אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לשנה הבאה בירושלים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2: שורה 2:
[[טעקע:Hagada024-2.jpg|קליין|"לשנה הבאה בירושלם", בילדער אין הגדה של פסח פון [[יוסף בודקו]], 1917]]
[[טעקע:Hagada024-2.jpg|קליין|"לשנה הבאה בירושלם", בילדער אין הגדה של פסח פון [[יוסף בודקו]], 1917]]
[[טעקע:סדרת דפי הגדת פסח על ניר סטנסיל שהודפסה בקרב חיילי הבריגאדה היהודית הל btm8205.jpeg|קליין|"לשנה הבאה בירושלים הבנויה", הגדה של פסח אויף [[סטענסיל]] פון די [[אידישע בריגאדע]], [[נאפאלי]], 1945]]
[[טעקע:סדרת דפי הגדת פסח על ניר סטנסיל שהודפסה בקרב חיילי הבריגאדה היהודית הל btm8205.jpeg|קליין|"לשנה הבאה בירושלים הבנויה", הגדה של פסח אויף [[סטענסיל]] פון די [[אידישע בריגאדע]], [[נאפאלי]], 1945]]
'''לשנה הבאה בירושלים''' איז א באקאנטע פראזע וואס דרוקט אויס א בקשה צו דער גאולה. עס ווערט געזאגט ביי דער ענדע פון די סדר פסח ביינאכט, און ביי מזרח-אייראפעאישע קהילות אויך ביים ענדע פון [[נעילה]] אויף [[יום כיפור]].
'''לְשָׁנָה הַבָּאָה בִּירוּשָׁלַיִם''', וואס מיינט אויף אידיש "קומענדיגע יאר אין ירושלים", איז א באקאנטע פראזע וואס ווערט טראַדיציאָנעל געזאגט ביי דער ענדע פון די סדר פסח ביינאכט, און ביי מזרח-אייראפעאישע קהילות אויך ביים ענדע פון [[נעילה]] אויף [[יום כיפור]]. די פראזע דרוקט אויס האפענונג און וואונטש פאר דער גאולה און א צוריקקער צו א ווידער־אויפגעבויטן ירושלים.


==מקור==
==מקור==
די בקשה "לשנה הבאה בירושלים" ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך, ש"ס, אדער סיי וועלכע פון די הגדות פון די פריע ראשונים. דער ערשטע וואס דערמאנט דעם מנהג פון עס זאגן ביים סדר איז רבי יצחק אייזיק טירנא אין "ספר המנהגים"{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יצחק אייזיק טירנא|ספר המנהגים|147985|ירושלים תש"ס, זייט נא}}}}.
די פראזע "לשנה הבאה בירושלים" ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך, ש"ס, אדער סיי וועלכע פון די הגדות פון די פריע ראשונים. דער ערשטער דאָקומענטירטער ערשיינונג פון דעם וואונטש איז אין פיוטים פון [[רבי יוסף אבן אביתור]] (ענדע 10טער יארהונדערט). אין זײן פיוט "אאמיר מסתתר", וועלכע איז געפונען געווארן אין דער קאירא גניזה און ערשיינט אין פילע אשכנזישע מחזורים ביי די פיוטים פאר שבת הגדול{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/סידור/נוסח_אשכנז/שבת/שחרית_לשבת_הגדול_(מזרחי) שחרית לשבת הגדול], אויף וויקיטקסט}}, געפונט זיך א וואריאציע: "בירושלים לשנה הבאה". פון די קאנטעקסט אין די פיוטים איז קלאר אז רבי יוסף אבן אביתור האט נישט מחדש געווען דעם אויסדרוק, נאר ער האט זיך באנוצט מיט דעם ווי א ציטאט פון א באוואוסטע אידיאם. אין דעם פיוט "ידידך מאמש" פון רבי יהודה [[אבן גיאת]] (11טער יארהונדערט) ערשיינט די פראזע אין די מער באקאנטע סדר, "לשנה הבאה בירושלים"{{הערה|{{אוצר החכמה|שולמית אליצור|תרביץ|182819|page=20|קעפל=בין יוסף ליוסף: לזהות מחברו של יוצר קדום|באנד=עא [א–ב] (תשרי–אדר תשס"ב), עמ' 85}}; הנ"ל, "[https://jstudies.huji.ac.il/sites/default/files/jstudies/files/tarbiz_-_8502_-_archive_from_irit_-_03_-_elizur_-_pp._293-307.pdf כהיום הזה בירושלים: למקורה, לתפוצתה ולגלגוליה של תפילה לסיום טקסים]", '''תרביץ''' פה [ב] (טבת תשע"ח), עמ' 305.}}.


