א גרויסער דענקער, רוב השקפות און שיטות וואס שטאמען פון די אלטגריכישע פילאסאפן און רוימישע פילאסאפן שטאמען פון אים, עס ווערט דערמאנט א סך ספרים וואס ער האט מחבר געווען.
אַריסטא אין די ספרי־קודש
דער רמב"ם אין זיין ספר מורה נבוכים ברענגט אסאך פון אים און בויט אויף זיינע געדאנקען א סך.
דער ספר "ילקוט מעם לועז" ברענגט א בריוו פון אריסטא צו זיין תלמיד אלכסנדר מוקדון ערקלערענדיג אז ער האט זייער חרטה אויף אלע זיינע מיינונגען ביז היינט, וויבאלד זייט ער איז צוגעקומען צו די אידישע גלויבן האט ער איינגעזען אז דאס איז דאס ריכטיגע גלויבן, און אלע קושיות זענען אים ווי פארשוואונדן געווארן, און אלץ האט זיך אויסגעגראדט אויפן גלייכסטן אופן וואס נאר מעגליך, און עס איז א גרויסע שאד אז ער קען נישט צוריקציען פון זיינע מיינונגען ווייל עס איז שוין אפגעשריבן און פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט.[1]
דער "מגדל עוז" דערציילט אז אריסטא האט זיך אליינס גענומען דאס לעבן ווען ער האט שטודירט א געוויסע טייך פארוואס די וואסער לויפן אראפ און דערנאך צוריק ארויף אין געוויסע צייטן, און אזוי ווי ער האט עס נישט געקענט דערגיין, האט ער זיך גענומען דאס לעבן (מגדול עוז, להגאון יעב"ץ)
עס שטייט אין ספר יוסיפון, אז מען האט אמאל געכאפט אריסטא טאן זייער א נישט צניעותדיגע זאך, און ווען מען האט אים אפירגעהאלטן פון וואו קומט עס צו אים - אזא גרויסער פילאסאף וואס פרעדיגט אלץ עטיקס וכדומה - זאל אליינס אדורך פאלן מיט אזא הארבע זאך? האט ער געענטפערט: ווען איך האלט א רעדע בין איך טאקע אריסטא דער גרויסער פילאסאף, אבער נאכדעם ווען עס קומט צו די מענטשליכע תאוות בין איך דאך א מענטש.
דער חיד"א ברענגט אין זיינע ספרים אז אויב אריסטא וואלט ווען געזען מיט זיינע פליישיגע אויגן יציאת מצרים און די גרויסע ניסים וואס האט דאן פאסירט וואלט ער זיך ווען געברויכן און וואלט מודה געווען אין חידוש העולם, און אז דער וועלט האט א האר (חומת אנ"ך תהלים קאפיטל קי"ז, פני דוד פרשת בא).
רעפערענצן
- ↑ דער בריוו במילואו איז געדרוקט אין ספר ילקוט מעם לועז, אויך אין סוף פונעם ספר רחמי האב איז דער בריוו געדרוקט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!