רוי:כפרות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ר' שמואל רימלער שעכט א כפרות הינדל אין ברוקלין, ניו יארק, ערב יום כפור, תשע"ב

שלאגן כפרות איז א מנהג ישראל וואס מען רעכט אפ ערב יום כיפור (און ווען עס איז נויטיג, אויך אום עשרת ימי תשובה) אלץ א סגולה מכפר צו זיין אויף די עבירות פון א גאנץ יאר. לויט דער מסורת דרייט מען ארום א האן איבערן קאפ פון יעדן איד, און מען בעט אז די האן זאל גיין צום טויט, און אין אויסטויש זאל דער מענטש גיין לחיים ולשלום. דערנאך ווערט די האן איבערגעגעבן צו שחיטה, און געווענליך ווערט דאס איבערגעגעבן ווי צדקה פאר ארעמעלייט, אדער ווערט עס אויסגעלייזט פאר געלט וואס ווערט איבערגעגעבן פאר ארעמעלייט, און עס ווערט אנגערופן "פדיון כפרות". היינטיגע צייטן זענען פארהאן אזעלכע וואס רעכטן אפ די מנהג מיט פיש אדער געלט אנשטאט מיט א הינדל.

ארום דעם מנהג האט זיך אנטוויקלט א מחלוקת פון אפאר מאטיוון. צווישן די באוואוסטע שטיצער ווערן אריינגערעכנט דער רמ"א, דער רא"ש און דער אר"י, און צווישן די קעגנער צום מנהג ווערן אריינגערעכנט דעררמב"ן און דער בית יוסף. מאנכע רעכטן אפ דער מנהג דורך געלט וואס ווערט ביישטייערט גלייך פאר ארעמעלייט און מיט דעם ברענגט דאס ארויס די דימענסיע פון צדקה אין דעם מנהג. מקיים זיין דעם מנהג אין די פארעם וווערט אנגערופן פדיון כפרות.

היינט ציט די טעמע גרויס אפאזיציע, סיי פון ארגאניזאציעס וואס טוען אין רעכטן פון בעלי חיים און סיי פון רבנים, וואס טענה'ען אז אפרעכטן דעם מנהג דורך בעלי חיים ברענגט צו צום פארבאט צער בעלי חיים.

שילדערונג פונעם מנהג

מען פירט זיך צו אפרעכטן דעם מנהג פארטאגס ערב יום כיפור, אדער פריער אום עשרת ימי תשובה. מען דארף האלטן די האן (פאר א מאן) אדער די הין (פאר א פרוי), אדער די כפרות-געלט אין די רעכטע האנט און זאגן:

בְּנֵי אָדָם
יֹשְׁבֵי חֹשֶׁךְ וְצַלְמָוֶת, אֲסִירֵי עֳנִי וּבַרְזֶל. (תהלים קז, י)
יוֹצִיאֵם מֵחֹשֶׁךְ וְצַלְמָוֶת וּמוֹסְרוֹתֵיהֶם יְנַתֵּק. (תהלים קז, יד)
אֱוִוילִים מִדֶּרֶךְ פִּשְׁעָם וּמֵעֲווֹנוֹתֵיהֶם יִתְעַנּוּ. כָּל אֹכֶל תְּתַעֵב נַפְשָׁם וַיַּגִּיעוּ עַד שַׁעֲרֵי מָוֶת. וַיִּזְעֲקוּ אֶל אֲ-דֹנָי בַּצַּר לָהֶם, מִמְּצֻקוֹתֵיהֶם יוֹשִׁיעֵם. יִשְׁלַח דְּבָרוֹ וְיִרְפָּאֵם וִימַלֵּט מִשְּׁחִיתוֹתָם. יוֹדוּ לַא-דֹנָי חַסְדּוֹ וְנִפְלְאוֹתָיו לִבְנֵי אָדָם. (תהלים קז, יז–כא)
אִם יֵשׁ עָלָיו מַלְאָךְ מֵלִיץ אֶחָד מִנִּי אָלֶף לְהַגִּיד לְאָדָם יָשְׁרוֹ. וַיְחֻנֶּנּוּ וַיאמֶר פְּדָעֵהוּ מֵרֶדֶת שַׁחַת מָצָאתִי כפֶר. (איוב לג, כג–כד)

מען דרייט די הינדל אדער די געלט העכערן קאפ דריי מאל און מען זאגט:

זֶה חֲלִיפָתִי, זֶה תְּמוּרָתִי, זֶה כַּפָּרָתִי. זֶה הַתַּרְנְגוֹל [או: זֶה הַכֶּסֶף] יֵלֵךְ לְמִיתָה [או: יֵלֵךְ לִצְדָקָה] וַאֲנִי אֵלֵךְ לְחַיִּים טוֹבִים אֲרֻכִּים וּלְשָׁלוֹם.