אן אויסגעדרייטער ווערסיע פונעם וואונטש, "בירושלים לשנה הבאה", ערשיינט אין א פיוט פון [[רבי יוסף אבן אביתור]] (ענדע [[10טער י"ה|10'טע יארהונדערט]]), "אאמיר מסתתר", וועלכע איז געפונען געווארן אין דער קאירא גניזה און ערשיינט אין פילע אשכנזישע מחזורים ביי די פיוטים פאר שבת הגדול{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/סידור/נוסח_אשכנז/שבת/שחרית_לשבת_הגדול_(מזרחי) שחרית לשבת הגדול], אויף וויקיטקסט}}. פון די קאנטעקסט אין די פיוטים איז קלאר אז רבי יוסף אבן אביתור האט נישט מחדש געווען דעם אויסדרוק, נאר ער האט זיך באנוצט מיט דעם ווי א ציטאט פון א באוואוסטע אידיאם. אין דעם פיוט "ידידך מאמש" פון רבי יצחק גיאת ערשיינט די פראזע אין די מער באקאנטע סדר, "לשנה הבאה בירושלים"{{הערה|{{אוצר החכמה|[[שולמית אליצור]]|"בין יוסף ליוסף: לזהות מחברו של יוצר קדום"|182819|'''[[תרביץ]]''' עא [א–ב] (תשרי–אדר תשס"ב), עמ' 85|page=20}}; הנ"ל, "[https://jstudies.huji.ac.il/sites/default/files/jstudies/files/tarbiz_-_8502_-_archive_from_irit_-_03_-_elizur_-_pp._293-307.pdf כהיום הזה בירושלים: למקורה, לתפוצתה ולגלגוליה של תפילה לסיום טקסים]", '''[[תרביץ]]''' פה [ב] (טבת תשע"ח), עמ' 305.}}.
דער ערשטער וואס דערמאנט דעם מנהג פון עס זאגן ביים סדר איז [[רבי יצחק אייזיק טירנא]] אין זיין "ספר המנהגים" (15טן יאָרהונדערט){{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יצחק אייזיק טירנא|ספר המנהגים|147985|page=69|שנת הוצאה=תש"ס|מו"ל=מכון ירושלים|עמ=נא|אבאנענטן=יא}}}}. איר פּאָפּולאַריטעט איז געוואַקסן נאָך די 11טן-12טן יאָרהונדערט, מעגליך א רעזולטאַט פון די קרייצפאָרער שחיטות און די לענגערע צוגעבונדנקייט צו ירושלים. צו די עלטסטע הגדות וואָס אנטהאלטן די פראזע געהערן די "בירדס העד הגדה" (פון פריע 14טן יאָרהונדערט, ריינלאַנד) און די "באַרסעלאָנאַ הגדה" (פון 1370){{הערה|{{לינק|אדרעס=https://momentmag.com/next-year-in-jerusalem/|שרייבער=George E. Johnson|קעפל=Jewish Word {{!}} Why We Say ‘Next Year in Jerusalem’|זייטל=Moment Magazine|דאטום=April 4, 2022}}}}. ביים 15טן יאָרהונדערט איז עס שוין געווען אַ געווענליכער מנהג פאַר אַשכנזישע אידן צו פאַרענדיגן זייערע סדרים מיט דער פראַזע, און ביים 16טן יאָרהונדערט, מיטן אויפקומען פון געדרוקטע הגדות, איז עס געוואָרן אַ סטאַנדאַרט פאָרמולאַציע.


== טייטש ==
== טייטש ==
נאכ'ן חורבן בית שני איז די האפענונג ווידער צו זען דעם בית המקדש אויפגעבויט געווארן גאר צענטראל אין אידישקייט, און איז די אפטסטע וועג אויסצודריקן די האפענונג צם ביאת המשיח. בקשות פאר'ן אויפבוי פונעם בית המקדש און ירושלים ווערן אפט דערמאנט אין די תפילות. דער וואונטש "לשנה הבאה בירושלים" ווערט געזאגט ביי געלעגנהייטן וואס קומען איינמאל א יאר. עס ווערט געזען אלס אן אופן צו דערמאנען ירושלים ביי גרויסע געלעגנהייטן, ווי אויך איז עס אן אויסדרוק פון אונזער אמונה איבער אחרית הימים. היינטיגע צייטן ווערט עס געזען אלס אויסדרוק צו די האפענונג וואס האלטן אונטער די אידישע גייסט אין אלע זמנים{{הערה|[[#גוטהולד|גוטהולד]], עיון}}
נאכ'ן חורבן בית שני איז די האפענונג ווידער צו זען דעם בית המקדש אויפגעבויט געווארן גאר צענטראל אין אידישקייט, און איז די אפטסטע וועג אויסצודריקן די האפענונג צם ביאת המשיח. בקשות פאר'ן אויפבוי פונעם בית המקדש און ירושלים ווערן אפט דערמאנט אין די תפילות. דער וואונטש "לשנה הבאה בירושלים" ווערט געזאגט ביי געלעגנהייטן וואס קומען איינמאל א יאר. עס ווערט געזען אלס אן אופן צו דערמאנען ירושלים ביי גרויסע געלעגנהייטן, ווי אויך איז עס אן אויסדרוק פון אונזער אמונה איבער אחרית הימים. היינטיגע צייטן ווערט עס געזען אלס אויסדרוק צו די האפענונג וואס האלטן אונטער די אידישע גייסט אין אלע זמנים{{הערה|[[#גוטהולד|גוטהולד]], עיון}}.