מען זאגט די גאנצע תפילה דריי מאל. מען פירט זיך[1] צו נעמען צווי אדער דריי הינער פאר א פרוי אין שדוואנגערשאפט פאר איר און פארן פעטוס. מען פירט זיך צו נעמען א ווייסע הינדל, ווייל די ווייסע קאליר סימבאליזירט די אומשולדיגע און אויך די פארגעבונג פון די עבירות ווי עס שטייט אין ספר ישעיה: "אם יהיו חטאיכם כשנים, כשלג ילבינו", מיט דעם, אין חובה להדר דווקא אחר תרנגולים לבנים. מבין יהודי גרמניה יש שאינם נוהגים לסובב את הכפרות מעל ראשם אלא לצרור את המעות ולהניחן על שולחן, להניח את ידם על הצרור ולומר "זו כפרתי". את כסף ה'כפרות' נותנים לצדקה. אלו המשתמשים בתרנגול נוהגים לשחוט אותו ולתת אותו ישירות לעניים למאכל, או למכור אותו ולתרום את הכסף תמורתו לצדקה.

עס איז נישט קלאר פון וואו דער מנהג שטאמט גענוי, אבער עס ווייזט אויס צו זיין גאר אן אלטער, און עס ווערט שוין געברענגט אין די שריפטן פון די גאונים פון בבל. ביי די ראשונים טרעפט מען עס אבער נאר ביי די חכמי אשכנז, און נישט ביי די חכמי ספרד ווי דער רי"ף און רמב"ם.

פון די ערשטע מקורות אויף דעם טרעפט מען אין "מרדכי", אנהייב מסכת יומא, וואו דער מנהג ווערט אויסגעלויבט און דער סדר פון עס אפרעכטן ווערט ערקלערט. ווי עס ווייזט זיך אויס פון דארט איז דער מנהג שוין געווען דעמאלס ברייט איינגעפירט.

נאך א מקור איז אין דער שו"ת הגאונים "שערי תשובה", וואו רב ששנא גאון רעדט ארום דער נושא פארוואס דווקא א האן און נישט קיין בהמה וכדומה.

אן אינטערעסאנטע מנהג, גאר ענליך צו דער מנהג כפרות, ווערט געברענגט אין רש"י אויף מסכת שבת (דף פ"א ע"ב, ד"ה האי פרפיסא), וואו ער דערציילט פון זייער מנהג צו פלעכטן אזעלכע זעקלעך פון טייטלבוים בלעטער א פאר וואכן פאר ראש השנה פאר יעדן משפחה מיטגליד, אין וועלכע מען האט אנגעפילט מיט ערד און מיסט פון א בהמה, און איינגעפלאנצן בונדלעך. ביז אפאר טעג האבן די בונדלעך ארויסגעוואקסן, און ערב ראש השנה האט יעדער גענומען זייניגע און דאס געדרייט איבער'ן קאפ און אויסגערופן: זה תחת זה, זה חליפתי, זה תמורתי (דער זעלבער נוסח וואס די ראשונים ברענגען צו זאגן מיט א האן), און דאס אריינגעווארפן אין טייך.

טעם

דער טעם קוקט אויס צו זיין בפשטות אלץ צדקה, צוליב דעם וואס מען האט געדרייט מיט'ן האן אדער הין און דאס דערנאך פארטיילט פאר ארימעלייט. דאס ווייזט זיך אויך אן מיט דעם וואס אנדערע האבן טאקע גענוצט א בהמה, ווי א קאלב אדער א ציג, א.ד.ג. און דאס האט מען געהאלטן פאר נאך חשוב'ער, וויבאלד דער צדקה איז גרעסער. אנדערע, ווי דער אויבנדערמאנטער "שערי תשובה", האלטן אז עס דארף יא זיין דווקא א האן אדער א הין, און מוטשען זיך אבער צו טרעפן א טעם אויף דעם.

אין מחזור ויטרי ווערט דערמאנט דער מנהג, און דארט ווערט עס אנגעבינדן צו דער כפרה פון דער שעיר המשתלח: "...און מען זאל דאס ארומשיקן צו די ארימע לייט פון שטאט און עס וועט אויף אים פארגעבן אזוי ווי דער שעיר המשתלח."

ביי די מקובלים

די מקובלים, ווי דער של"ה און דער אריז"ל האבן געהאלטן אז דער מנהג כפרות איז א סגולה אויף ממתיק צו זיין די דינים. רבי חיים וויטאל ברענגט אין נאמען פון אריז"ל:

"דער מנהג פון כפרה וואס ווערט דערמאנט אין די ספרי הגאונים פלעגט מיין רבי (דער אריז"ל] זיין זייער געווארנט דאס מקיים צו זיין... דער צייט פון זיין שחט'ן איז אין נאכט פון ערב יום כיפור פארטאגס פאר דער עלות השחר נאך סליחות. דער סוד פון דעם איז צו באצוואונגען די דינים... וואס דורך די שחיטה ווערן זיי אונטערגעבראכן און די גבורות ווערן פארזיסט... און אנטקעגן דעם איז דער שעיר המשתלח פון יום כיפור... די דינים ווערן אבער נאר אונטערגעבראכן אין די פארטאגס שעה'ן וואס דעמאלס שטארקט זיך דער צייט פון רצון און רחמים."

ענליכע ווערטער שטייט פון של"ה אין סידור שער השמים.


קעגנערס און שטיצערס

דרכי האמורי

אין דען ערשטו דרוק פונעם שלחן ערוך, אורח חיים, מיט הגהות פונעם רמ"א, אין יאר ה'של"ח, איז דאס קעפל פו של סימן תר"ה: "מנהג כפרות בערב יום כפור מנהג של שטות הוא". דער רמ"א דינגט זיך מיטן מחבר. אין שפעטערדיקע דרוקן, כולל אלע היינטיגע דרוקן, האט מען אוועקגענומען די ווערטער "מנהג של שטות הוא".

טראץ דאס וואס דער מנהג איז שוין פון אלטע צייטן געווען פארשפרייט, איז דאך געווען אויף דעם פילע קעגנערס, ספעציעל צווישן די ראשונים אין ספרד. אין ספר "אורחות חיים" ווערט געברענגט אין נאמען פון רמב"ן צו אסר'ן דעם מנהג אלס "דרכי האמורי".

דער רשב"א שרייבט אז כאטש אין אשכנז פירן זיך אלע רבנים אין דעם מנהג, און אויך רב האי גאון שרייבט אז דאס איז אן אנגענומענער מנהג, דאך פרייט אים אז ער האט באוויזן צו פארטרייבן פון זיין שטאט די מנהגים פון כפרות, וועלכע ער רופט אן "הבלים הרבה... כדרכי האמורי". אויך ברענגט ער אז עטליכע ווילן זאגן אז דער שחיטה פון די כפרות איז גאר פסול.

מנהג שטות

דער מחבר אין שלחן ערוך נעמט אן דער מיינונג פון דעם רמב"ן און דער רשב"א, און שרייבט אויף דעם "...ויש למנוע המנהג" אין אלטע דריקן איז געשטאנען אין שלחון ערוך "מנהג שטות היא ויש למנוע המנהג", אבער מען האט דאס שפעטער ארויסגענומען. אויך דער פרי חדש שרייבט: "עס איז נישט קיין ספק אז מען דארף מבטל זיין דעם מנהג אלץ דרכי האמורי."

פון דער אנדערער זייט ברענגט דער רמ"א אין זענען הגהות אויפ'ן מחבר דארט אויפ'ן פלאץ אז מען זאל נישט אפלאזן דעם מנהג, ווייל עס איז א "מנהג ותיקין", און ער הענגט זיך אן אין די ראשונים וואס האבן געשטיצט און באשטעטיגט דעם מנהג. אויך דער ב"ח שרייבט: "מיר זענען נישט חושש אויף די זאכן אויף מבטל צו זיין א מנהג פון די גאונים".

חשש נבלות

אויך פון די וואס האבן אנגענומען דעם מנהג זענען געוען אזעלכע וואס האבן געזארגט אז דער מנהג קען צוברענגען צו עסן נבלות, צוליב דעם וואס א גרויסער עולם פארזאמלט זיך אין איין נאכט און מען שטופט זיך ארום איינס אדער צוויי שוחטים, וועלכע זענען מיד פון אויף זיין א גאנצע נאכט און קענען נישט געהעריג אכטונג געבן אז עס זאל זיין כשר.