דער פשוט'ער באדייט פונעם בקשה איז איז אז קומענדיגע יאר, ווען מיר וועלן ווידער אמאל טון דאס ואס מ'טוט יערליך, זאל מיר שוין זיין אין ירושלים. וויבאלד אויבנאויף טוט די בקשה אפשטופן די גאולה ביז איבער א יאר, זענען געזאגט געווארן פארשידענע פשטים דערין{{הערה|זע {{אוצר החכמה|רבי יאול טייטלבוים|הגדה של פסח מהר"י ט"ב|149571|page=192|ברוקלין תשכ"ט, זייט קצג}}; {{אוצר החכמה|הנ"ל|דברי יואל על התורה|170739|באנד=ו|ברוקלין תשס"ה, זייט קעא}}; {{אוצר החכמה|רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם|שפע חיים תורה ומועדים|601054|באנד=יב|ברוקלין תשס"ו, זייט יא}}; {{אוצר החכמה|רבי מנחם מנדל שניאורסאהן|תורת מנחם|141670|באנד=ה|עמ=119|ברוקלין תשנ"ו}}}}. רבנים פון דעם מזרחי האבן אין געוויסע פעלער אויך געטוישט דעם נוסח צו "לשנה '''הזאת''' בירושלים הבנויה" אויסצודריקן זייער בליק אויף געוויסע געשעענישן{{הערה|שם=ציון|{{אוצר החכמה|מרדכי צבי ציון|בשובי לירושלים|635460|עמ=128|ירושלים תשע"ט, זייט קכז}}}}.
דער פשוט'ער באדייט פונעם בקשה איז איז אז קומענדיגע יאר, ווען מיר וועלן ווידער אמאל טון דאס ואס מ'טוט יערליך, זאל מיר שוין זיין אין ירושלים. וויבאלד אויבנאויף טוט די בקשה אפשטופן די גאולה ביז איבער א יאר, זענען געזאגט געווארן פארשידענע פשטים דערין{{הערה|זע {{אוצר החכמה|רבי יאול טייטלבוים|הגדה של פסח מהר"י ט"ב|149571|page=192|ברוקלין תשכ"ט, זייט קצג}}; {{אוצר החכמה|הנ"ל|דברי יואל על התורה|170739|באנד=ו|ברוקלין תשס"ה, זייט קעא}}; {{אוצר החכמה|רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם|שפע חיים תורה ומועדים|601054|באנד=יב|ברוקלין תשס"ו, זייט יא}}; {{אוצר החכמה|רבי מנחם מנדל שניאורסאהן|תורת מנחם|141670|באנד=ה|עמ=119|ברוקלין תשנ"ו}}}}. רבנים פון דעם מזרחי האבן אין געוויסע פעלער אויך געטוישט דעם נוסח צו "לשנה '''הזאת''' בירושלים הבנויה" אויסצודריקן זייער בליק אויף געוויסע געשעענישן{{הערה|שם=ציון|{{אוצר החכמה|מרדכי צבי ציון|בשובי לירושלים|635460|עמ=128|ירושלים תשע"ט, זייט קכז}}}}.

רעוויזיע פון 13:39, 25 אויגוסט 2025

"לשנה הבאה בירושלם", בילדער אין הגדה של פסח פון יוסף בודקו, 1917
"לשנה הבאה בירושלים הבנויה", הגדה של פסח אויף סטענסיל פון די אידישע בריגאדע, נאפאלי, 1945

לְשָׁנָה הַבָּאָה בִּירוּשָׁלַיִם, וואס מיינט אויף אידיש "קומענדיגע יאר אין ירושלים", איז א באקאנטע פראזע וואס ווערט טראַדיציאָנעל געזאגט ביי דער ענדע פון די סדר פסח ביינאכט, און ביי מזרח-אייראפעאישע קהילות אויך ביים ענדע פון נעילה אויף יום כיפור. די פראזע דרוקט אויס האפענונג און וואונטש פאר דער גאולה און א צוריקקער צו א ווידער־אויפגעבויטן ירושלים.

מקור

די פראזע "לשנה הבאה בירושלים" ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך, ש"ס, אדער סיי וועלכע פון די הגדות פון די פריע ראשונים. דער ערשטער דאָקומענטירטער ערשיינונג פון דעם וואונטש איז אין פיוטים פון רבי יוסף אבן אביתור (ענדע 10טער יארהונדערט). אין זײן פיוט "אאמיר מסתתר", וועלכע איז געפונען געווארן אין דער קאירא גניזה און ערשיינט אין פילע אשכנזישע מחזורים ביי די פיוטים פאר שבת הגדול[1], געפונט זיך א וואריאציע: "בירושלים לשנה הבאה". פון די קאנטעקסט אין די פיוטים איז קלאר אז רבי יוסף אבן אביתור האט נישט מחדש געווען דעם אויסדרוק, נאר ער האט זיך באנוצט מיט דעם ווי א ציטאט פון א באוואוסטע אידיאם. אין דעם פיוט "ידידך מאמש" פון רבי יהודה אבן גיאת (11טער יארהונדערט) ערשיינט די פראזע אין די מער באקאנטע סדר, "לשנה הבאה בירושלים"[2].

דער ערשטער וואס דערמאנט דעם מנהג פון עס זאגן ביים סדר איז רבי יצחק אייזיק טירנא אין זיין "ספר המנהגים" (15טן יאָרהונדערט)[3]. איר פּאָפּולאַריטעט איז געוואַקסן נאָך די 11טן-12טן יאָרהונדערט, מעגליך א רעזולטאַט פון די קרייצפאָרער שחיטות און די לענגערע צוגעבונדנקייט צו ירושלים. צו די עלטסטע הגדות וואָס אנטהאלטן די פראזע געהערן די "בירדס העד הגדה" (פון פריע 14טן יאָרהונדערט, ריינלאַנד) און די "באַרסעלאָנאַ הגדה" (פון 1370)[4]. ביים 15טן יאָרהונדערט איז עס שוין געווען אַ געווענליכער מנהג פאַר אַשכנזישע אידן צו פאַרענדיגן זייערע סדרים מיט דער פראַזע, און ביים 16טן יאָרהונדערט, מיטן אויפקומען פון געדרוקטע הגדות, איז עס געוואָרן אַ סטאַנדאַרט פאָרמולאַציע.

טייטש

נאכ'ן חורבן בית שני איז די האפענונג ווידער צו זען דעם בית המקדש אויפגעבויט געווארן גאר צענטראל אין אידישקייט, און איז די אפטסטע וועג אויסצודריקן די האפענונג צם ביאת המשיח. בקשות פאר'ן אויפבוי פונעם בית המקדש און ירושלים ווערן אפט דערמאנט אין די תפילות. דער וואונטש "לשנה הבאה בירושלים" ווערט געזאגט ביי געלעגנהייטן וואס קומען איינמאל א יאר. עס ווערט געזען אלס אן אופן צו דערמאנען ירושלים ביי גרויסע געלעגנהייטן, ווי אויך איז עס אן אויסדרוק פון אונזער אמונה איבער אחרית הימים. היינטיגע צייטן ווערט עס געזען אלס אויסדרוק צו די האפענונג וואס האלטן אונטער די אידישע גייסט אין אלע זמנים[5].

דער פשוט'ער באדייט פונעם בקשה איז איז אז קומענדיגע יאר, ווען מיר וועלן ווידער אמאל טון דאס ואס מ'טוט יערליך, זאל מיר שוין זיין אין ירושלים. וויבאלד אויבנאויף טוט די בקשה אפשטופן די גאולה ביז איבער א יאר, זענען געזאגט געווארן פארשידענע פשטים דערין[6]. רבנים פון דעם מזרחי האבן אין געוויסע פעלער אויך געטוישט דעם נוסח צו "לשנה הזאת בירושלים הבנויה" אויסצודריקן זייער בליק אויף געוויסע געשעענישן[7].

באנוץ

דער סדר פון פסח ביינאכט פירט אויס מיט די ווערטער "לשנה הבאה בירושלים".

מנהג פולין איז געווען צו זאגן ביים ענדע פון נעילה "לשנה הבאה בירושלים"[8], און אזוי האט מען זיך געפירט אין קהילות פון מזרח אייראפע[9]. אין אנדערע אידישע קהילות איז דאס נישט איינגעפירט.