דער "חיי אדם" שרייבט: "עס איז איינגעווארצלט ביים המון עם אז דער גאנצער כפרה פון יום כפור איז אנגעוויזן אין דעם מנהג, און זיי מיינען באלד אז דער מנהג כפרות איז אזוי וויכטיג ווי עסן מצה, און צומאל קומט מען דורך דעם צו עסן נבלות, צוליב דאס וואס מען שטופט זיך איינער דעם אנדערן און די שוחטים זענען אנגעשטרענגט און פילן נישט געהעריג דעם מעסער צו עס איז שארף. אויב ווילן זיי מיר נישט אויסהערן און מבטל זיין דעם מנהג, זאלן זיי זיך כאטשיג באגנוגן מיט דרייען געלט ארום דעם קאפ און געבן דאס געלט פאר צדקה, און מען זאל נישט קומען צו קיין איסור נבלה."

אויך ר' יונתן אייבשיץ האט געפייערט אנטקעגן דעם קלקול וואס קומט ארויס פון די אנגעשטרענגטקייט וואס דער מנהג כפרות טוט אנמאכן, און זאגט אז "בזמן הזה איז עס א מצוה און א חוב צו שוואך מאכן דעם מנהג, און מען זאל נישט אריין גיין אין דעם הייליגן טאג מיט א חשש שחיטה."

סדר פון כפרות שלאגן

נישט קיין צווישענשייד מיט וואס מען שלאגט (בעל חי, אדער געלט), איז עס אלעמאל די זעלבע.

  • מען נעמט די זאך אין האנט אין מען זאגט בני אדם 3 מאהל.
  • דערנאך דרייט מען די זאך ארום די קאפ און מען זאגט זה חליפתי.
  • עס איז דא וואס פירן זיך צו ארויפטרעטן אויף דעם בעל חי (אויב עס איז א בעל חי) נאכן זאגן זה חליפתי.
  • אויך איז דא וואס פירן זיך צו טאן אלע ארבע מיתות בית דין מיט דעם בעל חי, ווי אראפווארפן פאר סקילה.

וואס טוט מען מיט די כפרות

  • די פארדינסט וואס מען לייזט איין גיבט מען פאר צדקה (כאטש א חלק דערפון), אנדערע געבן די כפרה אליין (ווי למשל די פיש אדער עוף) פאר צדקה.
  • עס איז דא אזעלכע וואס מאכן זיכער אז דאס געלט גייט פאר צדקה, אבער דאס עוף עסן זיי אליין.
  • אויב שלאגט מען מיט געלט דאן גייט דאס געלט פאר צדקה.
  • ביי אן עוף פירט מען זיך אז מען עסט נישט דאס אינווייניגסטע פון די עוף, ווי די לעבער און/אדער די געדערים.

מיט וואס שלאגט מען כפרות

הינער

עס איז דא וואס שלאגן כפרות מיט א האן, א מענליכער פאר א מאן און א הין א ווייבליכער פאר א פרוי, און מען דרייט זי ארום העכער דעם קאפ דריי מאל זאגענדיג א געבעט וואס הויבט זיך אן מיט די ווערטער: "זה חליפתי, זה כפרתי" (בעדייט: דאס איז מיין אויסטויש, דאס איז מיין פערצייאונג).

די דאזיגער מנהג, ווערט פראקטיצירט אפילו דורך נישט שטרענג רעליגיעזע אידן און אפילו זאגאר דורך גאנץ פרייע אידן וועלכע האפן אז מיט דעם וועט זיי באשערט ווערן א גליקליך ניי יאהר.

די בעדייט פון דעם מנהג איז, אז מען האפט אז אלע זינד וואס מען האט פראקטיצירט דורכאויס דעם פערגאנגענעם יאהר זאל אריבער גיין צום האן, וועלכער מען פירט זיך צו שחטן און געבן פאר ארימעלייט.

אינטערעסאנט אז דער בית יוסף אין שלחן ערוך פסק'נט אז מען זאל דאס נישט טון ווייל דאס גייט אריין אין דעם איסור פון "חוקות עכו"ם". דאס אשכנזישער אידנטום האט אבער יא אנגענומען דעם מנהג, אננעמענדיג דעם מיינונג פון רמ"א אז מען זאל עס נישט אפלאזן.

פיש

ס'איז דא אויך אזעלכע וואס שלאגן כפרות מיט א פיש.

געלט

אין פאלקלאר

ווען מען וויל זאגן אז איינער טויג נישט זאגט מען "דו טויגסט אויף כפרות".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!