די תפילה ווערט געזאגט אין יעדן ארט, אויך אין ירושלים אליין. פארהאן אזעלכע אין ארץ ישראל וואס פירן זיך צו זאגן "לשנה הבאה בירושלים הבנויה", און עס ווערט אפט באצייכנט אלס "נוסח ארץ ישראל" אדער "נוסח ירושלים". עס ווערט געברענגט בשם דעם סאטמארער רבי און דער בריסקער רב קעגנערשאפט צו דעם נוסח[7]. אויך רבי חיים נאה האט גע'טענה'ט אז דער אלטער מנהג אין ירושלים איז נישט אזוי געווען צו זאגן[10].

זייט דער זעקס טאגיגער מלחמה האט מען אנגעהויבן אין מזרחיסטישע קרייזן צו זאגן און זינגען די תפילה ענדע דאווענען פון יום העצמאות און יום ירושלים.

ניגונים

עס איז פארהאן א באקאנטע חסידישע ניגון אויף די ווערטער. אין טייל חסידישע הויפן זינגט מען די ניגון מיט מער ווערטער: "ישועת ה' כהרף עין, לשנה הבאה בירושלים, אנא ה' הושיעה נא, לשנה הבאה בירושלים הבנויה".

נאך א באוואוסטע ניגון וואס ווערט געזונגען ביי אסאך חרדישע חתונות איז ערשינען אין די אלבום פון מרדכי בן דוד, "אוהבי השם". א ברסלב'ער פיוט וואס מען זינגט פסח, לויפט אויף די א"ב "אדיר הוציאנו ממצרים, בחור יחזירנו לירושלים", און דערנאך די פזמון "לשנה הבאה בירושלים". אויף דעם זעלבן קאמפאזיציע, איז באקאנט פונעם ישוב הישן פון ירושלים, אויף די ווערטער "תמחה את זכר עמלק מתחת השמים, לשנה הבאה בירושלים".

ביבליאגראפיע

  • הרב זאב גוטהולד, "לשנה הבאה בירושלים: עיון בפיוטים ומנהגים", אין: יעקב שויקה והרב חיים סבתו (עורכים), מנחת אהרן: מאסף תורני לזכרו של הרב אהרן שויקה זצ"ל, ירושלים תש"ם, עמ' 223–261[11].
  • יעקב שלמה שיינברגר, "לשנה הבאה בירושלים", המבשר תורני 0437, חול המועד פסח תשע"ז, זייטן י-יא.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. שחרית לשבת הגדול, אויף וויקיטקסט.
  2. שולמית אליצור, "בין יוסף ליוסף: לזהות מחברו של יוצר קדום", תרביץ עא [א–ב] (תשרי–אדר תשס"ב), עמ' 85; הנ"ל, "כהיום הזה בירושלים: למקורה, לתפוצתה ולגלגוליה של תפילה לסיום טקסים", תרביץ פה [ב] (טבת תשע"ח), עמ' 305.
  3. רבי יצחק אייזיק טירנא, ספר המנהגים, מכון ירושלים, תש"ס, עמ' נא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  4. George E. Johnson, Jewish Word | Why We Say ‘Next Year in Jerusalem’, Moment Magazine, ‏April 4, 2022.
  5. גוטהולד, עיון.
  6. זע רבי יאול טייטלבוים, הגדה של פסח מהר"י ט"ב, ברוקלין תשכ"ט, זייט קצג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); הנ"ל, דברי יואל על התורה ו, ברוקלין תשס"ה, זייט קעא; רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, שפע חיים תורה ומועדים יב, ברוקלין תשס"ו, זייט יא; רבי מנחם מנדל שניאורסאהן, תורת מנחם ה, עמ' 119, ברוקלין תשנ"ו.
  7. 7.0 7.1 מרדכי צבי ציון, בשובי לירושלים, עמ' 128, ירושלים תשע"ט, זייט קכז.
  8. זע ידידיה טיאה ווייל, לבושי בדים, ירושלים תשמ"ח, זייט קצו, 17031.
  9. מטה אפרים סימן תרכ"ג סעיף ז'; משנה ברורה, סימן תרכ"ג, סעיף קטן י"ג.
  10. זע רבי גבריאל ציננער, נטעי גבריאל יום הכיפורים, ירושלים תשס"א, זייט תכז הערה לח.
  11. איבערגעדרוקט געווארן אין: זאב גוטהולד, תחכמון: אוסף מאמרים על ערכי היהדות, ירושלים תש"ע, חלק ב', עמ' 60–106.